עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

18 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1מ'געפינט זיך דאך אין א טאג וואס קומט בהמשך צו די ימים שלפני זה, וואס זיי זיינען אויך א צוגרייטונג, אף על פי וואס זיי זיינען דאך אן עיקר הכי גדול, האבן זיי דאך אויך א השפעה, א ווירקונג, אויף די ימים שלאחרי זה, אויף די טעג וואס נאכדעם, במיוחד אז דאס קומט די השפעה אויך פון יום השבת, וואס דאס איז דאך דער צווייטער טאג די קביעות פון היינטיקער יאר דער צווייטער טאג פון מתן תורה, ווי מ'זאגט דאך אויך דעמאלט אין תפילת העמידה, זמן מתן תורתנו האט דאך שבת, וכפרט דער טאג פון מתן תורה, א השפעה, א ווירקונג, פון פון גאנצן יאר, ס'איז דאך אחת בשנה, על אחת כמה וכמה א ווירקונג אויף די טעג פון דער וואך וואס קומען לאחרי זה, וואס דאס איז דאך אויך דער היינטיקער טאג, און וואס ס'האט דאך אויך די ווירקונג וואס ווי מ'פרעגט, פארוואס זאגט מען ניט קיין תחנון פארבינדט מען דאס, און מ'זאגט אז דער טעם אויף דערויף איז, וואס דאס איז פארבונדן מיט מתן-תורה, און דערפאר זאגט מען שוין ניט קיין תחנון, אנהויבנדיק פון ראש-חודש ביז ימי תשלומין, די טעג וואס קומען אלס א שלימות אין דעם טאג פון מפן תורה, און ווי גערעדט מערערע מאל אז דאס וואס מ'זאגט ניט קיין תחנון, איז דאס דערפאר וואס מ'דארף דעמאלט ניט אנקומען צו תחנון דער טאג אליין, מיט דעם תוכן פון דער טאג,

2טוט אויף נאך מערער וויפל ס'טוט אויף די אמירת התחנון, וכמדובר כמה פעמים, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון מתן תורה, אז די עצם זאך וואס אידן נעמען אויף תורה, און בהקדמת נעשה לנשמע, און אין אן אופן פון א החלטה הכי תקיפה בזה, אט דאס אליין נעמט ווי מבטל כל ענינים אויף וועלכן מ'דארף זאגן תחנון, ואדרבא ס'ווערט נאך זכיות, ביז זכיות ממש, און ווי גערעדט מערערע מאל. ס'האט אויך א שייכות און א פארבונד מיט די פרשה פון די טעג, וואס דאס איז פרשה נשא את ראש, און די השפעה איז נאך א צווייענדיקע היינטיקן יאר, וואס די קביעות לויט היינטיקן יאר לייענט מען פרשה נשא צוויי וואכן נאכאנאנד, כפליים לתושי,"' וואס דער איינפאכער אפטייטש פון נשא את ראש, איז דאך דאס אז מ'הויבט אויף די קאפ, און דורך דערויף ווערט אויפגעהויבן דער גאנצער מענטש, ביז אויך לגולדלותם, ובפרט נאך, אז דאס רעדט זיך אוועקן א טייל פון שבט לוי, ווי דער פשטות פון דעם ווארט, אבער ווי דער רמב'ם פסק'נט, אז לא שבט לוי בלבד, נאר יעדער איד, איז וויבאלד אז ער געהערט צום אידישן פאלק, האט מען אים געגעבן די אלע מעגלעכקייטן, און יעדער איד איז בחזקת כשרות, אז די מעגלעכקייטן וועט ער ארויסברענגען מכח אל הפועל, וועט זיין ווי דער המשך פון רמב'ם, אז נדבה לבו אז פון אייגענעם ווילן קלייבט ער זיך אויס זיין וועג אין לעבן, אז ער זאל זיין אזוי ווי לוי ווערט דאך אנגערופן בשם לוי ילבו אליך ס'זיינען די וואס זיינען דינען דעם אויבערשטן פרושרתוך, דורך די כהנים וואס זיינען אויך א טייל פון חלק לוי, ווי דער רמב'ם איז אויך מסיים קודש הקדשים, וואס דאס איז דאך במיוחד פארבונדן מיט כהנים

3ביז צום כהן גדול. און דאס איז אויך דער תפקיד און די שליחות פון יעדער איד, און ווי געזאגט, איז סוף-סוף איז ער ממלש שליחותו בעולם, און ער איז מגלה אין זיך, ביז וואנענט אז אויך אנדערע זעען ווי אזוי ער איז על-דרך ווי ס'איז געווען דער כהן גדול אין משכן, און נאך דעם אין דעם בית-המקדש ראשון, און נאך דערויף אין דעם בית-מקדש שני, און בקרוב ממש, אין בית-המקדש השלישי, איז ער דאס געווען פון צווישן שבט לוי, וואס זיי זיינען אויסגעקליבן פון אלע אידן, און אין שבט לוי גופא כהנים פון צווישן לויים און צווישן כהנים עצמו און דער כהן גדול, אזוי איז יעדער איד האט דעם כח אויף נדבה רוחו ער זאל זיין וקודש הקדשים, ניט קוקנדיק אויף דערויף מ'געפינט זיך אין זמן הגלות, און ווי גערעדט שוין מערערע מאל. און וואס נאך מערער? דער אויבערשטער גיט אים אין דערויף נאך א ברכה מיוחדה, ווי ס'זאגט פריער, אז ס'זאל זיין נשא את ראש ווי הויך א איד איז מצד עצמו, ווארום מ'איז דאך א בן אברהם יצחק ויעקב און בת שרה רבקה רחל ולאה, און ווי דאס דריקט זיך אויס, און ווי מ'זעט דאס בגלוי, אין די חושים וואס ער האט בראשו, וואס דארט געפינט זיך דער שכל פון דעם מענטשן, און פון דעם שכל ווערט דערנאך אנגעפירט ווי יעדער מענטש דארף זיך אויפפירן לויט די אנווייזונגען פון שכל, פון תורה זאל דאס אראפקומען אין אלע זיינע אברים און אין אלע זיינע גידים, ביז אין אלע זיינע דיבורים ומחשבות ומעשה בחלקו בעולם, אז מ'זאל זען, אז דאס איז אן אויפפירונג און א מחשבה און א דיבור ומעשה, ווי געזאגט פריער, פון איינעם אדער פון איינעם וואס געהערט צום אידישן פאלק, וואס זיי זיינען דאך א אידישער פאלק, דורך דערויף וואס זיי פירן זיך אויף אין דער וועג פון אידישקייט, ביז אין טאג-טעגלעכן לעבן, אפילו אין וואכעדיקע טעג,

4און זיכער נאך אזוי נאכמערער אין שבת'דיקע טעג, אין יום-טוב'דיקע טעג, ובמיוחד אין טאג פון זמן מתן תורתנו, וואס דא איז מען דאך מדגיש, אז דאס איז ניט א יום מתן תורה, נאר דאס איז א גאנצער זמן, דערפאר וואס דאס איז ניט פארבונדן און ניט באגרעניצט מיט א טאג, נאר דאס ווערט נמשך פון דעם טאג אין דעם גאנצן זמן, ביז אין דעם זמן פון די צבעימות לעת און אין דעם זמן פון דעם גאנצן חודש, חודש השלישי, פארבונדן מיטן אידישן פאלק און מיט די תורה וואס זי טורט זיך אין דריי חלקים, און מ'איז זיך דערנאך ממשיך אין אן אופן פון חוט המשולש, וואס מ'האט א חזקה, כולל אויך דעם אפטייטש פון שטארקייט, אז מ'האט אין זיך די שטארקייט גלייך ווי מ'וועט געבארן צו אידן, צו אידישע העלטערן, על אחת כמה וכמה אז ס'קומט נאך צו די שטארקע צוגעגעבן פון זמן מתן תורתנו, וואס דא איז, ווי געזאגט, אונטערשטראכן אז דאס איז א גאנצער זמן, א המשך זמן, ביז א זמן נצחי, אין וועלכן ס'איז ניכר אין יעדער זאך, מחשבה דיבור ומעשה, ווי אזוי איז דאס איז דורכגענומען דורך דעם ענין פון תורתנו, וואס ווערט אנגערופן תורתנו דאס איז די תורה וואס מ'האט דאס געגעבן במיוחד צו אידן, און די אידן נעמען דאס דערנאך אראפ אין זמן און אין מקום, אז אין טאג-טעגלעכן לעבן און אין וועלכן ארט מ'געפינט זיך זעט מען, אז דאס רעדט זיך וועגן א מענטשן, סיי אנשים סיי נשים סיי טף, האט דער אויבערשטער געגעבן די תורה, און האט זיך דערביי דערציילט און אנגעזאגט, און געגעבן דעם כח, אז זיי זאלן דאס פלעקן און אזוי איינשטעלן זייער לעבן, ביז וואנענט ס'וועט זיין יעדערער וועט אנערקענען אפילו ניט-אידן, אז דאס איז תורתנו, דערפאר וואס יעדער טאג און יעדער טייל פון טאג פירט ער זיך און ייידערער טוט א זאך, גיט ער א קוק און באטראכ

5ווי תורה וויל, וואס ער זאל דעמאלט טראכטן, וואס ער זאל דעמאלט רעדן, און וואס ער זאל דעמאלט טאן, און טוט דאס אזוי בפועל, המעשה הוא העיקר ווערט דאס בגלוי תורתנו, און ס'ווערט בגלוי אז דער גאנצער זמן, במילא אויך דער מקום, ווערט דורכגעדרונגען, וויבאלד אז דאס איז א אידישע הארץ און א אידישע הויז און א אידישע שכונה, האבן זיי בכח, מיטן כח פון דעם אויבערשטן און שליחות פון דעם אויבערשטן-אז זייער אידישקייט זאל ווירקן, און ווירקן ביז אין אן אופן פון אותך נצחים, אין דער גאנצער סביבה, ביז ווירקן אין דער גאנצער וועלט, וואס דאס איז דאך אויך פון די תנאים וואס והיתה להוי'המלוכה פון די גאולה האמיתית והשלימה, אז אידן זיינען ממלא זייער שליחות זייער תפקיד אויך אין וועלט, דורך חלקו בעולם, אין דער גאנצער וועלט, אז ס'זאל זיין ניכר אין דער גאנצער וועלט, אז ס'איז דא אידישער פאלק, און וואס ער האט אט די און די מענטשן, אנשים אדער נשים אדער טף, ובפרט אז די מענטשן זיינען מקיים ואהבת לרעך כמוך, לעבן זיי זיך אלע מתוך חב ומתוך אחדות, מאלט איז דאך יעדער מעשה זייערע האט דאך נאכמער ווירקונג און האט נאכמער שטארקייט און נאכמער לעבעדיקייט, כבדובר כמה פעמים. וואס צוליב דערויף כדי דאס דורכצופירן נאך בעסער און נאך שנעלער און נאך לעבעדיקער, במילא קומט אויך די גאולה האמיתית והשלימה נאך פריער מאכט מען פון אידן, און מ'גיט יעדערער פון זיי, א שליחות אין פארשידענע ערטער בעולמנו זה, וואס דאס איז דאך אויך איינע פון די טעמים וואס אידן זיינען מפוזר ומותורד בין העמים, און ווי דער לשון הפסוק, אז ס'איז א גרויסער וונדער דאס איז אן עם אחד א גוי אחד, און זיי האבן דאך געדארפט זיין אלע צוזאמען אין דער זעלבער שטאט, אדער על כל פנים אין דער זעלבער לאנד, און מ'זעט אז דאס איז גוי

6אחד און צוזאמען דערמיט איז מען מפוזר ומפורד בין העמים. זאגט אויף דערויף תורתנו, וואס אויך פון לשון הוראה איז זי לערנט יעדער אידן אלע ענינים וועלכע ער קענען האבן א שאלה, אדער ער האט א שאלה, גייט אים תורה גלייך א ליכטיקן ענטפערק וואס איז דער פירוש הדברים און וואס ער דארף דערפון לערנען, ביז אפלערנען, און דאס זאל ווירקן אויף אים, און דורך אים, אויף זיין גאנצע משפחה, און דורך די זיין משפחה אויף דער גאנצער אידישער שכונה, ביז ס'ווירקן אויך אויף די ניט-אידן, אז זיי זאלן מקיים-זיין שבע מצוות בני-נח, און זיי זאלן ארויסהעלפן אין אן אלצן וואס זיי קענען, אז יעדער איד און אלע אידן זאלן קענען נאך לייכטער מקיים-זיין מצוות, אף על פי וואס אידן קענען דאך ביישטיין אלע-ערליי נסיונות און שוועריקייטן, אבי צו לערנען תורה און מקיים-זיין מצוות, וויל דאך אבער אבינו שבשמים אז אידן זאלן ניט האבן קיין שוועריקייטן, ובפרט נאך, אז בשעת מ'האט ניט קיין שוועריקייטן טוט מען נאך מערער אויף, סיי אין לימוד התורה סיי אין קוים המצוות, במילא זעצט זיך דער אויבערשטער און טוט א תלוי בו, ובפרט נאך אז אידן זיינען מקיים בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו, אדער דעמאלט איז ואילך אתכם קוממיות ווי דער סיום פון די פסוקים איז, אז דער אויבערשטער גיט יעדערן די מעגלעכקייט מ'זאל גיין מיט א קומה זקופה מיט אן אויפגעהויבענע קאפ, צוזאמען מיט דעם ממלא זיין בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו ועשית מותם און אין אן אופן, ווי געזאגט, פון נסע את ראש, מיט אן אויפגעהויבענער קאפ און מיט א רואיקער קאפ און מיט א געזונטע קאפ און מיט א קאפ וואס איז פון מיט שכל, בשכל און חכמה פון תורה, און דאס ברענגט אראפ די ווירקונג אין די גאנצע חלקים פון זיין גוף, און די גאנצע חלקים פון זיין משפחה, און פון די אלע אויף וועלכע ער קען האבן א השפעה, וואס דאס איז אויך

7איינע פון די טעמים, ווי דערמאנט פריער, אז אף על פי וואס אידן זיינען א גוי אחד בארץ זיינען זיי אויך, בשליחותו של הקב",ה מפוזר ומפורד בין העמים כדי זיי זאלן דארטן ברענגען דעם אויבערשטנ'ס ווארט, ביז דורך מעשה בפועל, דורך מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס א מצוה, וואס דאס אלעך היילט נאכמערער צו די גאולה אמיתית ווען מ'וועט צוריק ווערן א גוי אחד בארץ, אין ארצנו הקדושה, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז דאך אויך איינע פון די טעמים, ווי שוין גערעדט מערערע מאל, וואס איידער מ'גייט זיך פאנאנדער אדער מ'פארט זיך פאנאנדער אין די שליחות פון דעם אויבערשטן אויף להפיץ היהדות אויף פארשפרייטן אידישקייט, ביז אויך להפיץ המעיינות חוץ פארשפריטן תורה, און די פנימיות התורה, ביז ווי זי איז ארויסגעגעבן אין חכמה בינה ודעת פון תורת החסידות. און כדי מאכן נאך שנעלער די גאולה, איז האט יעדער איד א שליחות אין א באזונדער טייל פון דער אלומנו הזה פון עולם הזה הגשמי, און דערנאך ווערט נצטרף, ווערט צוזאמענגעקליבן, דורך דעם אויבערשטן אליין, וואס ער קלייבט צוזאמען יעדער אידן אלע אידן, על אחת כמה וכמה אז ס'קלאט צו זיין צוזאמען זייערע מעשים טובים און זייערע דיבורים טובים און זייערע מחשבות טובות, און ברענגט זיי אלעמען צוזאמען, ביז וואנענט אז ס'איז נאכמערער ניכר אז מ'איז א גוי אחד און ברענגט זיי אלעמען צוזאמען בארץ, ביז אין איין פאלק, אפילו ווי מ'געפינט זיך אין פארשידענע וועלט חלקים, פון בארץ, סתם ארץ וואס דאס גייט אויף דער גאנצער וועלט, ביז אויך בארץ מיט א קמוץ, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט א ה'פון מיט א קמוץ, וואס דאס איז א ה' הידיעה בארץ הידועה, אז דערנאך, און דורך דעם קומט דאס נאך שנעלער, ברענגט זיי דער אויבערשטער אלעמען צוזאמען,

8אלע צוזאמען כאיש אחד בלב אחד ווי ס'איז געווען בשעת מתן-תורה, איז מען דערנאך ממשיך פון דעם מעמד ומצב פון מתן-תורה, אז דאס זאל דערנאך אראפקומען בכל חלקי העולם פון וועלט, בכל חלקי המחשבה דיבור ומעשה, דורך דערויף וואס דאס איז אזוי אין אלע חלקים פון מחשבה דיבור ומעשה פון יעדער אידן און פון אלע אידן, מסטרף אלע צוזאמען, ווי דערמאנט פריער, אז אף על פי וואס צוליב די שליחות איז מען געווען כמה זמן יעדערער אין א באזונדער ארט אין וועלט, ארץ הקודש און א טייל אין חוץ לארץ, און דערנאך מזמן לזמן גייט מען ארויס פון דעם ארט און מ'איז איינגעוואוינט כדי צו ממלא-זיין דעם שליחות פון אויבערשטן אין נאכן א טייל פון דער וועלט, על דרך זה אויך די אלע נשיאות וואס אידן מאכן ממקומם פון תחת גפנו ותחת תאנתו, כדי דורך דעם זאל ביי אים צוקומען אין תורה, און ביי אים צוקומען אין מצוות, אדער ביי איר צוקומען אין תורה ומצוות, ועל דרך זה אויך בטב, על דרך ווי מ'זעט אויך בא קליינע אידישע קינדער, אז זיי קומען אין אן ארט וואס איז פארבונדן מיט א שול, מיט א בית הכנסת אדער בית-המדרש מיט א חדר אדער מיט אן ארט וואו מ'טוט מעשים טובים, מ'איז מקיים מצוות, איז דערנאך, אז דער קינד קערט זיך אום צו זיין חדר אין זיין שטאט און אין זיין לאנד, ברענגט ער מיט זיך מיט נייע כוחות און נייע אנשטרענגונגע, בשמחה ובטוב לבב, אויף נאכמערער צוגעבן און מוסיף זיין אין זיין לימוד התורה און אין זיין קיום המצוות, ביז וואנענט אז דאס ווירקט אויך אויף זיינע עלטערן און אויף זיינע עלטערע ברידער און שוועסטער, בפרט נאך אז מ'זעט ווי אזוי דער קינד טוט מיט א התלהבות לערנענדיק תורה, און די התלהבת וואס ער האט בשעת ער טוט א מצוה, און ווי די התלהבות פון והשיב לב אבות בא די עלטערן און בא די

9עלטער ברידער און שוועסטער, וואס אט די אלע זאכן צוזאמען פארבינדן אידן נאכמערער, וויבאלד אז זיי האבן די זעלבע תורה און די זעלבע מצוות און דער זעלבער חלק אלוקה ממעל ממש, ווארום כדי את האצרים כשאתה תופס במקצתו אתה תופס בכולי און בשעת ער פארבינדט זיך מיט נאך א אידן איז מען דערנאך ווערט נתגלה בא יעדערן פון זיי, אז דאס האבן זיך פארבונדן צוויי מענטשן, ניט קוקנדיק אויף אונטערשייד בכמה ענינים צווישן זיי זיינען זיי בעצם די איין און איינציקע מציאות פון א גוי אחד בארץ, און די איין און איינציקע מציאות דורך האבן די זעלבע תורה און די זעלבע מצוות, און לעבן לויט די זעלבע תורה און די מצוות, ביז וואנענט אז דאס ווערט חד אן איין און איינציקע זאך מיטן אויבערשטן אליין, מיט אבינו שבשמים, וואס אויף אים זאגט דאך יעדער איד, אז נשים נשים וטף, השמע ישראל הוי'אלקינו הוי'אחד דאס איז הוי'אחד, און דורך דערויף ווערט אויך נאכמער פארשטארקט אט דאס וואס אידן זיינען א גוי אחד, ובפרט ווי דערמאנט פריער, דורך דערויף וואס מ'לערנט תורה אחת און מ'איז מקיים מצוות וואס זיי מיט זיינע מצוות פון דער תורה, און מקיים זיי מיט שמחה וטוב לבב, וואס דאס איז דאך מבטל ווי אלע אונטערשידן, און ס'ברענגט נאכמערער צו אין דער פארבונדנקייט צו אידן צווישן זיך, ביז ואהבת לרעך כמוך, ביז אז מ'זעט אויך מיט פליישי קויגן ווי אזוי דאס איז גוי אחד, און ווי דערמאנט פריער אפילו ניט-אידן, אנערקענען דאס, און רעכענען זיך דערמיט ביז וואנענט אז זיי גיבן ארויס חוקים ומשפטים אויך די מלכיות וואס זיינען ביז משיח יד קומען נאך ניט א אידישע מלכות, אף על פי כן ווערט דאס א מלכות של חסד, און אויך די פעלקער וואס ארום זיי, העלפן ארויס אידן, אז זיי זאלן האבן נאך לייכטער, און קענען זיך נאכמער אפגעבן אין לימוד התורה און אין קיום המצוות,

10דער קיום השליחות פון לעשות לו יתברך דירה בתחתונים. וואס כדי מאכן נאך לייכטער און נאך לעבעדיקער די עבודה אין דעם אופן, אפילו ווען מ'גייט זיך פאנאנדער און מ'פארט זיך פאנאנדער אין פארשידענע ערטער און פארשידענע לענדער מיט פארשידענע מנהגים, וואס ס'איז דאך מערניט דער שינוי דער חוסד-החילוק אין מנהגים, אבער ס'איז אלע מנהגים, תורתנו הקדושה, תורת חיים, הוראה בחיים, ס'זאל בלייבן דער אייביקער פארבונד פון יעדער איד מיט אלע אידן, אז זייענדיק בארץ אין פארשידענע חלקים פון דער ארץ זיינען זיי אלעמאל א גוי אחד מאכט דאס נאך לייכטער דעם לימוד התורה וקיום המצוות, און במילא, אז ס'דארף דאך זיין יגעתו ומצאת נוצט מען די יגיעה אויף לערנען נאכמער תורה און מקיים זיין נאכמער מצוות, און צווישן די מצוות עצמם און די מצוות אויף צדקה וחסד, וואס דאס איז דאך אויך כולל ואהבת לרעך כמוך דאס איז דאך דער גרעסטער חסד וואס א איד טוט מיט זיך און מיט די אידן ארום זיך, דורך דערויף וואס ער איז מקיים בפועל, אז רעך און כמוך ווערט איין און איינציקע זאך, איז ביז אין און איינציקע הנהגה, כמדובר כמה פעמים. ובפרט אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט מצות הצדקה, וואס דער פארט זיך דער מנהג, אזוי ווי מ'גייט זיך און מ'פארט זיך פאנאנדער נעמט יעדערער אויף זיך די שליחות פון מקיים-זיין נאכאמאל א מצות צדקה, און מקיים-זיין בשמחה ובטוב לבאל, במכל-שכן וקל-וחומר, אז אלע מצוות איז ער האט דורך זי מקיים בשמחה ובטוב לבב, ווארום דאס איז פארבונדן מיט עבודת ה וואס ס'זאל זיין דוקא בשמחה ובטוב לבב, ווארום אזוי פירן זיך אידן, סיי אנשים סיי נשים סיי טף. וואס כדי דאס מאכן נאך לייכטער און נאך לעבעדיקער און מיט נאך מער שטארקייט, כמדובר כמה פעמים, איז איידער מ'גייט זיך

11פאנאנדער, און מ'פארט זיך פאנאנדער, בפרט נאך אז מ'קומט אבער פון זמן מתן תורתנו תורה אחת און מצוות אין דער תורה, פון כל מעשיך לשם שמים וכל דרכיך דעהו, לויט די אנווייזונגען פון אט דער תורה וואס איז נאכמער באנייט געווארן אין מתן תורה. איז אט דאס איז אויך איינער פון די כוונות און די תכלותים וואס מ'קלייבט זיך פאנאנדער בסמוך צו דער צייט ווען מ'גייט זיך פאנאנדער און מ'פארט זיך פאנאנדער אין די שליחות פון דעם אויבערשטן לעשות לו יתברך דירה בתחתונים, זאל מען טאן אין דערויף מיט נאכמערער חיות און מיט דער הקדמה, ווי יעדער איד זאגט אין יעדער טאג אינדערפרי, נאך פארן דאווענען, אז מקבל עלי מצוות עשה של ואהבת לאחו כמוך און דאס וויגט אויף אים דערנאך אויפן גאנצן טאג, על דרך זה אויך אפילו אט די קינדער וואס דערוויילע, מצד זייער עלטער, קענען זיי נאך ניט זאגן די גאנצע אריכות, אבער זאגן מודה אני לפניך אדער מ'גרייט זיי שוין צו און מחנך, אז יעדער טאג זאל זיך בא זיי אנהויבן מיטן מודה אני לפניך מלך חי וקיים שהחזרת בין נשמתי, און נאך איידער ער ווערט געבארן רינגט מען אויך ארום דעם קצינו ווערט געבארן ווערן, אדער נאך פאר דערויף, און דורך דער ענין פון טהרת המשפחה און הדלקת נרות שבת ויום-טוב, ביז בברכת שהחיינו, ווי מ'האט ער געמאכט שהחיינו, חגת של זמן מתן תורתינו און איז דאס דערנאך ממשיך על כל השנה כולה, כמדובר כמה פעמים, אז כל השנה כולה ווערט א יאר, וואס אויף יעדער רגע פון דעם טאג גיט דער אויבערשטער יעדער אידן און אלע אידן בטוב הנראה והנגלה, וואס באמת האט מען געדארפט זאגן וויבאלד אז דאס איז חדשים לבקרים מאכן יעדער טאג שהחיינו, וכמה פעמים ביום איז מען אבער דורך דערויף וואס מ'הויבט גלייך אן דעם טאג מיט מוד אני לפניך, און מזמן לזמן מאכט מען אויך שהחיינו

12ימא בפשטות, ווערט דאס דערנאך נמשך, וואס דאס איז דאך אויך פון לשון ברכה, אז דער אויבערשטער גיט כח, און יעדער איד טוט דערנאך זיין שותפות בזה, און ער איז ממשיך זיין לעבן אין אזא אופן, אז זיין לעבן איז פארדינט און טוט אזוי אויף, אז ער בענטשט דעם אויבערשטן בכל רגע ורגע, סיי אנשים סיי נשים, מיט דער ברכה, וואס כמדובר איז מאכט דאס טאקע מזמן לזמן, דאס איז אבער פועל על דרך ווי מ'מאכט שהחיינו דעם ערשטן טאג שבועות און דעם צווייטן טאג שבועות, און דערנאך אין דעם איספר חג לאחרי שבועות, על אחת כמה וכמה צוויי טעג נאך שבועות מאכט מען ניט קיין שהחיינו מצד עצמם, דערפאר וואס ס'ווערט אויך דעמאלט נמשך דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אזא מין אופן, אז דאס פארדינט, און במילא איז דאס אזוי, אז דאס איז אין אזא מין פארנעם מיט אזא מין לעבעדיקייט, אז די מחשבה דאנקט אפ יעדער איד און אלע אידן פאר יעדער רגע פון טאג, ווי מ'זאגט דאס אויך אין מודה אני לפניך שהחזר תבין נשמתי, און דערנאך איז מען אויך מפרש, אז מ'זאגט די מודה אני לפניך אויף די אלע ענינים וואס מ'רעכנט אויס אין ברכות השחר, וואס דאס איז דאך כולל כל צרכי האדם, און דער סיום לאחרי ברכת השחר ווי מ'איז מסיים, אז מ'לערנט אן ענין אין תורה, און וועלכער ענין אין תורה? פון יום רביעי, וואס דאס איז דער סיום פון חלק רביעי פון פרשה נשא את ראש פון היינטיקער פרשה, וואס דעם יאר האט מען איר געלייענט און געלעבט מיט איר צוויי וואכן נאכאנאנד, ווערט דאס נמשך ובפרט אז פון שבועות איז מען דאך ממשיך, כמדובר, אין מתן תורתנו, און מ'זאגט דערביי זמן מתן תורתנו, ווארום דאס גייט אריבער אויף ישראל חג ולאחרי זה וכו'וכו.' וואס דאס איז אויך, כמדובר, אז איידער מ'גייט זיך פאנאנדער טרעפט מען זיך נאכאמאל אין א מקום קדוש, וואו מ'דאוונט צו דעם אויבערשטן יעדער טאג, און מ'לערנט תורה יעדער טאג,

13שיעורים קבועים, וואס קבוע איז דאך לו בטל נעמט מען דאס מיט אויפן גאנצן יאר, און מ'טוט דארטן אויך ענינים של צדקה רוחניות וגשמיות אין די טעג פון יום-טוב, פון שבת, נאך מערער ווי ימי החול, אף על פי וואס דעמאלט איז דאס אין אן אנדער צורה, ניט דורך דער טלטל-זיין ממון, נאר אין ענינים פון ואהבת לרעך כמוך טאן א טובה א אידן וכיוצא בזה. ועוד והוא העיקר, אז איידער מ'פילט זיך פאנאנדער איז מען זיך נאכמער מקרב איינער און איינע, ביז אויך אף מיט אלע איבעריקער אף וואס געפינען זיך, און אנשים ונשים וואס געפינען זיך אין דעם ארט, און זיי ווערן א מציאות אחת, בפרט נאך אז מ'האט זיך אינדערפרי געזאגט ואהבת מקבל עלי מצוות שהואהבת ללעך כמוך און דערנאך באוויזן במשך פון טאג כמה דוגמאות אין מעשה און בדיבור, על אחת כמה וכמה במחשבה, וואס דאס פארגרעסערט נאך מערער דעם ענין פון אהבת ישראל און אחדות ישראל, אז אפילו אז מ'גרייט זיך און מ'מאכט שוין די הכנות אויף פאנאנדערגיין זיין און פאנאנדערפארן זיך, ביז אין פארשידענע שטעט און אין פארשידענע לענדער איז אדרבא נעמט מען מיט זיך מיט אט דאס וואס מ'האט זיך ערשט דאך געטראפן אין א מקום קדוש, און מיט א כוונה קדושה, ביז די כוונה פון כלל גדול בתורה, וואס דורך דערויף איז דאס ניט קיין אמת'ער פאנאנדערפארן זיך אדער פאנאנדערגיין זיך דאס איז אמת מערניט ווי בגשמיות, דערפאר וואס בגשמיות האט מען א שליחות מיטן גשם פון וועלט, וואס צוליב דעם דארף מען אהינצו אנקומען, וואס דעמאלט איז דאס לייכטער מקיים זיין אט די שליחות, אבער ברוחניות, איז אף על פי וואס אידן זיינען מפוזר ומפורד בין העמים, איז וואו זיי געפינען זיך? געפינען זיי זיך אין א מציאות פון גוי אחד בארץ, ביז אפילו קינדער פירן דאס אויך, אז זיי זיינען

14פארבונדן מיט אידישע קינדער, וכל מקום וואו אידישע קינדער געפינען זיך, ובפרט נאך אז די מוטערס און די מחנכים און מחנכות ערציען זיי אויפן יסוד פון ואהבת לרחך כמוך, וואס דאס קען מען דאך ערקלערן צו א אידישן קינד לפי שכלא, אפילו ער האט נאך ניט געלערנט דערנאך פאר-בן חמש למקרא, האט ער נאך ניט געלערנט דעם פסוק אין תורה, גיט מען צו פארשטיין דעם אינהאלט פון דעם פסוק, ובפרט אז דאס איז נוגע אויך אין פועל, אז בשעת ער זעט אז ס'שטייט זיינער א באקאנטער אידישער קינד, אדער סיי אן אינגעלע סיי א מיידעלע, און ער האט א זיסיקייט וכיוצא בזה א זאך וואס איז ביי אים חביב מאיזה סיבה שתהי', און א זאך וואס אויף א טייל פון דער זאך וואס ס'לאזט בא זיך מאכט ער דערנאך א ברכה, אנהויבט אן אפילו פון וואסער אויף וועלכער מאכט די ברכה פון שהכל נהי'בדברו. וואס שהכל איז דאך מדגיש, אז דאס נעמט ארום זיין גאנצע וועלט, פון אט דעם פיצל קינד, און דער פיצל קינד האט שוין אויפגעהאדעוועט געווארן, אז ער זאל וויסן זיין, אז שהכל אלץ וואס ס'געפינט זיך ארום אים, און וואס ס'געפינט זיך אין זיין חדר, און וואס ער האט געגעסן מיט א טאג פאר דעם, אדער געטרונקען מ און קלייבט זיך עסן און טרינקען מיט א ברכה לפני זה לאחרי זה, ווייס ער דערביי, און ביי אים איז דאס מיט א פשטות, ער וועט גארניט קיין ערקלערונגען אויף דעם, ער פארשטייט דאס פאר זיך אליין, אז דאס איז באשאפן געווארן די גאנצע מציאות פון דער אכילה ושתי'וכיוצא בזה, און ער אליין עצמו פון בדברו פון דעם אויבערשטן, און ווי געזאגט פריער, ווי יעדער אידישער קינד האד האבן אים, אז גלייך אין אנהויבסטאג זאל ער שוין זאגן שהחזרת בי נשמתי, אז דאס איז טאקע די נשמה זיינע, אבער ווי אזוי קומט דאס צו אים אן? איז דאס דורך דעם וואס דער אויבערשטער קערט אים צוריק אום זיין נשמה מיט באנייטע כוחות, במילא באנייטער אויך זיין תשוקה און זיין אהבה צו אהבת ישראל דורך אהבת התורה, און אידישקייט בכלל, און אהבת הקדוש

15ברוך הוא, און מאכט פון זיי אן איין און איינציקע זאך, ווי גערעדט מערערע מאל. וואס דאס איז אויך די שליחות וואס יעדערער פון אייך אנשים נשים וטף, און אויך ערקלערבן דאס צו קינדער, לפי הבנתה וועט מיטנעמען, אז מ'זאל נאכמערער מוסיף זיין, און בפרט נאך אז מ'האט ערשט באקומען די תורה פון דאסניי, מיט אלע אירע מצוות, א טאג נאך א טאג, דעם ערשטן טאג שבועות און דעם צוו שבועות, און מ'זאגט די זעלבע הוספה, די יום-טוב'דיקע הוספה פון חג השבועות איז די זעלבע אין דעם ערשטן טאג שבועות און אין צווייטן טאג שבועות, און אויך די ברכת שהחיינו אין דעם ערשטן טאג שבועות און צווייטן טאג שבועות, ובפרט נאך א היינטיקע יאר איז דער צווייטער טאג שבועות ביום השבת קודש, וואס מיני'מתברכי כולי יומי פון שבת'דיקן טאג, בפרט נאך אז דאס איז א ספעציעלער שבת, ווערט דאס נמשך און געבענטשט די אלע טעג וואס קומען לאחרי זה, ובפרט די טעג פון דער וואך וואס קומט לאחרי זה, וואס דאס איז דאך אויך דער היינטיקער טאג, און דער טאג פון נעכטן און דער טאג פון מארגן, וכמדובר כמה פעמים, און דער ענין הצדקה וואס יעדערער נעמט אויף זיך און מקיים זיין בפועל, אנקומענדיק אין זיין ארט האט ער שוין די החלטה, אז אפילו אז מ'פארט זיך פארן אנדער איז אלע האבן די זעלבע החלטה בהנוגע צו נתינת הצדקה, וואס איש כולו כנגד כל המצוות כולם, ביז וואנענט אז זי האט אויך די סגולה, אז זי איז נאכמער מזרז און ממהר און ס'קומט אראפ בפועל דער ענין הגאולה, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צתנו, ובפרט נאך וואס דוד מלכא משיחא איז דאך זיין יארצייט אין חג השבועות, על דרך ווי דעמאלט איז דאך אויך דער יארצייט פון דעם בעל שם טוב, וואס זיין נאמען איז דאך געווען ווי דער נאמען פון יעדער איד און פון אלע אידן, און ווי באוואוסט דער רמז אין דעם, אז יעדער איד האט דער בעל שם טוב אין אים געטאן און אויפגעטאן, על דרך זה ווערט געגעבן

16יעדער איד דעם כח ער זאל נעמען איינטייל אין הפצת פון תורת הבעל שם טוב, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט תורת משה רבינו, וואס ער האט דאך אויך א שייכות מיוחדה מיט זמן מתן תורתנו, ווי מ'הויבט אן זאגן נאכאמאל פון דאסנייע אין דעם שבת וואס וועט קומען, אין פרקי אבות, אז משה קיבל תורה מסיני האט מען די אלע דריי צוזאמען בא יעדער אידן, און אין יעדער אידן, און אין אן אופן אז דאס ברענגט אים צו מעשה אין דעם רוח פון משה רבינו, און פון דוד מלכא משיחא, און פון דעם רבי ישראל בעל שם טוב, וואס בפרט נאך ווי זיי זיינען נתפרש געווארן און ערקלערט געווארן אין א ליכטיקן אופן דורך תורת חסידי חב אד, און די נשיאים ממלאי מקומו פון דעם אלטן רבי'ן, ביז נשיא דורנו דעם רבי'ן דעם שווער, און דאס גיט נאכמערער כח יעדערן פון אייך בתוך כלל ישראל, אז ס'זאל זיין ווי דער נאמען פון נשיא דורנו ער זאל טאן אין די אלע זאכן אין אן אופן פון יוסף וויפל ער האט געטאן ביז איצטער איז דאס פאר אים נאך ניט גענוג, ס'איז א זיכערע זאך אז ער וועט נאך אין דערויף נאכמערער מוסיף זיין, ביז וואנענט ער וועט דאס צוקומען צו דער גאנצער סביבה זיין און צו דער גאנצ וועלט, און טאן די אלע ענינים ליט דעם צווייטן נאמען, וואס זיי ווערן דאך פאראיינציקט ביידע צוזאמען, וואס דער אינהאלט פון דעם צווייטן נאמען איז דאך אן ענין פון שמחה, ביז ניט סתם שמחה, נאר א שמחה וואס ברענגט ארויס יצחק חוק, ביז אז דאס ווערט אויך א הכנה כללית צו דער גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט דאך זיין ימלי פיס חוק וואס דאס איז דאך דוקא אין א שלימות'דיקן אופן, וואס דאס איז דאך במיוחד ווי גאולה האמיתית והשלימה, ווי נפרשי תנך זיינען מפרש, ובפרט נאך אז מ'איז מקדים לזה אין דער החלטה אויף מקיים זיין בפועל, און שוין גלייך הויבט מען אן מיטן פועל, אז מ'נעמט אט דעם שטר מיט דער החלטה

17גמורה, אויף נאך מוסיף-זיין אין דעם, און דורך און דאס אפגעבן אין אן אופן של צדקה, וואס דאס איז דאך מזרר את הגאולה און מקדים את הגאולה, ביז אפילו לא עיקרום, אפילו כהרף איים, און דער אויבערשטער בענטשט יעדערן פון אייך בתוך כלל ישראל, אז ס'זאל זיין כל המסטרך לו אין אן אופן וואס מ'בענטשט דעם אויבערשטן בגלוי, אין דער פריער בשעת זאגן דעם עודה אני לפניך שהחזרת בין נשמתי דערנאך איז מען גלייך ממשיך די אלע ענינים צרכי האדם וואס זיינען נכלל אין די ברכות השחר, וואס דאס איז נאכמערער מוסיף אין דעם דאנקן דעם אויבערשטן, און נאכמערער מוסיף אויך אין הצלחה אין לימוד תורה שבכתב און לימוד תורה שבעל פה, וואס דאס איז דאך אויך דער סיום פון ברכות השחר, סיי ברכת כהנים, און סיי דער ענין פון די אידי דברים וואס אוכל פירותיהם בעולם הזה, און דעם קרן קיימת לעולם הבא, אז נשמות בגופים איז מען גלייך זוכה צו האבן דעם עולם הבא, נשמות בגופים, אן קיין הפסק בינתיים, על אחת כרם וכמה סיי דעם שכר, סיי דעם שכרן, און בהצלחה מרובה, וואס ווערט נמשך דורך דער ברכת כהנים, וואס דאס איז דאך דער ראש ותחילה לכל הברכות, פון יבריך הוי'וישמוריך און ישא הוי'פניו אליך ויחוניך ביז ווי דערנאך מסיים יאיר הוי'פניו אליך וישן לך שלום, נאכמערער ואני אברכם צו די אלע ברכות וואס יעדער איד, כולל אויך כהנים, בענטשן אידן, ובפרט ווי מ'האט דאס געזען אין המתן תורתנו אפילו אין חוץ לארץ, על אחת כמה וכמה אין ארץ הקודש, וואס מ'בענטשט דאך ברכות כהנים בכמה מקומות יעדער שבת, ביז בכמה מקומות אפילו אין ימי החול, כמדובר כמה פעמים,

18מען אין דעם מאלים דער ואני אברכים אז דער אויבערשטער איז דערנאך מוסיף כמה וכמה פעמים ככה, און נאך איידער מ'קומט צו דער תפילה פון ברכת כהנים, וואס תפילת המנחה און תפילת ערבית זאגט מען דאך ניט קיין ברכות כהנים, משא נכן מ'דארף ווארטן ביז תפילת שחרית, ווי ס'זאל זיין אויך בפועל, אז נאך קודם פון תפילת שחרית פון יום הבא לאחרי יום זה, זאל מען שוין האבן, בפרט נאך אז ס'איז פארבונדן מיט כל ענינים, און מ'זאגט ניט קיין תחנון, ווי דערמאנט פריער, און מ'געפינט זיך נאך אלץ אין ירחו תליתאי און מ'געפינט זיך א זיכערע זאך אין אמא תליתאי און מ'פירט זיך אויף לויט אוריאן תליתאי איז דאך א זיכערע זאך אז ס'דארף זיין אחכה לו בכל יום שיבוא, וועט מען זיכער האבן ביאת די גאולה המדתית והשלימה פאר תפילת שחרית, שחרית, און נאכמערער פאר תפילת ערבית, און נאכמערער נאך קודם סיום יום זה, ווארום ס'וועט זיין לא עיקבו מאפילו כהרף עין, און די שליחות הצדקה און קיום הצדקה און החלטות טובות בזה זאל נאכמער ממהר זיין און מזרז זיין, און נאכמערער מוסיף זיין אין שמחה וטוב לבב, אז מתוך שמחה גדולה ביז שמחת עולם על ראשו געפינט מען זיך תיכף ומיד ממש אין ענני שמיא האנשים והנשים והטף, בארצנו הקדושה, און דארטן עצמו בירושלים עיר הקודש, עיר שחוברה לו יחדיו, און אין ירושלים עצמם ביז הר הבית, און אין בית המקדש, ביז אין קודש הקדשים, ותיכף ומיד ממש, ושמחת עולם על ראשם.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions