עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-zgg60p6s

kind
paragraph
order
C
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
תורה קען ער נעמען אפילו רזין דרזין, און דאס ווערט א יחוד נפלא, ביז אין דם ובשר כבשרו מיט זיין מוח, בהגשמי, וואס געפינט זיך בראשו, וכמדובר ומובא בכמה מאמרי חסידות, אז דורך דער ריבוי העוסק אין שכליים ווערט ניתוסף אין די שירטוטים און אין די חריצים וואס ס'איז דא אין דעם מוח האדם המשכיל, וואס דורך דערויף אז ס'קומט-צו א קריץ, ווערט דאך דאס דעמאלט בפשטות דער שטח הגרעסערער, ווארום ער האט דאך די ביידע זייטן פון דעם קריץ און דער מטע פון קריץ און פריער איז געווען מערניט ווי דער שטח בפשטות, במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז ס'ווערט ניתוסף אין שטח הגשמי פון דעם מוח, ווערט ניתוסף בדרך כמובן וגם פשוט אין די שכלים וואס דער מוח פון דעם זעלבן מענטשן האט ביז דעמאלט נאך ניט געהאט בכחו דאס אויפצונעמען, דערפאר וואס ס'איז ניט געווען גענוג שטח אין מוח, אז ס'איז צוגעקומען נאך א שרי חריז וכיוצא בזה איז געווארן דער שטח א גרעסערער, נעמט ער אויף מערער, ובככל הדברים האלו איז דאך דאס אויך בהנוגע צו לימוד, שכל התורה, כולל אויך דעם שכל התורה אין פנימיות השכל, ביז די רזי דרזין, איז דאך אויף דערויף דארף דאך אויך זיין דער לימוד, בפרט נאך ווי ס'ווערט געמאנט דורך חסידות חב אד, אז אפילו אז מ'לערנט רזי דרזין דארף דאס אראפקומען אין אן אופן וואס ער איז דאס משיג און טופס, ועד כדי כך אז זיין שכל ווערט אין דערויף נדפס ומוסד, כמובא לעילה עיל פון לשון הספר התניא, איז דאך פארשטאנדיק אויך בנוגע שוין בקל וחומר אין אן ענין הכי עיקרי בכלל, ובמיוחד הכי עיקרי אין די זמנים אלו וואס ס'איז דאך פארבונדן מיט ביאת משיח צדקנו, ווי ער האט געזאגט אין היכל המשיח געזאגט דער בעל שם טוב, אז כשיפוצו מעיינתיך חוצה וואס דעמאלט איז
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions