Paragraph
Paragraph rh-z62vyd1y
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-xg7srbym
- order
- 4
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זיינען דאך אלע געהערן צו צבאות השם, צו דעם אויבערשטנ'ס ארמיי, כדי צו באקעמפן דעם יצר אויף ניט צולאזן אים, אז ער זאל האבן עפעס א דיעה אין אידישן לעבן, און זיכער ניט א דיעה צווישן אידישע קינדער, וואס זיי האבן דאך א ספעציעלע חביבות און ליבששאפ פון דעם אויבערשטן'ס, ווי דער אויבערשטער זאגט כנער ישראל ואוהבהו אז דער אויבערשטער זאגט ער האט ריב אידן, און ספעציעל ביי אידן זעט זיך אויס די יונגקייט זייער, גז נער ישראל איז דאך דעמאלט פארשטאנדיק, אזוי צוזאמען מיט די שטענדיקע זאכן וואס מ'חזר'ט איבער אלעמאל בא יעדער צוזאמענקוף, זוכט מען אויך א פסוק אדער א מאמר הזל וואס זאל זיין פארבונדן מיט דעם ספעציעלן זמן, אדער מיט דעם ספעציעלן מקום, ארט, און וויבאלד אז דאס איז פארבונדן מיט תירת השם, זעט מען דאך די הנהגה ביי אן ארמיי, אז אין צוגאב וואס זיי האבן אליאמיינע ארדערס ווי זיי דארפן זיך אויפפירן יעדער טאג פון א גאנץ יאר, אן קיין אונטערשיד מיט קבלת עול מלכות שמים, און קבלת עול תורה ומצוותי,' וואס דאס איז דאך די זעלבע יעדער טאג און אלע טעג און אלע יארן האבן זיי אויך, ווי ס'ווערט אנגערופן ארדעריו זידן דער ספעציעלע אנזאג און ספעציעלע שליחות און ספעציעלע מלחמה וואס זיי דארפן האבן מיטן יצר, ער זאל זיי ניט שטערן אין דער ספעציעלער שליחות וואס זי איז פארבונדן מיט דער צייט אדער מיט דעם ארט, אדער מיט ביידע זאכן.
- proofread
- 0