Paragraph
Paragraph rh-zd20hd8m
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3av7n7w7
- order
- Rt
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ביום זה, אין וועלכן מ'געפינט זיך איצטער. וואס אף על פי וואס לכאורה איז דאך אויף דערויף דא א טעם פארוואס דער ערב תשילין איז אויסגעטיילט, און מ'דארף ער מאכן בערב ראש השנה וכו איז אפילו אז מ'זאל זאגן, אז דאס איז טעמים נפרדים, וכל אחד ואחד איז מספיק בפני עצמו, ווי ס'איז משמע פון פשטות, לשון הפוסקים והמפרשים, איז דאך כאמור ווי דער רמב'ם זאגט אז א הלכה האט אין זיך א טעם, און האט אין זיך א טעם בפשטות, אף על פי כן, וואס דער טעם בפשטות האט קיין שייכות ניט צו לתקן הדרכות ולישר הדרכים ולתקן הדיעות, איז אף על פי איז דא אין דערויף אן ענין עיקרי, אז דערפון זאל מען אראפלערנען א לימוד בנוגע צו דעות ולבבות, און צוזאמען דערמיט אויך בנוגע להנהגה בפועל. וואס דערפאר, אפילו אז מ'וועט זאגן, אז ס'איז דא די טעמים מספיקים בפני עצמם, בנוגע צו ערב תבשילין בערב יום טוב בכלל ובערב ראש השנה, על אחת כמה וכמה, וואס דעמאלט קען ער דאך ניט זאגן מצד דעם ענין פון יום האריכתי קען ער דאך ניט זאגן בפשטות, אננעמען די עצים פון אויב ער האט ניט געמאכט ערב ראש השנה ערב יום טוב זאל ער דאס טאן ביום ראשון, און זאגן דעם מוסח הידוע בתנאי, ווי אראפגעבראכט אויך אין שולחן ערוך, וויבאלד אז דאס איז א יום אריכתא איז ניט שייך אין דערויף זאגן דעם תנאי, אויב יום ראשון איז יום טוב איז באופן כך, און אויב ביום שני איז יום טוב איז דאס באופן שונה, וויבאלד אז דאס איז יום אריכתא וכו.'
- proofread
- 0