English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

6 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1אין צוגאב צו אלעם וואס ס'האט זיך גערעדט פריער, וואס ס'איז דאך מובן וגם פשוט אז יעדערער פון נייך איז נכלל אין די אלע ברכות בתוך כלל ישראל קומט אויך צו א ברכה מיוחדת, נוסף על כל הברכות, און אויך א ברכה הכי גדולה, ווען א איד איז זוכה און ער ווערט א מחוייב במצוות, על דרך זה א מיידל ווען זי ווערט א בת-מצוה, זאגט מען דאך אויף דערויף אין תיקוני זהר, אז דאס איז דער אפטייטש פון אני היום לידי תיך אז דעמאלט ווערט זיין אמת'ער געבורט אלס א זע וואס ער איז מחוייב אין תורה ומצוותי,' און דער אויבערשטער מארט אים א שליח במיוחד, על ידי תורתנו הקדושה, און גיט אים בשליחות מקיים-זיין די אלע מצוות ווי ס'שטייען אין דער תורה אין אן אופן פון מצובה ועושה. ובפרט אין דערויף איז אויך נכלל דער גרויסער זכות וואס ס'האבן דערביי די אלע וואס האבן ערצויגן די בני-מצוה אדער די בנות-מצוה אין אזא אופן, און זיי זעען דאס בעיני בשר, דעם אמת'ן נחת, צי דאס איז דער פאטער און דער מוטער און די באבער מיט די זיידע און די גאנצע משפחה, ביז כלל ישראל, ווערן זיי אויך נכלל, וויבאלד אז דארט איז א ברכה פארבונדן מיט אני היום לידי תיך פונקט ווי ביי זיי וואלט דאס געווען דעם טאג ווי זיי ווערן געבארן פון דאסניי מיט א באנייטן מזל, און באנייטע ברכות והצלחות פון דעם אויבערשטן, אין אלעם אין וואס מ'נויטיקט זיך בעולם הזה, וואס דאס ווערט אויך די הכנה קרובה צו גאולה, אז מ'גייט ארויס אין עולם הזה עצמו ונשמות בגופים, פון דעם מעמד ומצב פון גלות אין מעמד ומצב פון גאולה, וואס דעמאלט ווערן דאך אידן געבארן פון דאס ניי אני היומה לידי תיך אלס א פאלק וואס איז מקיים ניט

2נאר ציונים לתורה, ווי דער רבן טייטשט דאס אן, נאר אויך בכל התוקף די אלע ענינים, ובפשטות, אז דעמאלט ווערט דאך יושבי'עלי'די שלימות העם, צוזאמען עלי די שלימות פון ארץ-ישראל, אין אן אופן פון וירכבתי את גבולך ירחיב הוי'את גבולך און דערפון אויך פארשטאנדיק, אז ס'ווערט נאכמער אין שלימות התורה, תורה חדשה מאיתי תצא. וואס דאס שפיגלט זיך אויך אפ וואס דער בר-מצוה אדער בת-מצוה לערנט תורה און מקיים מצוות ווערנדיק א בר-מצוה און בר-מצוה און בת-מצוה, ווערט דאס אויך אני היומי לדתיך, ווי דערמאנט פריער. אז מ'טוט דאס ברוב עם, און אין א בית-הכנסת ובית-המדרש, וואס דעמאלט ווערן זיי געבענטשט פון נשיא דורנו, וואס דאס וועט זיין בית-הכנסת ובית-המדרש, און זיינען מקבל די ברכות אין א מקום וואס דער מקום איז זיין בית-הכנסת ובית-המדרש, און זיינען מחליט ובאשליסן, אז זיי זאלן מאכן פון זייער לעבן און פון זייערע נכסים אנהויבנדיק פון זייער חדר, א בית-מקדש מעד, און מ'האט די הבטחה פון בשכנתי אז דער אויבערשטער זאגט אז ער געפינט זיך דארטן, און געפינט זיך דארטן אין אן אופן ווי ס'איז געווען אין קודש הקדשים, אין בית-המקדש בפשטות, איז דאך פארשטאנדיק, אז באור פני מלך חיים ברענגט דאס מיט זיך אלע ברכות והצלחות, סיי אין ענינים רוחניים סיי אין ענינים גשמיים, ובעיקר אויף מקיים זיין די שליחות קדושה וואס ס'קומט אין א באנייטן אופן, און אין אן אופן פון מצוה ועושה יעדער בר-מצוה ווען ער ווערט די בר-מצוה און יעדער בת-מצוה ווען זי ווערט בת-מצוה, ובפרט נאך אז מ'איז דאס מקשר זיי פארבינדן דאס און זיינען מוסיף אין החלטות טובות, אין תורה ומצוותי'בכלל,

