עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-z6k5akz4

kind
paragraph
order
TW
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס זיינען לעצטנס אנגעקומען פון רוסלאנד און פון די ענליכע לענדער אין א נייע לאנד, א טייל פון זיי אויך אין יונייטעד סטעיט אדער אין אסטרעלע, און א גרויסער טייל אויך אין ארצנו הקדושה, און דארף מען דאך האבן ספעציעלע מעגלעכקייטן כדי אויף קענען זיך איינארדענען אין זייען נייעם ארט, אין א גוטן אופן און אין א פריילעכן אופן, וואס דאס איז דאך אויך כולל איינא� ארדענען זיך אין אן אופן, אז זיי זאלן קענען געבן צדקה אין זייער מקום חדש, אין דעם נייעם ארט וואו זיי זיינען אנגעקומען, זאלן זיי קענען געבן צדקה מיט א ברייטער האנט, און במילי מדידה והגבלה. ועוד והוא העיקר אין צדקה איז דאך אן עיקר, אז מ'זאל געבן בסבר פנים יפות און מיט א פריילעכקייט, און דער וואס באקומט די צדקה, עטי ער באקומט די צדקה אין געלט, אדער ער בא� באקומט די צדקה דורך אן עצה טובה, אדער ער באקומט די צדקה דורך אן עצה טובה פאר דער גאנצער קהילה אין וועלכע ער געפינט זיך, און באקומט ער דאס בסבר פנים יפות, וואס אט דעמאלט איז ער דאס מקבל בעסער און ס'ווערט ביי אים נקלט בעסער, און ער קען דאס בעסער איבערגעבן ווי אזוי מ'זאל דאס אויסנוצן, און אזוי איז אויך דער וואס באקומט דאס, באקומט דאס אויך אין זיין
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions