Paragraph
Paragraph rh-z5c3vx7g
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-p9xxa65v
- order
- 8
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- צדקה, אז אידן ווערן ארויסגענומען פון גלות דורך דער מצוה פון צדקה וואס זיי האבן שוין געטאן, און געטאן אין גאר א גרויסער מאס, ובפרט אין דער היגר אין דער מדינה, איז צייכענען זיך אויס אידן איז די מצוה פון צדקה ביתר שאת וביתר עוז א גאנצן יאר, ווער רעדט נאך אין די טעג פאר א יום-טוב, און ווער רעדט נאך אין די טעג אין יום טוב עצמו ווי חלמועד פון פסח, און נאך מערער חלמועד פון סוכות, איז דאך מערערע טעג ווי חלמועד פון פסח, ועוד והוא העיקר סוכות האט מען דאך מערער שמחה און מ'האט ווייניקער באגרענצונגען. פסח איז מען דאך באגרעניצט וואס צו עסן און ווי אזוי צו עסן, און אזוי אויך וואס צו טרינקען און ווי אזוי צו טרינקען זאל זיין אין א פותר'דיקן אופן, בשעת ס'קומט די טעג פון סוכות, און מ'האט טעג אין סוכות עצמו, און חל המועד סוכות, מעג מען דאך טאן אלע ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט צרכי החג מעג מען דאך טאן אין חל המועד, ובפרט נאך אז דאס איז א חג וואס ס'שטייט אין אים דריי מאל שמחה, וואס בג'פעמים האבן חזקה
- proofread
- 0