3אנהויבנדיק פון א הוספה אין מצות הצדקה בזיש כולה כנגד כל המצוות, איז דאס מוסיף אין די אלע ענינים כמה פעמים הנה, כמה פעמים ככה און כמה פעמים הנה, ביז צו דער ברכה הכי גדולה, ווי דערמאנט פריער אין דעם שיעור פון דעם חומש פון היינטיקן טאג, אז דער אויבערשטער באווייזט חיבותן של ישראל אין אן אופן גלוי, און באווייזט אויך, צוגרייטנדיק זיך צו דעם שיעור וואס הויבט זיך אן ביינאכט, לאלה תחלק הארץ אז זיי ווערן לאלה, ווי מ'באווייזט אויפן פינגער צו אט די וועט מען פאנאנדערטיילן, און גלייך, תיכף ומיד, חלקם בארץ הקודש, ארץ אשר תמיד עיני ה'אלקיך בה, בראשית השנה ועד אחרית שנה, שאין לאחרית שנה, לאחר הכיבוש, און שוין לאחרי החלוקה, מ'דארף דאס מערניט באזעצן זיך דארטן יושבים ועוסקים, על דרך זה ביז אין א משל פון תורה איז דאך דאס בתכלית הדיוק אין די אלע פרטים, אנהויבנדיק דערפון, אז דער אויבערשטער זאל מצליח זיין יעדערן פון אייך, און דורך דערויף אויך מוסיף זיין הצלחה צו די אילע איינע עלטערן און קרובים און מחנכים און מדריכים מדריכות, אז אין זיי זאלן צוקומען אין א באנייטן אופן ילידי תיחה, די אלע ענינים האמורים.

4ובמיוחד נאך, אז ווי מ'איז דאך רגיל אין א צוזאמענקומפש כגן אלו אין א בית-הכנסת ובית-המדרש פון נשיא דורינו, אויף מסיים-זיין מיט מאכן פון יעדערן פון אייך און פון די קרובים וואס געפינען זיך דא א שליח מצוה אויף צדקה, און אויך איז דאך דאס פארבונדן מיט מנהג ישראל, אז א בר-מצוה אדער בת-מצוה אין דעם טאג ווען ס'ווערט ילידי תיחו גיבן זיי א הוספה אויף דער צדקה הרגילה שלהם, און אויב דאס קומט אויס בשבת ויום טוב טוט מען דאס אדער ערב שבת ויום טוב אדער מוצאי שבת ויום טוב אדער ביידע מאל, און אזוי אויך די עלטערן זייערע. און יהי רצון, אז ס'לייגן זיך צוזאמען אט די אלע ענינים צוזאמען, וואס דאס קומט דורך דערויף וואס ס'קומען זיך צוזאמען עטלעכע אידן און מערערע אידן, און קומען זיך צוזאמען אין אן ארט וואס ווערט אנגערופן בית הכנסת ער קלייבט צוזאמען אידן, און בית המדרש דארטן לערנען די זעלבע מדרשים, די זעלבע תורה, תורה אחת, וואס זי איז געגעבן געווארן פון הוי'אחד, און געגעבן געווארן צו גוי אחד בארץ אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט קיום המצוות און נחלטות, און לימוד התורה און נחלטות טובות בכל אלו ובתוספות, וכאמור במיוחד נאך אז מ'פארבינדט דאס מיט דעם ענין פון צדקה גשמית, און אויך מיט צדקה רוחנית, אין ואהבת לרעך כמוך אז מ'טוט דאס און מ'גיט איבער וועגן דעם אלע זאכן אט די חברים אהרה אדער חבר'טעס אהרה וואס מאיזו סיבה שתהי'ווייסן זיי נאך ניט דעם גאנצן פארנעם פון די ענינים, אדער זיי ווייסן גאר ווייניק אין דעם, אדער מ'דארף זיי גאר דערציילן דאס פון דאסניי טוט מען דאס מתוך שמחה וטוב לבב ובסבר פנים יפות, און מ'זעט און מ'טוט דאס מדברים היוצאים מן הלב, זעט מען, אז דאס

5פועל פעולתו, וואס דאס מאכט נאך שנעלער מיט אים צוזאמענקלייבן אלע אידן אין אן אופן פון קהל גדול, און גיין אלע צוזאמען מקיים זיין די מצוה, כמצות רצונך, ווי אין גאולה האמיתית והשלומר, ביז כמצות רצונך אין ארץ הקודש און ירושלים עיר הקודש און הר הקודש און אין בית המקדש און אין קודש הקדשים, עיקבם אפילו כהרף עין תיכף ומיד ממש, מיד הן נגאלין.

6שרחה און ברכה והצלחה, סך נרחה, דער פלייטן המלך, צוגעזונגטן אין ברכה והצלחה, און אהבה ברכה והצלחה, דער ברכה והצלחה. ווארום ס'איז ס'איז רעדן א סך נרחה ס'דארף די חונגישות, אין אלע קינדער פאר טגערן אין אין איינ צולעברכה והצלחה. ניט געזען, משים האט מען ניט געזעשט, וועט מען אפשר איבערגעבן.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים