Paragraph
Paragraph rh-z5mkmy9h
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3wf3wzk3
- order
- mw
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ברוך הוא, און מאכט פון זיי אן איין און איינציקע זאך, ווי גערעדט מערערע מאל. וואס דאס איז אויך די שליחות וואס יעדערער פון אייך אנשים נשים וטף, און אויך ערקלערבן דאס צו קינדער, לפי הבנתה וועט מיטנעמען, אז מ'זאל נאכמערער מוסיף זיין, און בפרט נאך אז מ'האט ערשט באקומען די תורה פון דאסניי, מיט אלע אירע מצוות, א טאג נאך א טאג, דעם ערשטן טאג שבועות און דעם צוו שבועות, און מ'זאגט די זעלבע הוספה, די יום-טוב'דיקע הוספה פון חג השבועות איז די זעלבע אין דעם ערשטן טאג שבועות און אין צווייטן טאג שבועות, און אויך די ברכת שהחיינו אין דעם ערשטן טאג שבועות און צווייטן טאג שבועות, ובפרט נאך א היינטיקע יאר איז דער צווייטער טאג שבועות ביום השבת קודש, וואס מיני'מתברכי כולי יומי פון שבת'דיקן טאג, בפרט נאך אז דאס איז א ספעציעלער שבת, ווערט דאס נמשך און געבענטשט די אלע טעג וואס קומען לאחרי זה, ובפרט די טעג פון דער וואך וואס קומט לאחרי זה, וואס דאס איז דאך אויך דער היינטיקער טאג, און דער טאג פון נעכטן און דער טאג פון מארגן, וכמדובר כמה פעמים, און דער ענין הצדקה וואס יעדערער נעמט אויף זיך און מקיים זיין בפועל, אנקומענדיק אין זיין ארט האט ער שוין די החלטה, אז אפילו אז מ'פארט זיך פארן אנדער איז אלע האבן די זעלבע החלטה בהנוגע צו נתינת הצדקה, וואס איש כולו כנגד כל המצוות כולם, ביז וואנענט אז זי האט אויך די סגולה, אז זי איז נאכמער מזרז און ממהר און ס'קומט אראפ בפועל דער ענין הגאולה, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צתנו, ובפרט נאך וואס דוד מלכא משיחא איז דאך זיין יארצייט אין חג השבועות, על דרך ווי דעמאלט איז דאך אויך דער יארצייט פון דעם בעל שם טוב, וואס זיין נאמען איז דאך געווען ווי דער נאמען פון יעדער איד און פון אלע אידן, און ווי באוואוסט דער רמז אין דעם, אז יעדער איד האט דער בעל שם טוב אין אים געטאן און אויפגעטאן, על דרך זה ווערט געגעבן
- proofread
- 0