עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-z4t726ac

kind
paragraph
order
sF
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אז די הויפט הישה ביי איר, אז אזוי ווי זי האט א צדקה פושקע לייגט זי אריין, צום אלעם ערשטן, אין איר אייגענע צדקה פושקע, עטלעכע פעניס לויט איר פארמעגן, אדער עטלעכע ניקלס, אדער עטלעכע דיינס, און דאס ווערט דער ענין הצדקה, וואס ס'איז נאכמערער מזרז די גאולה, און דאס קומט ווי דערמאנט, תיכף ומיד אין יסוד שביסוד, נאך אין היינטיקע נאכט, און ארו עם ענני שמיא דארף מען זיך ניט שרעקן וואס וועט זיין מיט די מעבל, און וואס וועט זיין מיט די נכסים, און וואס וועט זיין מיט די אלע כלי בית, וויבאלד אז מ'דארף זיך גלייך זעצן אויפן וואלקן און פליען צוזאמען מיט משיח צדקנו אין ארצנו הקדושה. פונקט אזוי ווי דער אויבערשטער באזאגט אלע אידישע צרכים, אזוי וועט דער אויבערשטער אליין אויך באזאגן, אז אלע נ חסים וואס ס'האט יעדער אידישע באלעבאסטע אדער יעדער אידיש קינד מכסים פרטים, וועט ער אויך דאס קענען מיטנעמען, און וועט אליין ניט דארפן האבן קיין טירחא דאס וועט מלאכים דאס טראגן פאר אים, אלס משרתים פון יעדער איד און פון אלע אידן. ועוד והוא העיקר, אז ס'וועט זיין יעדער קינד און אלע קינדער, ווי ס'איז אויך פארבונדן ווי אפגעדרוקט אויפן שורנאל,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions