עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-zgf9h3x7

kind
paragraph
order
Bc
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אויסגעוואקסן און צוזאמענגעהאדעוועט די קינדער און די קינדס-קינדער, און דער לשון הכתוב, והיו ודבר לאשתו והיו לבשר אחד אז מ'ווערט ווי איין פלייש, ניט נאר אז די נשמות זיינען דער חלק פון דעם זעלבן אויבערשטן, נאר אויך דער בשר זייערער איז א בשר אחד, אפילו אז לא ני בשר זעגט מען אז דאס איז אנשים און דאס איז נשים און טף, האבן זיי די זעלבע מיצה, די זעלבע אפשטאמונג, און זיי זיינען באשאפן געווארן אין אן אופן אז בגלוי שטייט בא זיי דער פארבינדנהייט מיט תב אחד לכולנו, ביז אז יעדערער פון זיי איז חלק אלוקה ממעל ממש, פון דעם זעלבן אלוקה ובלשון ממש, אז דאס קען מען אנטאפן אויך מיט יד בשר, מיט ממשות'דיקע הענט. און דאס ריקט זיך אויך אויס, והוא העיקר, ביז אין טאג-טעגלעכן לעבן. וואס דאס איז דאך אויך איינער פון די טעמים, וואס בשעת מ'ווייס אז ס'איז אין א פאר שעה ארום אדער אין א פאר טעג ארום פארט מען זיך פאנאנדער און מ'געפינט זיך בריחוק מקום גשמי זאל דאס ניט נאר ניט ווירטן אויף בריחוק רוחני חס ושלום, אדרבא דורך דערויף ווי מ'זעט בטבע בני אדם, אז בשעת נאענטע מענטשן געפינען זיך בריחוק מקום גשמי, איז דעמאלט דער בענקשאפט זייערער, פון איינעם צו דער צווייטן איז נאך שטארקער, און בא יעדער געלעגנהייט וואס די בענקשאפט קען ארויסקומען אין א מעשה בפועל, דורך אן אחדה א מעשה אדער א דיבור וואס ברענגט ארויס די קירוב, ביז דעם אחדות אין אן אופן פון גלוי כאפט מען זיך אן אין דעם מיט א לעבעדיקייט און מיט א פייערלעכייט, עד כדי כך אז דאס ווירקט דערנאך אויך אויף דעם אנדערן טייל פון טאג, אין וועלכן מ'וועט פארנומען מיט אנדערע זאכן, אז אויך דעמאלט בפנימיות שטייט מען און דער געפיל איז אינעווייניק לעבעדיק, און אויך אין נשמה, אין
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions