transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ווען אידן טרעפן זיך, איז דאך צום אלעם ערשטן זאגט יעדערער ווען ווען ער טרעפט, ובפרט נאך אז דאס רעדט זיך וועגן א רבים מישראל, הויבט מען גלייך אן מיט שלום אפילו אז דאס איז נאך ניט די גאנצער זאגן, דערנאך איז מען זיך אויך ממשיך עליכם, אבער הויבן הויבט מען אן מיט שלום דערפאר וואס אט דאס איז דאך די התחלה, דער אנהויבס פון יעדער אידן אין אלע זיינע פעולות במשך כל יום ויום פון א גאנצן יאר, דארף ער אנהויבן מיט אן ענין פון שלום, צום אלעם ערשט מאכן א שלום בא זיך אין נפש, בא זיך אין זיין אינערן לעבן, אז ס'זאל ניט זיין קיין ענין פון בירוד און חלוקות דעות אינעווייניק, און ער זאל האבן אן אמת'ן נוחת הנפש, וואס אט דעמאלט גייט דער גאנצער טאג מיט א סך שטארקער און א סך אמת'ערע שלימות, וואס דאס איז דאך אויך פון לשון שלום, און אן אמת'ער שלימות איז דאך אזוי הויבט מען אן דעם טאג, ווירקט דאס אזוי אויפן המשך פון דעם גאנצן טאג, וואס יעדער טאג, בא יעדער אידן, סיי מענער און סיי פרויען,
¶2און אפילו קינדער, איז דאך מנהג ישראל תורה הוא, אז מ'הויבט אן דעם טאג פון מודה אני לפניך מלך חי וקיים שהחזרת בי נשמתי בחמלה רבה אמונתך אז מ'הויבט אן מיט א דאנק צו דעם אויבערשטן, וואס ער האט צוריק אומגעקערט די נשמה, און אומגעקערט אין א שטארקן אופן, אין אן אפגעפרישטן אופן און אין א געזונטן אופן, אז ס'זאל זיין געזונטער טאג אין אלע הינזיכטן, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, און נאך מערער האט דאס אומגעקערט בחמלה רבה, במילא אז דער אויבערשטער אפילו איז סתם חמלה פון דעם אויבערשטן, איז דאך שוין פארשטאנדיק, אז מ'האט אלע ענינים צו וועלכע מ'דארף אנקומען, בידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, בשעת דערצו זאגט נאך דער אויבערשטער, אז ער גיט בחמלה רבה גיט דער אויבערשטער אויך אט די זאכן וואס לכאורה פילט ער נאך ניט קיין נויטיקייט אין דעם, און נאכמערער, ס'קען גאר זיין אז לויט זיין מעמד ומצב בהוה, אין דער איצטיקער צייט, דארף ער גאר ניט צו ניט אנקומען, ווי מ'זעט דאס אויך בא געשעפט מענטשן במיוחד, אז ס'איז דא אזא מעמד ומצב, אז וויפל מעגלעכקייט דער אויבערשטער האט אים
¶3געגעבן האט ער דאס אין אן אופן וואס ער האט אלץ וואס ער דארף האבן, אז ער זאל זיין בשלימות און מ'זאל קענען פארטזעצן זיינע ארבעטן, און זיינע פעולות, און זיינע מסחרים וכו.' וויבאלד אבער דער אויבערשטער זעט זיך אויך פאר וואס ס'וועט פארקומען בעתיד הקרוב, ביז אפילו אויך בעתיד הרחוק, און דער אויבערשטער גיט בחמל רבה אפילו ווען דער איד דארף נאך אין דער צייט דערצו ניט אנקומען, וויבאלד אבער אז אויב דער אויבערשטער וועט אים געבן נאכמערער און נאכמערער, וועט ער קענען שוין איצטער אנהויבן די הכנות, אז דער עתיד זיינער די צוקונט זיינער זאל זיין נאך מיט מער הצלחה ווי על דרך הרגיל, אפילו אז אין טבע האט דאס ניט אלעמאל אן ארט, איז דאך אבער א איד ניט געבונדן מיט הנהגת הטבע, מ'דאכט אז דער עצם פון א אידן, דער עיקר פון א אידן, איז דאך זיין נשמה אויף וועלכע מ'זאגט אז דאס איז חלק אלוקה ממעל ממש איז דאך פארשטאנדיק, אז זי איז ניט פארבונדן מיט די באגרענצונגען פון עבר און פון הוה, און ער רעכנט זיך אויך מיט דעם עתיד אויף איבערשטעלן אויך, בכל האפשרי,
¶4די הכנות צו דעם עתיד, אז דער עתיד זאל זיין נאך בעסער ווי ער קען זיין על דרך הרגיל, און אין דרך הרגיל עצמו, למעלה מהנהגה טבעית, משא'כן אבער ווי ער האט צו-טאן, און ער ווערט אנגעפירט פון חלק אלוקה ממעל ממש, פון זיין נפש אלקית, און נאך מערער דאס איז ניכר אין זיין טאג-טעגלעכע אויפפירונג, אז אין טאג-טעגלעכע אויפפירונג זעט מען אז ווער איז ביי אים דער אמת'ער באלעבאס, אף על פי וואס ער האט דאך שני חללים בלב, אז אין הארץ האט ער צוויי אפטיילונגען דער לב חכם לימינו, וואס דארט געפינט זיך דער יצר טוב, און דערנאך איז אויך דא אפילו א ניט-טוב, איז בכלל צו קיין אידן קיין שייכות ניט, ס'קען דאך אבער זיין א טוב ניט בשלימות, אדער ווי דער עולם רופט דאס אן א פארעווער, מעמד ומצב, וויבאלד אבער אז דער אויבערשטער שטעלט אים אוועק גלייך אין דעם מעמד ומצב פון תכלית השלימות לויט דעם איצטיקן מצב, און נאך מערער אין תכלית השלימות נאכן עתיד, איז אט דעמאלט באקומט ער גלייך פון דעם אויבערשטן מיט די אלע ענינים ווי אויסגערעכנט פריער, און ס'ווערט ביי אים אין אן אופן על דרך ווי מ'זאגט אויף חודש אדר, אין וועלכן מ'געפינען זיך איצט
¶5אז דעמאלט איז דער מזל פון יעדער אידן, חזוק ובריא, שטארק און געזונט, אין אן אופן אז דאס ווירט אפילו למעלה משכל, וואס דער ענין פון מזל איז דאך ווי דער עולם טייטשט דאס אפ אויך, על אחת כמה וכמה ווי ס'שטייט אין תורה, איז דאס העכער פון אפשאצונגען לויט דעם שכל נאר לויט דעם מזל, לויט דעם עיקר פון א אידן, איז דאס ביי אים אויך נמשך, אז דאס פועל'ט שוין איצטער, און אט דעמאלט ווערט אויך דער עתיד שלו, ווערט אין א שטארקערן אופן און א העכערן אופן, און נאך מערער-אט די ענינים וואס על דרך הטבע וואלט דאס אמאל ניט געווען א שייכות אז ער זאלט דאס קענען נוצן, אדער נוצן דאס אין דער פולסטער מאס, וויבאלד אז דאס איז טאקע טבע און העכער פון טבע, אבער נאך אלץ פארבונדן מיט טבע, און פארבונדן אויך מיט מזל, נאר דאס איז אויך פארבונדן בא יעדער אידן מיט די ענינים פון ניסים, ביז וואנענט אז ניסי ניסים נעשה לו וואס דאס זאגט תורה אויף יעדער אידן, אז וויבאלד אז יעדער איד איז חלק אלוקה ממעל ממש, איז דאך פארשטאנדיק, אז פונקט ווי דער אויבערשטער איז למעלה מכל מדידה והגבלה, און ביי אים איז טאמער דארף מען
¶6האבן אן נס לפנים מן נס, און מערערע ניסים אין מי יום עלו, ביים אויבערשטן קיין זאך ניט מעכב, גיט דער אויבערשטער יעדער אידן נאך אין חודש אדר, ובפרט נאך אז אין חודש אדר געפינט מען זיך שוין נאך די טעג פון פורים, וואס דעמאלט איז דאך געווען אז ביהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר מיט אלע אפטייטשן אין דעם, ביז און אנהויבנדיק פון דעם איינפאכן אפטייטש אין דעם, אז בא יעדער אידן און בא אלע אידן איז געווען אורה ליכטיקייט, און אויך אמת'ע שמחה, און אין שמחה עצמה איז דאך דא צוויי אופנים, צי א שמחה וואס זי איז אין אן אופן גלוי, און דערנאך איז דאך דא אן אמת'ע שמחה האט זי א גרויסן חלק וואס ווערט ניט אנטפלעקט אין זיין עושר-ליכע ערשיינונג, ס'בלייבט אין אן אופן פון ששון. און וואס נאך מערער, אז ער האט ניט נאר ענינים וואס ער דארף דאס האבן, און א מוכרח בזה אדער ענינים וואס ער דארף האבן כדי ער זאל האבן א ברייטקייט אין זיין פערזענליכן לעבן און דעם לעבן און די אויפפירונג פון דער גאנצער משפחה, נאר אויך אין אן אופן פון יקר אז די גאנצע וועלט זאל אים מכבד זיין און אפגעבן אים יקר, זעענדיק, אז וויבא�
¶7אז דער אויבערשטער בענטשט אים, איז דאס גופא א ראי'אז ער פארדינט דאס, וויבאלד אז דער אויבערשטער האט דאס אים געגעבן, און געגעבן אין אן אופן פון יקר, במילא איז דאס מעורר אויך בא יעדער מענטשן, על אחת כמה בכמה ביי א אידן, וואס לערנט דאך אין יעדער זאך זיך אויפפירן לויטן חלק אלוקה ממעל ממש, על דרך ווי די גמרא זאגט אז רבי איז מכבד עשירים און מ'וונדערט זיך אויף דעם וואס איז געווען בא רבי'ן, וואס ער איז געווען דער וואס האט מסדר געווען די גאנצע הלכות אין תורה, דורך די ששת סדרי משנה, וואס האט דעם תופס מקום געווען, צי יענער איז אן עשיר צי א בינוני וכיוצא בזה, ובפרט אז רבי אליין איז דאך געווען אן עשיר גדול, ווי די גמרא איז דערצו בפרטיות, אז ער איז געווען א נשיא, און א נשיא מוז זיין אן עשיר, און בא רבי'ן איז געווען עשירות מופלגה, ער האט דאך געשטאמט פון בית דוד, און בטל ענינים וואס ער האט אויך באקומען פון זיין פאטער, וואס איז שוין אויך געווען א נשיא, און דערנאך האט ער נאך מוסיף געווען כמה וכמה, באקומט ער אויך א מחבר עשירים, וואס רבי האט דאך באטראכט, אז וויבאלד אז דער איד מיט וועמען ער טרעפט זיך, ועל דרך זה אויך אט די אידן וואס געפינען זיך איצטע
¶8דא האט זיי דער אויבערשטער מכבד געווען און האט זיי געגעבן עשירות, ביז אין אזא עשירות, אז זיי קענען ארויסהעלפן צו אידן ארום זיך און צו ניט-אידן ארום זיך, און ארויסהעלפן מיט א ברייטע האנט און מיט א פריילעכע הארץ און מיט פריילעכקייט, און געבן בסבר פנים יפות, דערפאר וואס ביי אים פעלט ניט דורך דעם, ואדרבא דאס וואלט אים אויך ניט געשטעלט ווען ער דארף אפילו צונעמען בא זיך, ובפרט נאך אז ס'איז דאך א זיכערע זאך, אז דער אויבערשטער איז משלים, אז דאס וואס מ'העלפט ארויס א צווייטן מענטשן, על אחת כמה וכמה א צווייטן אידן, איז העלפט דער אויבערשטער ארויס אשר בשביל שתתאשר, נאך מחמר עשירות, ביז אויך אשר פון לאסן עשירית, אז דער אויבערשטער גיט אים צען מאל אזויפיל, ווי ער האט געגעבן אויף צדקה בכלל, און אויף הילף א צווייטן אידן במיוחד באקומט ער צען מאל אזויפיל, און נאך פון דעם אויבערשטן מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, און נאך מערער בסביל שתאשרי, וואס דאס איז נאך על דרך ווי יעקב אבינו האט גלייך געזאגט און געזאגט, אז דאס נעמט ער מיט און גיט דאס איבער בירושה צו אלע זיינע קינדער, און אייניקלעך, וואס דאס איז דאך יעדער איד, סיי מאן א
¶9זיין פרוי שטאמען זיך פון יעקב אבינו און פון זיינע פרויען, ובפרט נאך אז מ'איז זיך מתעסק און מ'פארנעמט זיך מיט פארשפרייטן יעקב'ס תורה און יעקב'ס אנווייזונגען צווישן אט די אלע מיט וועלכע מ'טרעפט זיך, און נאך מערער מ'נוצט אויס די מעגלעכקייטן וואס דער אויבערשטער האט אייש געגעבן און אונז געגעבן און יעדער אידן געגעבן, ווי געזאגט פ אין א ברייטער האנט און אן מדידות והגבלה, נוצט מען אויס, אז דאס זאל זיין אין דער פולסטער באנוצונג פון די אלע אידן ארום אים, על אחת כמה וכמה צו דער פולסטער באנוצונג פון די קהילות פון אידן, פון אידישע קאנגרגיישנז, ווי זיי ווערן דא אנגערופן, און פון אידישע קהילות און פון כלל ישראל, ובמיוחד אויף צוגרייטן כלל ישראל צו ביאת משיח צדקנו, וואס דאס איז דאך דורך דערויף וואס אידן גיבן צדקה, און גיבן צדקה סיי אלס א פרט אלס א יחיד און סיי אלס א משפחה און סיי אלס א קהילה און סיי אלס כלל ישראל, ווי מ'האט דאך געזען אויך לעצטנס ווי אזוי אידן האבן זיך אפגערופן, מיט א ברייטער האנט און מיט א פריילעכער הארץ ובסבר פנים יפות, ארויסהעלפן אונזערע ברידער און שוועסטער,
¶10וואס זיינען לעצטנס אנגעקומען פון רוסלאנד און פון די ענליכע לענדער אין א נייע לאנד, א טייל פון זיי אויך אין יונייטעד סטעיט אדער אין אסטרעלע, און א גרויסער טייל אויך אין ארצנו הקדושה, און דארף מען דאך האבן ספעציעלע מעגלעכקייטן כדי אויף קענען זיך איינארדענען אין זייען נייעם ארט, אין א גוטן אופן און אין א פריילעכן אופן, וואס דאס איז דאך אויך כולל איינא� ארדענען זיך אין אן אופן, אז זיי זאלן קענען געבן צדקה אין זייער מקום חדש, אין דעם נייעם ארט וואו זיי זיינען אנגעקומען, זאלן זיי קענען געבן צדקה מיט א ברייטער האנט, און במילי מדידה והגבלה. ועוד והוא העיקר אין צדקה איז דאך אן עיקר, אז מ'זאל געבן בסבר פנים יפות און מיט א פריילעכקייט, און דער וואס באקומט די צדקה, עטי ער באקומט די צדקה אין געלט, אדער ער בא� באקומט די צדקה דורך אן עצה טובה, אדער ער באקומט די צדקה דורך אן עצה טובה פאר דער גאנצער קהילה אין וועלכע ער געפינט זיך, און באקומט ער דאס בסבר פנים יפות, וואס אט דעמאלט איז ער דאס מקבל בעסער און ס'ווערט ביי אים נקלט בעסער, און ער קען דאס בעסער איבערגעבן ווי אזוי מ'זאל דאס אויסנוצן, און אזוי איז אויך דער וואס באקומט דאס, באקומט דאס אויך אין זיין
¶11סבר פנים יפות מוזט ער דאס גלייך אויס אין דעם בעסטן אופן בהנוגע צו זיך אליין און זיינע משפחה, און בהנוגע צו זיין גאנצע קהילה, און בהנוגע צום כלל ישראל, כולל אויך די אידן, ווי דערמאנט פריער, וואס זיי זיינען געקומען אין א מדינה חדשה, צי דאס איז יונייטעד סטעיטס אדער אויף סטרעליע אדער אין אנדערע ערטער, אין חוץ-לארץ, על אחת כמה וכמה די וואס געפינען זיך אין ארץ הקודש, זאלן זיי דארטן קענען איינארדענען בהרחבה אין זיך אליין און די אלע ארום זיך, ועוד ועיקר, סיי בהרחבה אין גשמיות און סיי בהרחבה ברוחניות, אז מ'זאל האבן א ברייטקייט אין קאפ און אין הארצן, אז מ'זאל קענען לערנען תורה און מקיים-זיין אירע מצוות מתוך הרחבה, אן קיינע דאגות און אן קיינע זאכן וואס זיי זיינען מבלבא, דערפאר וואס כל מלכתך עשוי,"' און מ'געפינט זיך, ווי דערמאנט פריער, אין חודש אדר, וואס דעמאלט זעט מען ווי אזוי מ'האט א שטארקן מזל און א געזונטן מזל, און ווי אזוי מ'דארף זיך גרייטן בקרוב ממש, אז אט אט קומט ראש-חודש ניסן, וואס דאס איז דאך דער שבת וואס קומט אין עטלעכע טעג ארום, איז דאך ראש-חודש ניסן דער ערשטער טאג פון חודש ניסן,
¶12און ווערט אויך אנגערופן דער ראש", די קאפ פון גאנץ חודש ניסן, און ווי ס'שטייט אויף דערויף די ערקלערונג, אין לשון קודש איז דאך די אלע נעמען בדיוק פארוואס דאס ווערט אנגערופן בשם ראש אז דאס איז ווי א קאפ וואס זי איז כולל אין זיך די אלע פרטים און די אלע פעולות ואלע אקטיוויטעטן פון אלע אברים, אזוי איז ראש חודש אויך כולל אין זיך די אלע אקטיוויטעטן וואס מ'וועט דערנאך טאן, אנהויבנדיק פון דעם ערשטן טאג אין חודש ניסן, און דערנאך הלוך והוסיף ואור, און על אחת כמה וכמה צו די ענינים וואס פארבונדן מיט חג המצות און חג הפסח, וואס דאס איז דאך דער מיטן פון קיימא סיהרא באשלמותא פון חודש ניסן האט מען שוין נאך, אנהויבנדיק פון ימי הפורים, געטאן אלץ וואס מ'קען, כדי יעדער איד און אלע אידן זאלן האבן צרכי החג שלשים יום לפני זה, וואס דאס איז דאך אין ימי הפורים, על אחת כמה וכמה אז מ'האט צוויי וואכן לפני זה, וואס דאס איז ראש-חודש ניסנה, איז דעמאלט איז דאך זיכער אז מ'איז גלייך ממלא, אז יעדער איד און אלע אידן, און אויך די אגונים, די פארשידענע ארגעניזאציעס, די אידישע, על אחת כמה וכמה די קהילות קדושות צווישן
¶13אידן זאלן האבן אלע זייערע צרכים פארבונדן מיט הכנות צו א כשר'ן און א פריילעכן פסח, און פארבונדן אויך צו הכנות, אז אויך די טעג אין צווישן זאלן אויך זיין פריילעכע טעג, על דרך ווי מ'געפינט זיך דאך איצטער אין יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, וואס דינסטיק שטייט אין חומש, אז גלייך פון דעם ערשטן דינסטיק אן האט דער אויבערשטער דעמאלט געזאגט צוויי אז ער זעט אז דאס איז צוויי מאל טוב, און טייטשט דאס אפ תורה, אז דאס מיינט מען אז ס'זאל זיין טוב לו וטוב לבריות ס'זאל זיין גוט פאר אים, פאר דעם אידן אליין, און גוט לבריות פאר די אלע באשעפענישן וואס געפינען זיך ארום אים, וואס אין א ברייטערן זין איז דאך בריות כולל אין זיך אויך, צוזאמען מיט אלע אידן ארום אים, אויך צוזאמען מיט אלע מענטשן ארום אים, און אויך צוזאמען מיט אלע בעלי חיים ארום אים, און אויך צוזאמען מיט די הסבא מיט דער עולם הצומח וואס ארום אים און עולם הדומם וואס ארום אים, אז יעדערער פון זיי זאל האבן דאס בעסטע און דאס מעגלעך בעסטע, כדי ער זאל זיין אין דער פוסטער שטארקייט, ווי דערמאנט פריער מזלי בריא, און נאך מערער זאל זיין אין אן אופן אז מ'זעט שוין, וויבאלד אז דעם שבת שלפני
¶14האט מען שוין געבענטשט ראש-חודש ניסן, און אין דער וואך לאחרי זה געפינט מען דאך שוין, אז די דריי ערשטע טעג פון וואך זיינען שוין דורכגעגאנגען, און מ'געפינט זיך שוין און מ'גרייט זיך שוין צו דעם פערטן טאג פון דער וואך, וואס ער געהעט דאך שוין אייגנטליך צו דעם שבת שלאחרי זה, ווי דערמאנט מערערע מאל, אז דער וואך האט זעקס טעג, פון איין שבת צום צווייט שבת, און די זעקס טעג טיילן זיך, אז די דריי ערשטע טעג פון דער וואך געהערן נאך צו דעם שבת פון וועלכן מ'קומט, און די דריי טעג וואס ס'הויבט זיך אן פון מיטוואך, און נאכמערער ס'הויבט זיך אן פון דינסטיק נאכמיטאג, נאך תפילת המנחה, ובפרט נאך אז תפילת המנחה האט מען דאך שוין געדווענט מנחה צוזאמען מערערע אידן, איז דאך א זיכערע זאך, אז דער אויבערשט אין אלע זייערע בקשות, וואס הויבט זיך אן מיט דער בקשה פון אתה חונן לאדם דעת אז דער אויבערשטער גיט יעדער אידן און אלע אידן, גיט ער סיי דעת און סיי חכמה און סיי בינה און סיי דעת וויסן ווי אזוי ער דארף אויסנוצן אלע זיינע מעגלעכקייטן, און אויך וויסן אז ער דארף זיין בניתנמת'ע שמחה וטוב לבב, סיי ער און סיי די פרוי און סיי די קינדער
¶15וואס אט דעמאלט נוצט ער אויס די אלע ענינים וואס ער האט אין א בעסערן אופן און אין א גוטן אופן, און האט ער אויך מער תועלת בכל הענינים, און על דבר ודרך ווי מ'זאגט אויך אין דער זעלבער תפילה ווי מ'האט דאס ערשט געזאגט אין תפילת מנחה, אז וויבאלד אז אתה חונם לדם דעת און דערנאך דערמאנט מען אויך בינה און אויך חכמה, במילא האט מען אויך דערנאך דער גואל ישראל, וואס הויבט זיך אן מיט דער הבטחה, אז הויבט מען זיך אן גרייטן צו די גאולת ישראל הפרטיות והכלליות, ביז וואנענט מ'איז דערנאך ממשיך געווען אין תפילת מנחה, אז דער צמח דוד ארף זיך מהרה תצמיח, אז די גאולה האמיתית והשלימה קומט מהרה תיכף ומיד ממש, ומי יאמר לו מה תעשה דער אויבערשטער קען דאך טאן אלץ ביי אים קומט אויס, איז דאך א זיכערע זאך, אז דער אויבערשטער וויל, אז אויף איין דער תכלית השלימות בא יעדער אידן און ביי אלע אידן, במילא איז א זיכערע זאך, אז ער וויל, אז די גאולה האמיתית והשלימה זאל ניט דארפן ווארטן אויף יום הרביעין פון פרשה ויקראו שנת תשמ און אלף, נאר מ'האט דאס שוין אין דעם יום השלישי, ובפרט לאחרי תפילת מנחה פון יום השלישי, און וואס אין תפילת מנחה
¶16מען געזאגט, ווי דערמאנט פריער, אתא חונים באדם דעת און דערנאך אויך דער ענין פון גואל ישראל, און דערנאך אויך את צמיד צמח דוד אבדתך מהרה תצמיח, און דערנאך איז מען דאך אויך ממשיך ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים גיט דער אויבערשטער נאך די בקשות פון יעדער אידן און אלע אידן, און ס'ווערט מקויים, אז ותחזינה עינינו אז די אייגן, ווי יעדערן פון אונז געזונטערהייט און פריילעכעהייט, בתוך כלל ישראל, זען בפועל ובפשטות ווי אזוי דער אויבערשטער קערט זיך און ברחמים, ליציון ערכו ירושלים עיר הקודש ולארצנו הקדושה. ובפרט נאך אז דאס איז גלייך גורם, אז דער אויבערשטער טראגט אריבער יעדער אידן און אלע אידן עם ענני שמיא מיט זיינע וואלקן, מיט דעם אויבערשטנ'ס וואלקן דארף מען ניט אנקומען צו אן אוירן וכיוצא בזה, ווארום מיט א וואלקן מאכט מען דאס א סך שנעלער, און מ'דארף ניט האבן קיינע טירחות, מ'באקומט דאס אומזיסט, ואדרבא מ'באקומט דאס מיט א סיוע מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה. וואס דאס איז דער עיקר המבוקש, דער עיקר פון אונזער בקשה, אז מ'זאל ניט ווארטן, דער אויבערשטער זאל ניט ווארטן, ווארום די גאולה העשית
¶17עדל עבד איז גלייך תוכף ומיד, זאל דאס זיין על ידי משיח צדקנו, פון דעם אויבערשטן אליין, במילא קומט דאס גלייך בהמשך צו תפילת מנחה. ובפרט נאך אז זיכער האט איר זיך נאך מוסיף געווען אין הבטחות אין די אפמאכן ביי זיך אין הארצן אז מ'וועט געבן נאכמערער א צדקה, ועוד ועיקר אז מ'וועט דאס געבן בסבר פנים יפות, מיט א פריילעכער הארץ און מיט אן אפענער הארץ און מיט אן אפענער האנט, וגדולה צדקה שמקרבת ומזרזת את הגאולה, ווי דערמאנט פריער, אז מ'איז אויך תוקף ומיד מתוך כלל ישראל, לגאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט דאך זיין דער טוב לשמים וטוב לבריות ווי דאס איז דאך דער ענין פון יום השלישי, און ויום השלישי עצמו איז דאך דאס פארבונדן מיט דער פרשת השבוע וואס דאס איז פרשה וואס הויבט זיך אן גלייך מיט ויקרא אל משה, טייטשט אויף דערויף אפ דער אלטער רבי, אז על-דרך ווי דער אויבערשטער האט גערופן צו משה'ן, און אים איבערגעגעבן זיין תורה ומצוותי אזוי ווענט זיך דער אויבערשטער, און רופט צו יעדער חלק פון משה, וואס געפינט זיך אין יעדער אידן, אין זיין נשמה אין זיין נפש הלקית, און גיט אים איבער די אלע ענינים, אז
