עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-z9cwzr5x

kind
paragraph
order
2T
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אט דאס וואס דערמאנט פריער איז דאך אין דער זאך וואס טיילט אויס דעם היינטיקן יאר און דעם כתיבת ה'צוזאמענקלייבן זיך היינטיקן יאר פון די פריערדיקע יארן, אדער פון דעם יאר וואס קומט לאחרי זה, ס'איז דאך אבער נאך פאר דעם איז דא די אלגעמיינע זאך, וואס דאס איז ווי אין יעדער פסח פון יעדער יאר, וואס פארא יאר ס'זאל ניט זיין, וואס דאס האט דאך א ספעציעלע שייכות צו צבאות השם. ווי מ'זעט דאך אויך אין פסח, איז דאס אלץ געבויט און דאס שטעלט זיך אויס ארום אידישע קינדער, אז והגדת לבנך אויך אז מ'הויבט אן דעם סדר, הויבט מען אן דערפון וואס אידישע קינדער פרעגן די שאלות ביי עלטערע פון זיי, און זיי ווארטן, און ניט איין שאלה נאר פיר שאלות, און דערנאך ווארטן זיי, און אלע עלטערע ארום זיי זעצן זיך אויס און שטעלן אויס די ענטפערס, כדי אויף צו געבן די קינדער די ערקלערונג אין בעסטן אופן, אז די קינדער זאלן זיין ווי צופרידן, אף על פי וואס זיי געדענקען וואס מ'האט זיי געזאגט מיט א יאר פאר דעם, אדער מיט צוויי יאר פאר דעם, באקומען זיי איצטער דעם פסח א נייעם געשמאק, און ארום זיי וערום די בנחה און וארבעה בנים, וואס פאר א אידיש קינד ס'זאל ניט זיין, אבי ער איז געבארן געווארן אינעם אידישן פאלק איז א זיכערע זאך, אז מ'דארף אים ארייננעמען און מ'נעמט אים אריין און מ'זעצט אים אוועק, באם זעלבן טיש בא וועלכן ס'איז זיצט דער פאטער מיט דער מוטער, מיט דער באבע מיט דער זיידע, און בא דער זעלבער זאך ווי ס'איז זיצן אנדערע ערטער אויך ביים זעלבן טיש, מיטן זעלבער הגדה מיט די זעלבע קשיות און ענטפערס, אויך זיינע מלמדים ומורים ומורות וכיוצא בזה.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions