transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1דאך כמדובר כמה פעמים, איז בכל שנה ובכל פעם, איז ענינים פארבונדן מיט תורה און מיט אידישקייט בכלל איז אלעמאל דא א חידוש, און ניט נאר א הוספה סתם, נאר אויך א חידוש, בדוגמא ווי מ'זאגט בנוגע צו ראש-השנה, אז דעמאלט איז אן אור חדש, וואס נאך קיינמאל אזא מין אור ניט געווען, קומט צו אזא אור חדש בכל שנה ושנה, אויך א חדש לגבי שנה שעברה, ביז לגבי כל השנים שעברו, על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק, אז אין יעדער פרט פארבונדן מיט תורה קומט-צו א תורה איז דאך חדשים באמת קומט-צו אויך א חידוש, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז אין קביעות השנה איז דאך דא אויך שינויים וחילוקים מפעם לפעם, איז אויך די קביעות פון ווי דאס איז בשנה זו, ביז אויך כנוגע צו ערב ראש השנה הבאה, וואס דאס איז דאך דער היינטיקער טאג, איז אויך דא א שינוי וואס דער שינוי לערנט אויך א חידוש, וואס לא הי'בשנים שלפני זה, און אויך ניט בשנים שלאחרי זה. און דאס קומט ארויס אויך בהנוגע לפועל, ובגלוי בערב ראש השנה, ביום זה. וואס וואס איז דער חידוש אין ערב ראש השנה זה לגבי ערב סתם ערב ראש השנה, אפילו אויך לגבי ערב ראש השנה, וואס ענדיקט זיך א שנת השמיטה און גייט אריין אין שנת הקהל, וואס ס'איז דאך שוין געווען כמה וכמה פעמים, איז בשעת מ'גיט א קוק אין די הלכות פארבונדן מיט ערב ראש השנה דוקא בקביעות שנה זו קומט-צו א הלכה חדשה, וואס ס'איז ניט געווען בכמה קביעות'ן פון ערב ראש השנה, פון שנת
¶2הרכיל וואס זי איז אויך געווען דעם סיום, כמובן פון שנת השמיטה, און דעמאלט איז דער חידוש ניט געווען. וכאמור, דאס א חידוש וואס שטייט בגלוי אין הלכה שבתורה, איז דאך דאס פארשטאנדיק די שטורעם וואס ס'טוט-אויף אן ענין וואס ער איז ניט שייך צו זאגן מחלוקת וכו דאס איז הלכה פסוקה, און דאס קומט אראפ במעשה בפועל, ובערב ראש השנה כל הילינו א ול. און וואס איז דאס? דער ענין פון נריב תבשילין. ווארום ס'קען דאך זיין און ס'איז שוין געווען כמה קביעות'ן, שנת השמיטה און דערנאך שנת הקהל, און אף על פי כן איז ניט געווען קיין נריב תבשילין בערב ראש השנה פון הקהל, דערפאר וואס די קביעות ניט געווען וואס ראש השנה איז געווען ביום חמישי. פארוואס מאכט מען דעם ערב תבשילין אזוי ווי מ'גייט אריין פון יום-טוב אין שבת, און ס'זאל זיין און מ'זאל קענען גרייטן די אלע ענינים וואס אן דערויף הענגט-אפ די אכילה און שתי פון שבת און עונג שבת, ולדלוקי שראגה וכו'וכו איז דאס דערפאר ווען די קביעות איז, אז יום-טוב הויבט זיך אן ביום חמישי, איז אט דעמאלט מאכט מען אן ערב תבשילין, און מ'מאכט דאס דוקא בגלוי, און מיט א הדגשה מיוחדה, וואס מ'געפינט דאס ביי ערב חצרות און ערב תבזה, אז מ'מאכט אויך אן ערב אז מ'איז מזכה, נוסף אויף עצמו ובני-ביתו, איז דאך דער לשון הרגיל, און צוזאמען אויך מיט די כוונה, אז מ'זאל מזכה-זיין דערמיט די כל אנשים צו וועלכע האבן צו אים א שייכות אדער צו וועמען ער האט א שייכות. וואס דאס טוט-אויף דער עירוב. ביז וואנענט אז ס'ווערט, כאמור, דער עירוב בפשטות, אז אפילו ווען א
¶3יענער האט ניט געמאכט קיין ערב איז ער יוצא, און יוצא בכל הפרטים ולכל הענינים האמורים אין דעם נוסח הערב, ווארום ער האט אים מזכה געווען. ועד כדי כך, אז דאס קומט אראפ אין אכילה און שתי פון דעם צוויי פון דעם וועמען ער האט מזכה געווען, אויך אכילה און שתי הכי חשובים, וואס דאס איז דאך דער אכילה און שתי פון יום השבת.
¶4וואס דאס איז, כאמור, דער אויפטו, ווי מ'זעט דאס בפשטות, און בראש השנה איז דער ערב תבשילין, ווען מ'מאכט דאס בראש השנה, האט מען נאך א דגשה מיוחדה לגבי ערב תבשילין של שאר הימים טובים. וואס אין שאר הימים טובים, דער ערב תבשילין, איז דא אין דערויף א חילוק צווישן חוץ-לארץ און צווישן ארץ-ישראל, צווישן אט די ערטער וואס מ'פראוועט יום טוב שני של גליות, אדער דעם ארט ווי ארץ-ישראל ניט אין גליות. בשעת ס'קומט צו ראש-השנה, טוט-אויף ראש-השנה אז דעמאלט איז ניטא קיין חילוק בהנוגע צו חוץ-לארץ און ארץ-ישראל, ווארום אין ביידע איז ראש-השנה שני ימים, משא'כן בשאר הימים טובים, און אין ביידע קומט דערנאך אויך, ווי בקביעות פון שנה זו בדרך ממילא, דער זעלבער המשך, אז ס'קומט גלייך דערנאך דער יום השבת, סיי אין חוץ-לארץ און סיי אין ארץ הקודש, נוסף אויף דעם ענין וואס דעמאלט ווערט דאס דריי טעג נאכאנאנד, ניט ענינים פון העדר החול און שלילת החול,
¶5ושל שבת, און אין דעם אופן, אז ס'ווערט א יום אריכתא א שינוי אין מעשה בראשית, אזוי איז א טאג וואו האט ער אין זיך כ-ד'שעות, ביז אויך אין ענינים של הלכה איז דאס אזוי, אז ס'קומט צום טאג פון ראש-השנה, זאגט מען, אז ער האט טאקע אין זיך דעם ענין, אז ס'איז שני ימים טובים של ראש השנה, כמה פרטים זיינען זיי חלק זה מזה, אבער אויך אין דערויף איז דא דער ענין, אז דאס איז יום האריכתא, ביז וואנענט אז מ'דארף טאן ענינים מ'זאל קענען מאכן שהחיינו לכל הדיעות, און אויפטו דורך דעם שהחיינו מ'קען ניט יוצא-זיין מיט דעם שהחיינו וואס ער האט געטאן ביום הראשון, און דא זאגט מען, אז ס'איז טאקע דא די אוצר, פארבונדן אויך דערמיט וואס דאס איז יום אריכתי וואס דא קומט אויך אויס דער ענין וואס איז קרוב אלינו במיוחד, אלס אנשי חב אד, און דורך דערויף קומט דאס אן צו די אלע וואס לערנען דעם אלטן רבינ'ס שולחן-ערוך, וואס ס'איז דאך ידוע ווי די אבני המחבר שרייבן אויך בהקדמתם, וכמדובר כמה פעמים, אז דער אלטער רבי איז בשולחן ערוך שלו, משא'כן אין שולחן ערוך פון ר'יוסף קראו פון בית-יוסף, האט מוסיף געווען אויך די טעמי הלכות. על כל פנים בקיצור. דער בית-יוסף האט זיך פארלאזן אויף זיין פירוש הארוך לטור, וואס דער תמצית דערפון און דער סך-הכל דערפון בנוגע למעשה האט ער אריינגעשטעלט אין שולחן ערוך פאלט אפ די שאלה, ווי אזוי זאגט מען א הלכה אן א טעם וכו ס'קען דאך ברענגען צו תוצאות בלתי-רצויות? דערפאר איז דער אלטער רבי האט אריינגעשטעלט די טעמים הנחוצות כדי צו וויסן די הלכה כדרוש על בוריא האט ער זיי אריינגעשטעלט אין שולחן-ערוך שלו. און וואס דערפאר קומט דארט צו די אריכות, בפרט לגבי שולחן-ערוך
¶6פון בית יוסף, אבער כמדובר, שטעלט מען דאס ניט אריין מיט אן אריכות הכי גדולה, מיט אן אויסנאם, בשעת ס'קומט צו הלכות ראש השנה, ובמיוחד אז ס'קומט אין דעם ביאור פון ענין פון יומי אריכתא געפינט מען אין דעם אלטן רבינ'ס שולחן ערוך אן אריכות בלתי רגילה, אפילו אין שולחן ערוך שלו.
¶7וכמדובר כמה פעמים, אז דער שולחן-ערוך פון דעם אלטן רבי'ן איז דאך מקובל אויף כל בני ישראל, בכל תפוצות ישראל, ביז וואנענט אז שמו אשר יקראו לו במנהג ישראל וואס תורה היא איז דאס בעל התניא והשולחן-ערוך, און אלע ווייסן וועמען מ'מיינט דאס און וועגן וועמען ס'רעדט זיך וכאמור, דער שם ווערט דאס אן ענין פון מנהג ישראל תורה היא איז דאך אין דעם שולחן-ערוך זעט מען בעיני בשר, אפילו בשטחיות, דעם חילוק ווען ס'קומט די הלכה פון יום אריכתא, וואס זי איז פארבונדן, כאמור, און מ'געפינט דאס מערניט ווי בהנוגע דער ענין פון יום אריכתא בהנוגע צו ראש השנה, זעט מען אויך אן אריכות בלתי רגילה, אפילו לגבי די רגילות פון דעם אלטן רבי'ס שולחן-ערוך.
¶8און במיוחד נאך, אז דער ענין פון ערב תבשילין כאמור לעיל איז מען דאך מזכן לכל אנשי העיר, אדער על אחת כמה וכמה צו די אנשים הכי קרובים שלו, און אין דערויף גופא אנשים ונשים וטף, ווארום דער הדרוקות שראגע און אכילה און שתי'איז דאך דאס נוגע צו אנשים, און נוגע צו נשים, און נוגע צו טף, און נוגע צו זיי אלע דריי סוגים באופן שוה. דאס איז אכילה וואס זי איז מחבר די נשמה בגוף, די נשמה בגוף פון די אלע סוגים, ובכלל פון די אלע סוגים ווי אויסגערעכנט בנוגע למצות ההקחיל. וכאמור, דאס איז אן ענין וואס דאס איז בגלוי לעיני בשר, ובמיוחד שטייט דאס בגלוי אלס א חידוש אין ערב ראש השנה, יום זה דוקא, וואס דער ענין פון אור תף שידן איז דאך, אז מ'זאל אים דוקא מאכן ניט בראש-השנה, נאר דוקא בערב ראש-השנה. וכמובן וגם פשוט. וואס דאס איז נאכמערער מדגיש די ענינים ווי זיי דארפן אראפקומען אין לישר הלבבות ולתקן הדיעות, וואס אין דערויף זאגט דאך דער רמב אים אין ספרו הלכות הלכות ווערט דאך דאס א הלכה קטן כגדול אז יעדער איד הלכה אין תורה, האט זי אין דערויף, ואדרבא, ס'איז אן עיקר בזה דער לישר הדרכים ולתקן הדעות וכו'וכו מיט די אלע לשונות וואס ער רעכנט דארט אויס, וואס בהדגשה איז דאך דאס דער ענין פון הקהל, לעירא, ביז צו לעשות כמוזכר לעיל, שטייט דאך דאס בגלוי, כאמור, און שטייט בגלוי דוקא בערב ראש השנה,
¶9ביום זה, אין וועלכן מ'געפינט זיך איצטער. וואס אף על פי וואס לכאורה איז דאך אויף דערויף דא א טעם פארוואס דער ערב תשילין איז אויסגעטיילט, און מ'דארף ער מאכן בערב ראש השנה וכו איז אפילו אז מ'זאל זאגן, אז דאס איז טעמים נפרדים, וכל אחד ואחד איז מספיק בפני עצמו, ווי ס'איז משמע פון פשטות, לשון הפוסקים והמפרשים, איז דאך כאמור ווי דער רמב'ם זאגט אז א הלכה האט אין זיך א טעם, און האט אין זיך א טעם בפשטות, אף על פי כן, וואס דער טעם בפשטות האט קיין שייכות ניט צו לתקן הדרכות ולישר הדרכים ולתקן הדיעות, איז אף על פי איז דא אין דערויף אן ענין עיקרי, אז דערפון זאל מען אראפלערנען א לימוד בנוגע צו דעות ולבבות, און צוזאמען דערמיט אויך בנוגע להנהגה בפועל. וואס דערפאר, אפילו אז מ'וועט זאגן, אז ס'איז דא די טעמים מספיקים בפני עצמם, בנוגע צו ערב תבשילין בערב יום טוב בכלל ובערב ראש השנה, על אחת כמה וכמה, וואס דעמאלט קען ער דאך ניט זאגן מצד דעם ענין פון יום האריכתי קען ער דאך ניט זאגן בפשטות, אננעמען די עצים פון אויב ער האט ניט געמאכט ערב ראש השנה ערב יום טוב זאל ער דאס טאן ביום ראשון, און זאגן דעם מוסח הידוע בתנאי, ווי אראפגעבראכט אויך אין שולחן ערוך, וויבאלד אז דאס איז א יום אריכתא איז ניט שייך אין דערויף זאגן דעם תנאי, אויב יום ראשון איז יום טוב איז באופן כך, און אויב ביום שני איז יום טוב איז דאס באופן שונה, וויבאלד אז דאס איז יום אריכתא וכו.'
¶10ו. וואס דאס איז נאכמערער מדגיש, אז דעם ענין פון תיקון הלבבות ובישר הדיעות וואס מ'לערנט אפ פון ערב תבשילין בכל יום טוב הדרוש, וואס האט ביי זיך אן ערב תבשילין איז דאס ביתר שאת וביתר עוז ביי ערב תבשילין פון יום טוב של ראש-השן.
¶11וכמדובר, איז דאך דער יום-טוב של ראש-טורן וואס האט אן עריף טאס-שיולן ברענגט אויך ארויס דעם ענין פון בג'פעמים הוי חזקה, וואס דער ענין איז דאך, ווי פארשטאנדיק אויך בפשטות, אז מ'זאגט בג'פעמים הוי חזקה איז קען מען דאך לכאורה מיינען, אז דאס טוט-אויף מערניט ווי דער פעם השלישי, אדער דער יום השלישי דער פשטות הענינים איז אבער ניט אזוי, בשעת ס'קומט-צו דער פעם השלישי אדער יום השלישי ווערט דער ענין אויפגעטאן דורך די אלע דריי זאכן צוזאמען, און ווי ס'איז א נפקא מינה בהנוגע צו אדם זוי מימימי און בהנוגע צו משלים זיין, אויב ס'איז געווען אין דערויף א דבר בלתי רצוי, איז ווערט דאס פאנאנדערגעטיילט אויך אויף דריי, ווארום יעדער טאג, אדער יעדער שנת חזקה האט אין זיך דעם ענין וואס זי טוט-אויף אין דעם ענין החזקה, און דער ענין פון פעם השלישית אדער שנה השלישית איז דאס מערניט ווי דער בירור, אז שוין ביום הראשון איז דאס געווען א יאר אדער א טאג אדער א פעם פון חזקה, און ועל דרך וממש ווי דאס איז דער פעם השני און ווי דאס איז דער פעם השלישית.
¶12וואס על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק בנוגע צו ערב ראש-השנה, וואס ער באשטייט דאך אויך פון כמה שעות, ביז כמה צירופים, פון שם הוי ס'איז א חילוק אין שומן המפרש פון שם הוי ווי אראפגעבראכט אויך אין תניא, אז יעדער שעה האט זיך זיך איר ציוף. אף על פי כן, איז על פי האמור מובן וגם פשוט, אז דער רגע האחרון פון ערב ראש-השנה, אף על פי וואס בפשטות איז ער דער סמוך ובסמיכות ממש לראש-השנה, איז דאך אבער דער ענין בזה, אז דער גאנצער מעת-לעת ווערט אנגערופן, ביז בנוגע לכמה הלכות דעם ענין פון ערב ראש-השנה, ביז בנוגע צו היתר נדרים וכיוצא בזה, און ניט זאגן קיין תחנון וכו'וכו איז דאך דאס פארבונדן מיט יעדער רגע פון דעם גאנצן מעת לעת, אף על פי וואס בגלוי איז דער רגע הסמך לראש-השנה איז דאס דער רגע האחרון, אבער בעצם ובפנימיות, און אויך בחיצונות ובאמיתיות, איז דאס כולל אין זיך די גאנצע פיר און צוואנציק שעה פון דעם מעת לעת, ווי דאס איז בנוגע צו ערב תבשילין.
¶13ערב תבשילין דארף מען דוקא מאכן בערב ראש-השנה, שטייט אבער ניט קיין הגבלות, אז מ'מוז דאס מאכן וואס נעענטער צו ראש-השנה, און ווי מ'זעט דאס בפשטות, אז ס'איז דא אזוינע וואס מאכן פריער און שפעטער, ויש לומר בפשטות, אז מ'וועט מאכן אן ערב תבשילין ביינאכט פון ערב ראש השנה, האט ער אויפגעטאן כל הענינים פון ערב תבשילין, וויבאלד אז דערנאך וועט ער עסן פון דעם תבשיל, און במיוחד וועט ער דערנאך עסן פון דעם תבשיל ביום השבת וכיוצא בזה, אף על פי וואס ער האט אים געמאכט באמצע ערב ראש השנה, אדער אפילו בתחילת פון ערב ראש השנה. וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז דאס וואס מ'דארף פועל-זיין אין תיקון הדיעות והלבבות בערב ראש השנה איז דאס ניט אן ענין וואס מ'דארף דאס אדער מ'מעג דאס אפלייגן, מ'האט נאך צייט, במילא וועט ער דאס טאן שפעטער, ואדרבא לכאורה איז גאר בעסער אזוי, ער וועט דאס טאן נאך תפילת ערבית, אדער נאכמערער נאך תפילת שחרית, אדער נאכמערער נאך תפילת מנחה, וואס אפילו אליהו הנביא לא נהנה אלא ווי תפילת מנחה, נאר ווי ס'שטייט אין דערויף ניט קיינע חילוקים, און האט דאס אין זיך גאר די מעלה פון זריזין מקדימין אויף מאכן אויך דעם ערב תפש י'ן פריער, ובפשטות אויך דעמאלט איז ער זיכערער, אז ער וועט ניט פארגעסן, מצד טירחות און מצד דער בהל און דעם חיפזנט און די הכנות צו ראש-השנה, ווארום ער האט נאך כמה וכמה זמן וכיוצא בזה, טוט ער דאס מיט מער ישוב הדעת וכו,' נוסף אויף דעם ענין פון זריזות דערפון אויך פארשטאנדיק בנוגע צו תיקון הדעות און דער
¶14ילישר הלבבות וכו.' על אחת כמה וכמה, אז דאס איז דאך אן ערב ראש השנה וואס שטייט אין פרשת האזינו, וואס דער האזינו איז דאך דער נאמען פון כל הסדרה כולה לכל הפסוקים שלה וכל הפרטים שלה, וכמדובר, און מ'דערמאנט שוין אויך פריער, איז האזינו איז מדגיש, אז דאס רעדט זיך אין א דבר שקרוב אליו, און דאס איז געווען דער אויפטו פון האזינו השמים בא משה רבינו, און אזוי האט ער אויפגעמאנט און אויפגעטאן, בפרט על ידי השירה הזאת אין אלע אידן, אז בא זאת זאל זיין כל עניני שמים, ס'זאל זיין אין אן אופן פון קרוב במילא איז דאך דער ענין פון האזינו. וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט דעם שאר-בלעבפ און מיט די הקדמה, און ביז מיטן שער-בלעטל, פון ספר תניא קדישא, וואס דארטן זאגט מען דאך קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו אלע דריי ענינים, בפיך ובלבבך ולעשותו, וואס דאס איז דאך מחשבה דיבר ומעשה, און אין דערויף זאגט מען, אז דאס איז קרוב און נאכמערער דאס איז אליך און נאכמערער דאס איז מאוד וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט בכל מאודך אז מ'גייט ארויס מכל מדידות והגבלות בזה, ובפרט נאך ווי דער המשך בזה בעזר השם יתברך, וואס דאס איז דאך אלץ דער לשון פון דעם אלטן רבי'ן. וואס דאס האט אויך א שייכות מיוחדה צו ערב ראש השנה, כידוע הסיפור, אז ערב ראש השנה איז דאך דער יום הולדת פון דעם צמח צדק, וואס בקשר ליום הולדת שלו, האט דער אלטער רבי געזאגט די ערשטע דריי פרקים פון ספר תניא קדישא, אף על פי וואס דער שרייבן בפשטות איז ארויס כמה זמן לאחרי זה, אבער דער זאגן דעמאלט איז גלייך איבערגע'חזר'ט געווארן און גע'חזר'ט געווארן, און זיכער אויך אראפ בכתיבה,
¶15על ידי כל השומים, על אחת כמה וכמה על ידי תלמידיו וההולכים בדרכיו, בנוחה באורחותיו נצחתא לבאי עד סוף כל הדורות, און אויך בזה אויך האנשים והנשים והטף, כמדובר כמה פעמים, אז ענינים פון ירף הוי און אהבת הוי און אמונה מיט די אלע שש ערי מקלו, די אלע שש מצוות אז מפורסמות זיינען זיי בשוה באנשים ווי זיי זיינען בנשים, און מצד דעם ענין פון חינוך דארף דאך דאס אויך זיין בנוגע צו טף, משא'כן ווען ס'קומט נאך צו ווען דאס איז פארבונדן מיט שנת הכל און מיט מצות הכל ווערט דאס אן ענין מן התורה, און אן ענין מן התורה אפילו אז ער פארשטייט ניט, גארניט וואס ער הערט, אבער דאס פועל'ט ביי אים, אזוי מבטיח תורת אמת, אז דאס וועט ביי אים פועל זיין, לעירא כל הימים, ביז וואנענט אז מ'זאגט, אז דאס איז כולל אין זיך, און מן התורה, אויך דער ענין פון קטני קטנים. וואס דאס איז דאך דער ענין פון הקהל בית שלימות, און וואס די אלע ענינים ווערן צוגעגרייט אין ערב ראש שנת הקהל, וואס דאס איז דער יום זה, במילא איז נאכמערער פארשטאנדיק פארוואס דאס איז קרוב אליך הדבר מאוד וויבאלד אז מ'האט דעם עזר ה'יתברך, דאס איז געווארן א מצוה בתורה, וואס ברוחניות איז זי דאך בכל המקומות ובכל הזמנים, סיי בזמן הגלות, סיי בזמן שבית המקדש הי'קיים, ויש לומר יתירו מזה, אז וויבאלד אז התורה היא נצחית, און נצחית באופן אלס א תורה מלשון ההוראה, ווערט די הוראה פון הקרל בזמן שבית המקדש הי'קיים, וואס דאס איז דאך דער פסוק הוראה בזה בתורה, ווערט די א הוראה נצחית אפילו בזמן שאין בית המקדש קיים, און נאך מערער אפילו אין די זמנים
¶16וואס זיי זיינען ניט שנת הקחל, אפילו ניט ראש השנה נאר כל השנה כולה, וכמודגש, בפשטות הכתובים, אז דער ענין פון הקחל האט אויפגעטאן, אז ס'זאל אויפגעטאן ווערן אפילו אט די קינדער וואס וועלן נאך געבארן ווערן שפעטער, וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז דעם הקחל וואס מ'האט געמאכט בבית המקדש בזמן שבית מקדש הי'קיים מיט אלע פרטים שבו, האט אויפגעטאן אויף די אלע דורות שלאחרי זה, כולל אויך דורנו זה. ובפרט אז מ'געפינט זיך דאך בפשטות אין אן ארט וואס דאס איז מקדש מעט, ובמיוחד אויב מ'האט נאך געטאן במשך השנה אין דעם ענין פון ועשו לי מקדש בכל פרטי חיי האדם, סיי אין מקום און סיי אין זמן, עאכו כמה וכמה בנוגע לנפש, און די אלע ענינים וועלן זיכער נאכמערער צוהיילן דעם קיום מצוות הקהל בפשטות, און פארשטאנדיק, אז דער זמן הכי מסוגל לזה איז, בשעת די שנה איז א גאנצער יאר ווערט אנגערופן תסמך ביז וואנענט אז דאס ווערט איר נאמען, ביז וואנענט אז דאס ווערט איר נאמען און מנהג ישראל, וואס דאס וועט נאכמערער צוהיילן, כאמור, אז משיח צדקנו און די גאולה האמיתית והשלימה קומט תיכף ומיד, איז בדרך ממילא פראוועט מען ראש-השנה און עצרת ימי תשובה, און די ד'ימים שבו אין יום הקדוש, יום הכיפורים לסוכות, און די סוכות פון סוף שנת השביעית, וואס דעמאלט איז דאך די סוכות אין וועלכע מ'פראוועט דעם הקלול, פראוועט מען די אלע ענינים, אנהויבנדיק פון סיום ערב ראש-השמה, על אחת כמה וכמה די ימים שלאחרי זה, און דער גאנצער יאר, אז ס'ווערט א שמחה למעלה ממדידה והגבלה, תיכף ומיד איז ער פורץ כל הגדרים וכל ההתחלקות, אויך גדרי הזמן והמקום, כמוזכר לעיל.
¶17און ס'ווערט בפשטות גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש, בכל מקום ומקום, און דאס פועל'ט אויף בכל אחד ואחת, למקטנם ועד גדולם ולמקדולם ועד קטנם, און פועל'ט אויך אויף בכל עמי הארץ, אז יקירו וידו, אז דאס איז מלך ישראל, וביחד עם זה, מלוך על העולם כולו בכבודך, מלך כל הארץ, ביז ווי מ'נעמט מלכות ממקורא ושרשה פון עצמות ומהות, כמבואר בארוכה אין די דרושים פון תקיעת שופר על פי כוונת הבעל שם טוב, ווי אפגעדרוקט שוין אין דעם סידור אין חסידות, אין דאך, ובפשטות, אז ס'קומט די גאולה דוקף ומיד און דער חדר אבער נאך פאר דערויף דער שמחה הכי גדולה, סמך תשמח רואים האהובים וואס דאס איז דאך אויך כולל ווי מ'זאגט דאס בא יעדער חתונה פארבינדן דאס מיט מקדש עמי ישראל איז דער רואים האהובים דער אויבערשטער, ביז עצמות ומהות, מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, ביז מיט כלל ישראל, און ס'קומט ארויס פון שמח תשמח רואים האהובים כשמחך יצירך מקדם וואס ס'גייט דאך דאס אויף גן עדן, און מ'זאגט אויף דערויף כסמחך יצירך מקדם מיט א כ'אפ דמיון, דערפאר וואס אלו תולדות פרץ אט די שמחה וואס קומט לאחרי דעם חושך הגלות, ובפרט אז שוין כלו כל הקיצין און אידן שרייען עד מתי אפילו אט די וואס זאגן דאס ניט בדיבור, איז דאך דא בא זיי דער ענין פון כלי פנימאה דלא ישתמה, ובפרט נאך אז דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט די ביידע קולות ווי זיי זיינען דא אין דעם ענין פון תקיעת שופר, סיי די כלי דישתמה סיי די כלי פנימאה דלא ישתמה, איז דא דער הכל, קול יעקב, און ס'קומט גלייך אראפ, והוא העיקר,
¶18האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש, אין האנשים והנשים והטף בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובנותינו פון מקדש מעט אין מקדש בפשטות, און נאך מערער אין דעם מקדש בתכלית השלימות, מקדש אדנ'כוננו ידיך אין מהר הקודש ווי ירושלים עיר הקודש, שקידת מלך רעב, ובארץ הקודש, ארץ אשר תמיד עיני הוי'אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה, וואס דער אפטייטש פון אחרית שנה ווי דער אלטער רבי ברענגט דאס אראפ, און אויך פארשטאנדיק בפשטות גייט דאך דאס אויף ערב ראש השנה, ובפשטות, אז די אלע ענינים האמורים ווערן נתקיים בפועל, און אין אן אופן וואס כספם וזהבם איתן, וואס דאס איז דאך כולל אין זיך די כספם וזהבם שלהם האמיתי, איז דאך דאס דער ענין פון אהבת הוי און יראת הוי וואס דאס איז דאך כולל כל התורה כולה, כמדובר כמה פעמים און מובן גם בפשטות.
¶19ועוד והוא העיקר, אז די ענינים טוען זיך אפ למטה מעשרה טפחים, ותיכף ומיד ממש בעגלא דידן, והקיצו ורננו שוכני עפר, און מ'האט דעם ויהי בישורו מלך, און מ'האט דעם אזין השמים והדבירה, ותשמע הארץ עם רפי פון משה רבינו בעצמו, און דאס שפיגלט זיך דערנאך אפ און קומט אראפ בגלוי ביי א חלק פון משה וואס איז דא ביי יעדער איד, און ביי אלע אידן, כמבואר אין ספר תניא קדישא. און ס'ווערט דער ענין ווי ס'איז געווען דעמאלט, אז ס'איז געווען דער תכלית השלימות בכל הענינים, און תכלית השלימות אויך בא אידן, ביז וואנענט אז מ'שטייט הכן כולכם אויף אריינגיין אין ארץ הקודש, ובגאולה האמיתית והשלימה, ווארום איצטער איז דאך זכו זאל דאס זיין בפשטות, וכמדובר בכל פרטים אלו ובכל כללים אלו, אז די נקודה פון עצמות ומהות פארבינדט זיך, אתם נצבים היום כולכם לפני הוי'אלקיכם פארבינדט זיך מיט נקודת הפשטות וואס ס'איז דא ביי יעדער אידן און ביי אלע אידן, און ס'ווערט איין נקודה ממש, און א נקודה וואס נעמט אריין אין זיך און שטייט העכער, ווערט די נשמה פון כל סדר ההשתלשלות, ביז אויך בפשטות, ווארום ונגלה כבוד הוי'וראו כל בשר יחדיו כי פי הוי'דיבר בפשטות למטה מעשרה טפחים, ובשמחה וטוב לבב. לחיים.