¶18קענען לערנען תורה נאך מערער וויפל ער האט געלערנט ביז איצטער, און מיט מער פארשטאנדיק ווי ער האט געלערנט ביז איצטער, ווי געדן לימוד שלא ווי לידי מעשה ער זאל גלייך ארויסנעמען דערפון די מסקנות בנוגע לפועל, ו המעשה הוא העיקר, אז וויפל מ'האט געגעבן צדקה ביז איצטער און וויפל מ'האט מחליט געווען ביז איצטער, וואס גענוגט מען זיך ניט דערמיט, און מ'איז מוסיף נאך כהנה וכהנה, און די אלע ענינים זיינען נאכמערער מוסיף, ווי דערמאנט פריער, אז ס'זאל זיין דער מקדש אדנ'כוננו ידיך און פון דארטן רופט דער אויבערשטער צו יעדער אידן, פון דעם קודש הקדשים פון בית המקדש השלישי, וואס ער געפינט זיך אין הר הקודש, ירושלים עיר הקודש, ובארצנו הקדושה, וואס דארט האט מען דעם קיבוץ גליות, תיכף ומיד ממש, און מ'האט דאס אין אן אופן, ווי דערמאנט פריער מתוך שמחה וטוב לבב, אז יעדער איד און אלע אידן וואו זיי געפינען זיך קלייבט זיך דער אויבערשטער אליין צוזאמען ווי איינער וואס נעמט פארן האנט א מענטשן און פירט אים במקומו מתוך שמחה וטוב לבב, אזוי איז בקרוב ממש נעמט דער אויבערשטער יעדערן פון אונז
¶19בתוך כלל ישראל, סיי אנשים און סיי נשים און סיי טף, און גייט מיט יעדערן פון אונז לארצנו הקדושה, און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן גופא אין הר הקודש, און דארטן גופא אין דעם בית המקדש, ביז אין קודש הקדשים, און דארטן האט מען דאס, תיכף ומיד ממש, ווי פארבונדן אויך מיט דער חלק אין חומש וואס איז פארבונדן במיוחד מיט היינטיקן טאג, וואס דאס איז יום השלישי, איז דער חלק אין חומש אין פרשת השבוע, איז אויך די פסוקים במיוחד וואס זיי הויבן זיך אן פון התחלת שלישי, און פארענדיקן זיך מיט סיום פון פרשה שלישי, וואס דארטן רעדט זיך אין די פסוקים ווי אזוי א איד ברענגט א קרבן מנחה צו דעם אויבערשטן, אז ניט חס ושלום ער האט אן ענין של עבירה און דארף ברענגען א חטת וכיוצא בזה, נאר ער ברענגט א מתנה צו דעם אויבערשטן, א אפדאנקן דעם אויבערשטן פאר אלע גוטע זאכן וואס ער האט געהאט און וואס זיין בני בית האבן געהאט, און וואס זיין מסחר האט געהאט און וואס זיין געשעפט האט געהאט, און האט דאס אין א�
¶20אופן, וואס ס'איז קיין וואונדער ניט, וויבאלד אז ווי די פסוקים זאגן אין דעם חלק פון חומש, אז דער אויבערשטער האט געבראכט א ברית עולם, אן אייביקן פארבונדן מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, אז דאס זאל זיין קיים לעד ולא מעולמים וואס דערפאר איז פארשטאנדיק פארוואס יעדער איד ברענגט א מנחה, וויבאלד אז ער זעט ווי אזוי דאס ווערט ער פילט אין זיין פרטיז'דיקן לעבן נאך זייענדיק אין גלות, און דערפון שאצט ער אויך אפ, במכל-שכן וקל-וחומר, וואס ער וועט האבן תוקף ומיד וואס קומט משיח צדקנו, און תוקף ומיד קומט מיט אים צוזאמען די גאולה האמיתית והשלימה, און מ'איז ממשיך אונזער זיין צוזאמען, ווי דערמאנט פריער, בארצנו הקדושה, און דארטן אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן גופא אין הר הקודש, און דארטן גופא אין דעם בית המקדש, מקדש אדנ'כוננו ידיך ותיכף ומיד ממש.