עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-zk5c5b6p

kind
paragraph
order
Qr
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מוד איז נאך ניט אזויפיל ניכר אין דעם חלק פון אוהל מוד וואס ער איז סמוך צו קודש הקדשים, נאר דוקא אין דעם חלק פון אוהל מוד וואס ער איז סמוך צו דעם חצר און צו די ענינים וואס זיי זיינען מחוץ לאוהל מוד. וואס דערפאר דארף מען האבן די ביידע כתובים, ווארום יעדער כתוב איז מבאר אן ענין הכי עיקרי, וואס איז נויטיק צו וויסן, ווארום יעדער איד דארף דאך וויסן ביז באנעמען דאס און ווערן דערמיט דורכגענומען די כל סדר ההשתלשלות, וויבאלד אז מ'זאגט, אז בשביל ישראל איז נברא כל העולם כולו, וואס על פי חסידות וקבלה איז דאס כולל כל סדר ההשתלשלות און די אלע ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן דערמיט פון תחתון שאין תחתון למטה הימנו ביז אין עליון, מיס צום עליון, שאין עליון למעלה הימנו, און דער עיקר אויפטו איז דאס דוקא אין דעם תחתון שאין תחתון למטה הימנו. וואס דאס פארענטפערט אויך די הסברה, פארוואס דארף מען האבן שני כתובים המחישים זה זה מ'האט דאך געדארפט לכאורה זאגן, מערניט ווי דעם כתוב השלישי ווען מ'זאגט מערניט ווי דעם כתוב השלישי איז האט מען ניט ארויס די גדלות פון תורה בפני עצמה, ווי זי שטייט מב
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions