עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

14 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1מ'האלט דאך ביים סיום פון יום ההילולא, פון דעם אריז'ל החי, ווי פארשטאנדיק בפשטות, ס'איז דאך אבער אן ענין וואס איז פארבונדן מיט קדושה, און ניט סתם מיט קדושה, נאר מיט קבלה רזין דרזין דאורייתא, און נאך דערויף ווי ס'איז געווארן דער אופן הלימוד על פי תורת חב אד, איז דאך דאס אראפגעקומען אין אן אופן וואס יתפרנסון מיני' פון די רזין דרזין, ביז וואנענט יתפרנסון, אז נעשה דם ובשר כבשרו דורך דערויף וואס מ'לערנט דאס דורך די הקדמות און די פירושים און די ביאורים מיט די הוספות פון תורת חסידות חב אד, ווערט דאך דאס דעמאלט א יחוד נפלא שאין כמוהו נמצא כלל דורך דערויף וואס דער משכיל און דער שכל און דער מושכל ווערט איין זאך, אין אן אופן פון יחוד נפלא, על אחת כמה וכמה אז דאס רעדט זיך וועגן פנימיות, די פנימיות, און ווי דאס קומט אראפ אין למטה שאין תחתון למטה הימנו, וואס דאס איז דאך דער ענין פון דער שכל פון נפש הבהמית, וואס בשעת מ'לערנט על פי תורת חסידות חבוד מאכט מען דאך אויך דעם דבוש, אז דאס דארף אראפקומען אין מעשה, ביז אז מעשה הוא העיקר אז די מעשה וואס ווערט געטאן דורך דעם נפש הבהמית, וואס זי ווירקט אויפן חלק הבהמה שבאדם, וואס דאס איז דאך בפשטות דער דם, ביז די עצמות, ביז די עקב שברגל, זאל דארטן זיין ניכר אז דאס ווערט געטאן דורך אזא מין עקב וואס דאס איז דורכגענומען געווארן מיט רזין דרזין פון תורת האריז ל. ובפרט נאך לויט מבואר אין כמה שיחות פון רבותינו נשיאינו, אז כדי צו מגלה זיין אן ענין נעלה אין אן ארט וואס פריער איז דאס ניט געווען, ביז אין אן אופן אז ס'איז געווען מרוחק באין ערוך מוז מען האבן א תוספת אור פון אן ארט וואס איז נאך העכער פון דעם ענין נעלה

2וועלכע מית מגלה, וואס דערפאר זאגט מען דאך אויך, אז דאס וואס חסידות, וחסידות חב אד במיוחד, האט געקענט מאכן און האט געמאכט בפועל, אז פון רזין דרזין זאל דאס פועל זיין אויף א הנהגה פון דעם נפש הבהמית, און חלק הבהמה וואס אין דעם גוף וואס ווערט אנגעפירט פון ומחי'דורך די נפש הבהמית, זאל דארטן זיין ניכר, אז ער עקב שברגל איז רץ לדבר מצוה, דערפאר וואס ער איז דומען דורכגענומען געווארן דורך רזי דרזין, און דורכגענומען געווארן דורך דערויף וואס אין רזי דרזין איז מען נאך נמשך געווארן פון א מקום עליון יותר, וואס דער ארט, אויב מ'קען דאס אנהויבן בשם ארט, איז דאס דערפאר וואס דאס איז נאך העכער אז מ'זאגט רז איז דאך אפילו רזי דרזין איז דאך שוין אויך א מדידה והגבלה, אף על פי וואס דאס איז א מדידה והגבלה נעלה ביותר, אז בכלל איז דאס רז, און אין רזין גופא איז דאס רזו דרזין, בפרט נאך ווי מבואר, אז רז איז בגימטריא אור אז דאס איז אין אור עצמו איז דאס אן אור למעלה מאיר וכו'וכו איז ווייס מען דאך דערפון גופא, אז פונקט אזוי ווי אור האט דאך דעם מאיר פון וואנענט ס'נעמט זיך דער אור, אפילו דער אור בתכלית העילוי שלו, על דרך זה אויך בנוגע צו רזי דרזין, וואס על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק בנוגע צו רזי דרזין, ווי דער התגלות אופן הלימוד פון רזי דרזין דורך חב אד, און אין אן אופן וואס נעשה דם ובשר כבשרו ותורתך בתוך מאי און ווי דערמאנט פריער דער לשון פון ספר תניא קדישא, אז יחוד נפלא שאין כמוהו נמצא כלל, דורך דערויף וואס ער לערנט דאס אין אן אופן וואס ער איז דאס תופס ומתאים, און זיין שכל ווערט אויך נדפס ומוסג, אף על פי וואס לכאורה ווי קען מען דאס זאגן בנוגע צו רזין דרזין, זאגט אבער תורה, אז דאס האט דער אויבערשטער געגעבן דעם כח אידן, אז דורך

3תורה קען ער נעמען אפילו רזין דרזין, און דאס ווערט א יחוד נפלא, ביז אין דם ובשר כבשרו מיט זיין מוח, בהגשמי, וואס געפינט זיך בראשו, וכמדובר ומובא בכמה מאמרי חסידות, אז דורך דער ריבוי העוסק אין שכליים ווערט ניתוסף אין די שירטוטים און אין די חריצים וואס ס'איז דא אין דעם מוח האדם המשכיל, וואס דורך דערויף אז ס'קומט-צו א קריץ, ווערט דאך דאס דעמאלט בפשטות דער שטח הגרעסערער, ווארום ער האט דאך די ביידע זייטן פון דעם קריץ און דער מטע פון קריץ און פריער איז געווען מערניט ווי דער שטח בפשטות, במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז ס'ווערט ניתוסף אין שטח הגשמי פון דעם מוח, ווערט ניתוסף בדרך כמובן וגם פשוט אין די שכלים וואס דער מוח פון דעם זעלבן מענטשן האט ביז דעמאלט נאך ניט געהאט בכחו דאס אויפצונעמען, דערפאר וואס ס'איז ניט געווען גענוג שטח אין מוח, אז ס'איז צוגעקומען נאך א שרי חריז וכיוצא בזה איז געווארן דער שטח א גרעסערער, נעמט ער אויף מערער, ובככל הדברים האלו איז דאך דאס אויך בהנוגע צו לימוד, שכל התורה, כולל אויך דעם שכל התורה אין פנימיות השכל, ביז די רזי דרזין, איז דאך אויף דערויף דארף דאך אויך זיין דער לימוד, בפרט נאך ווי ס'ווערט געמאנט דורך חסידות חב אד, אז אפילו אז מ'לערנט רזי דרזין דארף דאס אראפקומען אין אן אופן וואס ער איז דאס משיג און טופס, ועד כדי כך אז זיין שכל ווערט אין דערויף נדפס ומוסד, כמובא לעילה עיל פון לשון הספר התניא, איז דאך פארשטאנדיק אויך בנוגע שוין בקל וחומר אין אן ענין הכי עיקרי בכלל, ובמיוחד הכי עיקרי אין די זמנים אלו וואס ס'איז דאך פארבונדן מיט ביאת משיח צדקנו, ווי ער האט געזאגט אין היכל המשיח געזאגט דער בעל שם טוב, אז כשיפוצו מעיינתיך חוצה וואס דעמאלט איז

4אתי מר דמלכא משיחא, איז דאך דאס פארשטאנדיק אז מ'זאגט דעם ענין פון מעיינות, דעם לשון מעיינות וואס דאס איז דער ענין פון מעיינות, און אין דערויף זאגט מען, אז די מעיינות שטייען אין אן אופן פון אין חוצה און זיי שטייען דארט אין אן אופן פון יפוצו שלא בערך ווי זיי זיינען מצד עצמם, איז דאך פארשטאנדיק אז דאס קומט אראפ, על ידי תוספות, אין די מעיינות פון אן ארט וואס דאס איז נאך העכער פון דעם גאנצן גדר פון מעיין, דערפאר קען דאס ממשיך זיין ביז אין אן אופן פון יפוצו, ביז אין אן אופן אז ס'ווערט דם ובשר, אז ס'ווערט א יחוד נפלא, דם ובשר כבשרו, דער בשר המוח, כמובן וגם פשוט. וואס יש לקשר זה אויך מיטן שם פון דעם בעל ההילולא, וואס כאמור לעיל, איז דאך שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש גיט ארויס דעם תוכן מיטן עיקר התוכן, מיטן חיות וכו'וכו כתורת הבעל שם טוב, אראפגעבראכט אין שער היחוד באמונה, אין ספר תניא קדישא וכו איז זאגט מען דאך, אז יצחק איז בגימטריא ארבה, און דאס וואס ס'שטייט הרבה ארבה איז א האט מען דאס גלייך געזען אויך אין דעם נאמען וואס מ'האט מכריז געווען, גלו לעין כל, אז די גימטריא שלו איז גלייך דער נאמען יצחק איז בגימטריא ארבה. על דרך זה, ווי דערמאנט אויך פריער, ווי דאס איז אין רזי דרזין אז יצחק איז בגימטריא שמונה פעמים הוי וואס דאס איז נאך מערער ווי די ששה פעמים הוי וואס דאס איז אין שם יעקב וכיוצא בזה, אויך אין שם יוסף, ווי די גימטריא פון שם הוי ווי זיי קומען אראפ אויך אין שמות בני אדם, משא נכן אז ס'קומט אראפ אין ישראל קומט דאס שמונה פעמים הוי וואס שמונה איז דאך אויך פון דעם אפטייטש פון שמיני עצרת, אז דאס גיט ארויס די אסנס פון דער זאך, דעם תוכן הפנימי פון

5זאך, נאך העכער פון דעם ענין פון חכמה, כמדובר אין דער מעלה פון דעם אויפטו פון שמיני עצרת, וואס דערפאר איז דאך דאס אויך די שייכות הפשוטה דערמיט וואס אין דער אין קנא פון משיח איז אט דעמאלט על השמינית, וואס דארט איז די שמונה נימין, ועד כדי כך אז מ'זאגט, אז אט די שמונה זיינען כולל אין זיך אויך דער עלי אסור, כמדובר ומבואר בכמה מקומות.

6פארשטאנדיק בפשטות, אז דאס איז דורך דערויף וואס דארט ווערט נתגלה, אויך אין די הפצה אין דעם חוצה, דער ענין וואס איז נאך העכער פון מעיין, וואס מ'זאגט דאך אויך אויפן אויבערשטן, אויך אין די אלע תוארים וואס ס'איז דא, זאגט מען נאך אויך מקור מים חיים, וואס מים חיים בכלל גייט דאך דאס אויף אן ענין פון מעיין ומים חיים, און אויף דערויף זאגט מען מקורא מים חיים וואס דאס גייט אויפן נותן התורה, און על אחת כמה וכמה ווען דאס ווערט דערנאך אראפגעקומען בגלוי פריער פנימיות התורה בגלוי, רזי דרזים, און דערנאך ווערט דאס נתבאר ביז אין אן אופן וואס דם ובשר כבשרו ביז אין אן אופן פון יחוד נפלא, אז ס'איז גאר ניט שייך אזא ענין און אזא ענין יחוד אין אן אנדער ענין, און דאס איז אין תורת אמת, וואס צוזאמען דערמיט איז דאס תורת חיים, והוראה בחיים, אז דאס זאל ווערן א הוראה אין חיי יום-יום זאל דאס ווערן א שינוי וויבאלד אז מ'קומט פון א נייעם יום הילולא. וכמוזכר לעיל, אז אין ענינים פון קדושה, איז בשעת מ'זאגט אז דאס איז א סיום איז פונקט אזוי ווי מ'זאגט ביי א סיום מסכתא, אז דאס זאגט מען גלייך נאך דערויף, אז כשום שהזרתני לסיים מסכתא פון די מסכתא איז כן תעזרוני אויף להסחיל ולסיים און מ'זאגט גלייך לשון רבים מסכתות וספרים וכו,' ובכללות, אז יעדער ענין של סיום אין קדושה איז דאס א הכנה צו אן ענין קדוש יותר און נעלה יותר וכו,' על דרך זה איז פארשטאנדיק אויך בענין זה, אז מ'קומט פון א סיום פון יום ההילולא, פון אריז'ל החי, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז א סיום אין דער דרגא שלפני זה, אבער ס'ווערט גלייך און צוזאמען דערמיט אויך די התחלה פון א דרגא נעלית יותר בכל הענינים, עאכו כמה וכמה אין דעם ענין עצמו.

7וכאמור אין אן אופן פון ארבה, וואס דאס איז בגימטריא יצחק, ודוקא מתוך שמחה וטוב לבב, אף על פי וואס בכלל איז דאך רזי תורה, איז מען דאך מוסר למי שלבו דואק בקרבו, איז דאך כמדובר כמה פעמים, אז דאס איז דער אויפטו פון פנימיות התורה, אז דאס מאכט בבת אחת אלע הפכים, אפילו אזוינע הפכים, וואס זיי זיינען הפכים על פי תורה, וואס תורה איז לכאורה מדגיש, אז ס'דארף זיין לבו דואג בקרבו, און דעמאלט איז מען אים מוסר רזי תורה מערער, וויפל ער קען אליין דערגרייכן, גיט מען אים אויך אין אן אופן של מסירה מלמעלה, ביחד עם זה, זאגט מען אויך אין דערויף, דארף אויך זיין דער עבדת הוי'אלקיך בשמחה ובטוב לבב דארף דאס אויך זיין ביז אז די שמחה זאל ארויס בפשטות, בגלוי. וואס דאס איז דאך אויך וואס יצחק בפשטות איז פארבונדן מיטן ענין השמחה, וכמוזכר לעיל, אז אפילו כל השומע, אף על פי וואס מ'האלט נאך ניט בא ראי און אין שמיעה גופא, מאכט מען אויך ניט קיין חילוקים, לאו דוקא די הכי נעלות אין שמיעה, נאר כל השומי אויב ער האט עפעס-וואס א שייכות, און במילא איז ביי אים דא עפעס-וואס אן ענין של שמיעה ווערט דאך גלייך נכלל אין דעם ענין פון כל השומעה ווערט דערנאך יצחק, און דער יצחק ווערט אין אן אופן לי און כמבואר אין לקוטי תורה ובכמה מקומות, אז כל מקום, דער גמיעה דער לשון און דער ענין המדרש, אז כל מקום שממר לי טוט דאס אויף אין אן אופן וואס אינו זז לעולם. וואס דאס איז אויך דער החי היתן אל לבו, נוסף אויף דעם ענין וואס מ'דארף דאך מוסיף זיין בכל ענינים אלו, מצד דעם ענין פון להעלות בקודש מיום ליום, דאס איז דאך אן ענין און א ציווי און נתינת-כח תמידי, על אחת כמה וכמה אין די ענינים פון ציון

8במשפט תפדה ושבי'בצדקה, וואס דאס איז דאך עבודת פון די ימים במיוחד, על אחת כמה וכמה אין די ימים עצמם אז מ'איז שוין ערשט געקומען פון חמישי פון די ניין טעג, מיט דעם גאנצן שטורעם וואס ס'איז דא אין חמש תפילות און חמש שולות נקרא לה וכו'וכו איז דאך פארשטאנדיק, ווי אזוי דעמאלט איז גלייך נאך דעם סיום, אדער צוזאמען מיטן סיום, ווערט גלייך א החלטה טובה, און אין החלטה דארף מען האבן גלייך ס'זאל זיין דער מעשה הוא העיקר גלייך די התחלה בפועל אויף להוסיף במשפט, אין די ענינים פון צדקה, און אין אן אופן אויף מצרף זיין צו זיך, אז כל השומע זאל אויך ווערן יצחק לי ביז אין אן אופן וואס אינו איז זז לעולם, על אחת כמה וכמה וואס בהוספה, ווי דערמאנט אויך בהתחלת יום זה, וואס דאס איז תסמח און תסמח, איז דאס אויך דער ענין פון הכל האנשים והנשים והטף, און מ'מאכט פון זיי אלעמען אן ענין פון א קהל אחד, ביז פון זיי אלעמען א קהל גדול, ביז פון זיי אלעמען אז דאס פועל'ט דערנאך לשמע, און געדענקען כל דברי התורה הזאת אפילו בניהם אשר לא למדו ולא ידו וכו'זיינען ערשט געבארן געווארן, אדער זיי דארפן ערשט געבארן ווערן, איז דאך דאס פארבונדן מיט שנת הקהל און מיט קריאת הקהל ווערט שוין ווערן זיי גלייך געבארן אין אן אופן, אז אין זיי פועל'ט אויך אויף דער ענין פון הקהל בנוגע צו זיך, און בנוגע צו תשמח און תשמח מיט אלע ענינים ופרטים שבדבר זה. וואס דאס איז אויך כאן המקום אויף להזכיר נאכאמאל בנוגע צו די עשיית סיומים, וכהקדמה וכמדובר פריער, אז מ'זאל גלייך מדגיר זיין, אז דער סיום איז אויך א התחלה פון מסכתות וספרים אחרים, ועל דרך זה איז רזי

9בורזין אויך על דרך זה, און די אלע ענינים ווי ס'קומט ווי מ'מאכט אין א סיום בכלל השמחה, על אחת כמה וכמה אז ס'קומט נאך צו דער אריינטראכטן זיך וואס דאס איז אויך א התחלה, און א התחלה פון מסכתא וספרים לשון רבים, כמדובר לעיל, ובפרט נאך אז מ'איז נאך אויך מערער מוסיף אין דעם ענין הצדקה און דעם ענין המשפט, נאך מערער ווי מ'האט געטראכט וועגן דערויף פאר'ן סיום, על אחת כמה וכמה אז מ'קומט ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב, טוב לשמים וטוב לבריות, און מ'האט אים מסיים געווען דעם יום השלישי על מנת אז ס'זאל גלייך ווערן א הכנה צו אן עלי'גדולה עדיות'ער, און אויך היום לאור יום זאל אויך זיין דער אין נאך א גרעסער און דער יום נאך א גרעסער, אלץ מערער און מערער, ביז צו יום גדול, וואס דאס גייט דאך אויפן יום פון אליהו הנביא זכור לטוב, און דערנאך אויך דער יום פון גאולה האמיתית והשלימה.

10מיט דעם אופן וואס מ'זאל דאס אויך מפרסם זיין און איינוויקן אויף האנשים האנשים והטף וואס זיי זאלן דאס אויך ממנו יראו וכן יעשו, אט די וואס ער וועט דערגרייכן נאך גלייך אין מוצאים פון יום החמשה פון יום ההילולא, על דרך זה אויך, און על כל פנים אט די וואס ער וועט זיי דערגרייכן בסמיכות לזמן זה, און ער קען דאך מאכן פון יעדער ענין אין זמן קען ער מאכן אז דאס זאל זיין סמוך צו דעם תוכן פון יום החמישי בעל, וואס דאס איז כל עבודתו אשר עבד בכל משך ימי חייו, איז דאך פועל ישועות בקרב הארץ. און מאכן דאס אין אן אופן פון ארבה בגימטריא יצחק, און שמונה פעמים הוי' בגימטריא יצחק, וואס די אלע ענינים ווי נאכמערער צוהיילן דעם כינורו של משיח פון שמונה נימין, צוהיילן צו דעם אז בא יעדער אידן, נאך אין זמן הגלות, וועט אויך ווערן דער ענין פון שמן, א רב טובס בכל ענינים שלו, סיי ענינים רוחניים, און אויך אין ענינים גשמיים, אדער ווי בדורנו זה דארף מען גאר האבן דעם סדר הפוך, ווי דער בהשם-טוב האט באוויזן די וועג, אז צו אלעם ערשטן האט ער געטאן טובות, לבני ישראל, וואס ער קען דערגרייכן, אנהויבנדיק פון פשוטים שבפשוטים בגשמיות, און ערשט דערנאך האט ער מגלה געווען תורתו אויך צו פשוטים שבפשוטים, ווי מ'זעט דאס אויך אין צוועת הרבש, אז אף על פי וואס דאס איז ניט לשונו ממש, איז דאס אבער דער תוכן מתאים, ווי דער אלטער רבי שרייבט אין אגרת הקודש שלא הידוע, וואס דארט הויבט ער דאך אויך אמיד, שויתי הוי'לנגדי תמיד, וואס דאס איז דאך אויך די התחלה פון כל חלקי אין שולחן-ערוך, די חלק ראשון און סימאור ראשון און סעיף ראשון, כמדובר כמה פעמים.

11און דאס מיינט מען, אז דאס זאל ווערן א שולחן ערוך, בפשטות, אז א איד כאפט זיך אויף פון שלאף, זאגט דער אלטער רבי, און איז מעיד אויף אים, אז יאר משנתו כאפט ער זיך גלייך, אז ער געפינט זיך במעמד ומצב פון דעם אויבערשטן אליין, ווי דער אויבערשטער איז העכער פון אלע-ערליי שמות, אפילו פון זיין שמות שאינים מנחקים, אפילו פון דעם שם העצם ושם המיוחד ושם המפורש, ורוש, וואס ער איז דאך אויך איינער פון די שבע שמות, איז דעמאלט איז ניט שייך אט דער ענין, במילא דארף ניט זיין דער ענין, ביז ס'טאר ניט זיין דער ענין, ביחד עם זה דארף ביי אים דעמאלט זיין דער שויתי הוי'לנגדי תמיד וואס דאס איז דאך בפשטות די התחלה פון דעם סידור פון דעם אלטן רבי'ן, השוה לכל נפש, איז זאגט ער לכל נפש, אז בשעת כאפט זיך אויף פון שלאף, גיט ער אים גלייך די הסברה מיט א שכל הכי פשוט, ווי אזוי ער כאפט זיך אויף ווי דער אויבערשטער געפינט זיך שוין דארטן נאך פריער, מן המוכן, על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו שירה של יום פון יום השלישי אלקים נצבא בעדת א-ל, אז ער איז נאך מקדם ואתי נאך איידער ס'קומט דער עדת א-ל, איז שוין דא דער דער אויבערשטער דארט מן המוכן, במילא איז דאך פארשטאנדיק אז אויך א דעת-ל, וואס בפשטות גייט דאס אויף משפט און א בית-דין, און דא געפינט זיך דער אויבערשטער אליין תכלית הטוב און עצם הטוב, וואס טבע שלו אויף להיטיב איז ער זיכער, אז ער ברענגט גלייך די טוב הכי נחוץ והכי הכרחי והכי מוכרח, באיזה אופן שיהי', אבער דער עיקר אז ס'זאל זיין למטה עשרה טפחים, ותיכף ומיד ממש, און גאולה אמיתית ושלימה, וביחד עם זה בפשטות ממש בכל עניני העולם, על אחת כמה וכמה בכל ענין וענין פון א אידן, האנשים והנשים והטף. ובפרט נאך, אז כמדובר, ס'זעט דא אויך קומט גלייך צו דער כפליים לתושי די שליחות הצדקה, און אין אן אופן פון

12כפליים, און אין אן אופן אז מ'מאכט יעדערן אויך א שליח נוסף אויף איבערגעבן דאס אין אן ענין של צדקה, אויך אויף איבערגעבן וועמען נאר מ'קען דערגרייכן, אז מ'איז ממנו יראו וכן יעשו און יעשו אין אן אופן פון עשי'בפועל, וואס דאס איז דער עיקר, וועט זיין דער עיקר בפשטות אויך אין עשי'בפועל, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דאס איז דאך פארבונדן די גאולה מיטן ענין פון מתיד לבוא, וואס דעמאלט וועט זיין ארבה לשון עתיד, און די גאולה העתידה וואס מ'זאגט ליצחק הקטא אבינו, כמדובר לעיל אין התחלת היום בארוכה. און מ'זאל גיין גלייך מחיל אל חיל נאך אריבערגייענדיק פון יום חמישי באב, גלייך אין די שעות שלאחרי זה, און אין די טעג שלאחרי זה, און מ'זאל ניט דארפן טראכטן וואס ס'וועט זיין מיט די טעג לאחרי זה, ווארום תיכף ומיד קומט די גאולה האמיתית והשלמה על ידי משיח צדקנו, הקיצו ורמנו שוכני הפר דוד מלכא משיחא, ביז משיח בן דוד, וואס ער איז דאך מזרד דוד ושלמה בנו, און מנצח לוחי מלחמת הוי'וננצח און גלייך ווערט דער יבנה בית המקדש במקומו, ובפרט נאך אז יעדערער האט דאך זיכער געטאן אין דעם בנין בית המקדש שבלבו פנימו ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם און דערנאך אויך געטאן און דערנאך מוסיף זיין בזה, אין מאכן פון זיין הויז א פרטי, זאל אויף דערויף אויך דער אויבערשטער זאגן ושכנתי בתוכם ביז וואנענט אז די טף שלו מאכט אויך אזוי, ד'אמות הפרטים, אדער די רהיטים הפרטים, אדער די כלים הפרטים, אדער עניניהם די לבושים הפרטים שלהם, מאכן זיי אויך אן ענין וואס דאס איז ועשו לי מקדש כמדובר לעיל, כל מקום שנאמר לי אינו זז לעולם אין אזא אופן טוט דאס אויף יעדער איד, אנשים ונשים וטף, אז אינו זז לעולם און דאס ברענגט גלייך אראפ דעם בית המקדש השלישי

13שאינו זז לעולם א בית-המקדש נצחי, צוזאמען מיט חיים נצחיים לכל אחד ואחת מישראל, נשמות בגופים, אז מ'דארף גאר ניט האבן קיין ענין פון הפסק בינתיים, אפילו לשעה קלה, ווארום ער איז יוצא מיט דער עבודה פון ונפשי כעפר לכל תהי,' במילא האט ער שוין אויך אין זיך דעם ענין הבירור ועבודה, אז עפר אתה ולעפר תשוב האט ער שוין געהאט דאס אין תפילת מעריב, על אחת כמה וכמה אז ס'קומט לאחרי, בסוף פון כל שלשת תפילת היום בג'פעמים, מהוה חזקה, האט ער שוין געהאט דעם אלפר תשוב און ווי ער שטייט לפני מלך מלכי המלכים הקב",ה איז דאך דאס זיכער אן ענין אמיתי בתכלית, ווערט גלייך דער ענין פון תחיית המתים הקיצו ורנא שוכני עפר און די וואס זיינען נשמות בגופים זיינען ממשיך ביתר שאת וביתר עוז דעם תוספת כח אין בני חיי ומזוני רויחא, אנהויבנדיק פון עשר כחות הנפש און עשר כחות הגולף און די מקיפים זייערע, וכל עניני ווערט דאס אן א הפסק בינתיים, נאר מערניט ווי די עלי'מדרגא לדרגא, און דארט גופא איז די עלי'דורך דעם ענין וואס דאס איז עמוד המחבר, די דרגות תחתונות מיט דרגות עליונות, און מ'דארף ניט אנקומען חס ושלום צו די ענינים פון נש וכיוצא בזה, כמדובר כמה פעמים, האט מען אויך די עלי'אין נשמות בגופים, אין עצמו, ווי אויך דער סיום בכמה מסכתות, וואס מ'איז דאך מסיים אויך בכמה מסכתות פון כל בניך לימודי הוי'ו רב שלום בניך, און דערנאך אויך בכמה מסכתות מוסיף בזה, תלמידי-חכמים אין להם מנוחה לא בעולם הזה ולא בעולם הבא, שנאמר ילכה מחיל אל חיל לא יראה אל אלקים בציון וואס איז אויך אראפגעבראכט געווארן אין שולחן ערוך פון דעם אלטן רבי'ן, אין חלק אור החיים, מיט די מראי מקומות שבזה וכו

14שלא על דרך הרגיל, בשעת סימני שולחן-ערוך. ועוד והוא העיקר, אז מ'טיילט גלייך פאנאנדער די כפלאנא צו שיעור פון צדקה, און יעדערער מאכט גלייך כל החלטות הטובות האמורות. ועוד והוא העיקר, אז טרם יקראו ואני אענה ברענגט דער אויבערשטער גלייך גאולה האמיתית והשלימה, צוזאמען מיט משיח צדקנו, און צוזאמען מיט הקיצו ורננו שוכני הפה נשיא דורך דער רבי דער שווער, וכל הענינים האמורים ביתר שאת וביתר עוז אין אן אופן פון יפוצו, ביז אין אן אופן אז דאס הויבט זיך אן פון חוצה שאין תחתון למטה הימנו און שאין מחוצה הימנו, אבער צוזאמען דערויף שטייט נאך אין די לעצטע רגעים פון גלות שטייט שוין דארטן די ענינים פון די מעיינות אין אן אופן פון הפצה, יפוצו מעיינותיך חוצה האט מען דאך, כמוזכר לעיל, די הבטחה פון מלך המשיח, בהיכל המשיח, כשיפוצו מעיינותיך חוצה אתי מר דא מלכא משיחא, און מ'דארף ניט האבן קיין הבטחות, ווארום אידן פארלאנגען, מ'האט זיי מבטיח געווען, און כלו כלו הכיסין ס'דארף זיין דוקא באופן פון מראה באצבעו ואומר זה, אט איז משיח צדקנו, און אט דער גואל אחר ין, און דארט איז דער גואל ראשון, און אט איז משה רבינו, און אט איז מתפשטושא דמשה שבכל דרא, וואס דאס איז נשיא דורנו דער רבי דער שווער, והקיצו ורבנו כל שוכני עפר, און מ'גייט אלע דורות צוזאמען, אויך העתידים לבוא האנשים והנשים והטף, קהל גדול ישובו הנה עם ענני שמיא, ברגע כמימר, ותוקף ומיד, לארצנו הקדושה, ארץ פון עשר אומות, און דארטן ווי ירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש, ובבית המקדש, מקדש אדנ'כוננו ידיך, ועוד והוא העיקר, תיכף ומיד ממש, אין אן אופן אז מראה באצבעו ואומר זה.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions