עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

31 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1אז ס'טרעפן זיך אידן בכלל איז דאך דאס א שמחה, ווי דער רבי דער שווער ערקלערט דאס אין זיינע זכרונות בארוכה, ווי אזוי מ'האט דאס אונטערשטראכן, אז אידן טרעפן זיך צוזאמען איז דאס א שמחה בא דעם אויבערשטן, וואס ער זעט אז זיינע קינדער, וואס יעדער מיטגליד פון דעם אידישן פאלק זאגט דאך אויף אים דתורה בנים אתם להוי'אלקיכם, אז זיי זיינט יעדערער פון אייך ווי א קינד בא די עלטערן, און ווי דער בעל שם טוב איז נאך מוסיף אין דעם, אז דאס איז ניט סתם ווי א קינד סתם, נאר ווי א קינד וואס איז געבארן געווארן בא עלטערן וואס האבן אויסגעקוקט לאנגע יארן אויף געבענטשט ווערן מיט קינדער,

2און דערנאך האט דער אויבערשטער ממלא געווען זייער תפילה און בקשה, און האט זיי געשיקט א געראטענעם זון אדער א געראטענע טאכטער, איז דאך דעמאלט פארשטאנדיק די שמחה פון די עלטערן, על דרך זה אבער אין א סך א גרעסערע מאס, וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן דעם אויבערשטן, וואס ער איז דאך א בלי גבול, האט ניט בא זיך די באגרענצונגען, און בפרט נאך, אז ווען ס'רעדט זיך וועגן זיין מדת החסד והטוב, און וועגן זיין אהבה צום אידישן פאלק, איז דאך א זיכערע זאך, אז דאס איז למעלה מכל מדידה והגבלה, און נאך מערער אפילו ווי מ'קען דאס זיך משתער זיין, ס'איז מערניט וואס מענטשן, אפילו אידן, מוזן זיך אפשאצן פון אין אייגענעם לעבן, במילא זאגט מען אויך א דוגמא, אז דאס איז בדוגמא אז דאס איז גלייך ביי עלטערן וואס ס'איז געבארן געווארן א קינד לעת זקנתם, וואס זיי האבן שוין ארויסגעקוקט אויף דורים א סך יארן, אבער דערביי ווייס יעדער מענטש, און על אחת כמה וכמה א איד, אז ווען דאס רעדט זיך וועגן דעם אויבערשטן, איז יעדער ענין פון גוטע ענינים

3פון הייליקע ענינים איז דאס בא דעם אויבערשטן מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה אין א סאך א גרעסערן פארנעם און א טיפעלן פארנעם און א לעבעדיקן פארנעם, במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'פארשאפט דעם אויבערשטן א ספעציעלן פארגעניגן, איז אויך האט מען דעם שכר פון דעם אויבערשטן, פארשאפן אים א פארגעניגן ביתר שאת וביתר עוז, אין גאר א גרויסער מאס. ובפרט נאך אז דאס איז פארבונדן אז די זאך אליין וואס דער אויבערשטער קען זיך נאכגעבן, און געבן אידן כל טוב, גשמי ורוחני, ובפרט נאך אז ער זעט אז אידן פארדינען דאס אין דער פוסטער מאס, און דעמאלט גיט ער ניט נאכמערער, ניט נאכמערער הוספה. און אין אזא אופן, אז כאטש אפילו מ'איז זיך באגרעניצט מענטשלעכע פארנעם, וויפל מ'קען אויפנעמען דעם אויבערשטנ'ס ברכות, איז דאך אבער דא אזעלכע ברכות וואס האט פירות ופירי פירות, אז טאקע די ברכה אליין ווייזט זיך אויס, אז דאס איז א באגרעניצטער, וויבאלד אבער אז

4זי ווירקט אויף טעג און יארן וואס קומען נאך דערויף, און בפרט נאך ווען דאס ווירקט דורך די ברכה אין קינדער, וואס די קינדער ווערן געבענטשט מיט געראטענע קינדער, און אזוי עד סוף כל הדובות קומט זיך אויס, אז דער אויבערשטנ'ס געניגונג ליגט זיך אויס אויך אין אזא אופן וואס ס'איז דער מאקסימום, דער גרעסטער אופן ווי ס'קען זיין אין דעם אייביקער, אין דעם אייביקן שכר, וואס דאס איז דורך דערויף וואס בשעת דער אויבערשטער באצאלט יעדער אידן און אלע אידן, ובפרט נאך די וואס פירן אן מיט משפחות און זיינען אין עקרת הבית דער עיקר פון דער משפחה, גיט ער זיי, ווי געזאגט, פון זיין ברייטער און פולסטערע האנט, גיט ער דאס אויך אין אן אופן אז דאס איז פארבונדן מיט די דורות וואס קומען לאחרי זה, און דערנאך גיט איבער די מוטער אדער די באבע, דורך דער טאכטער אדער דורך דעם אייניקל, צו אירע קינדער, ווארום צו די דורות וואס קומען נאכדעם, אז דאס האט זי באקומען פון דעם אויבערשטן א ספעציעלן שכר פאר דעם פארגעניגן וואס מ'האט פארשאפן דעם אויבערשטן דורך טרעפן זיך מערערע אידן צוזאמען, ובפרט נאך אז ס'טרעפן זיך

5פרויען, וואס יעדערער פון זיי פירט אן אן אייגענע הויז, איז דאך אט דעמאלט זעלבסט-פארשטענדלעך, אז מ'טיילט זיך אויך מיט פארגעניגן וואס דער אויבערשטער האט געשענקט אין דער אייגענער הויז, אז אויך די חבר'סטע אדער די קרובה זאל אויך וויסן ווי אזוי זיי האט דעם אויבערשטנ'ס ברכות, און דו קופא רופט ארויס נאך מערער, כמים הפנים לפנים, אז אויך די חבר'טע אדער די קרובה דערציילט איר וועגן די ברכות פון דעם אויבערשטן וואס זי האט געהאט אין איר הויז, און דערביי זיינען אויך דא די טעכטער וואס האבן נאך ניט חתונה-געהאט, און הערן ווי אזוי די מוטערס רעדן צווישן זיך און זיי זעען, און ווי די מוטערס ערקלערן דאס, אז דאס איז פארבונדן מיט א אידישער אויפפירונג פון דער הויז, איז דאך פארשטאנדיק, אז ד איז איינע פון די מעכטיקסטע, פון די שטארקסטע מיטלען פון שינוך פון די טעכטער, אז זיי זאלן נעמען א לעבעדיקן ביישפיל און א שטארקן ביישפיל, כדי דערנאך דאס אריבערטראגן אין זייער פערזענלעכן לעבן ווען זיי וועלן גרינגען אן אייגענעם בית בישראל, על יסודי התורה והמצוה. וואס אט דעמאלט בענט זיך זיי דער אויבערשטער מיט בנים ובנות

6עוסקים בתורה ובמצוותי.' וואס במילא איז דאס אויך פארבונדן אין צוגאב צו דעם עיקר שכר, וואס דער עיקר שכר ביי א מוטער איז דאך, אז זי האט אמת'ן אידישן תורה נחת פון קינדער און קינדס-קינדער האט זי דאס נאך אויף א גרעסערטן מאס, דורך דערויף וואס זי זעט, אז בא זיי איר טאכטער גרייט זיך אויך, אז ווען די צייט וועט קומען, און ס'וועט קומען די צייט פון א ידוך פאר דער טאקטער, און חתונה האבן, איז א זיכערע זאך, אז זי וועט נאך זען טאן אלץ וואס הענגט אפ אין איר אויף איבערשטייגן די מוטער, אדער אפילו די באבע און די מוטער צוזאמען, אין דער אויפפירונג פון דער הויז ווי אזוי זי זאל זיין אין דעם שטארסטן און אין דעם לעבעדיקסטן אופן, וואס דאס איז פארבונדן מיט אידישקייט, ומיט תורה בפרט, וואס תורה זאגט מען דאך, ווי מ ערשט געזאגט אין תפילת מערה, אז היא חיינו ואורך ימינו דאס איז דער לעבן פון יעדער איד און פון אלע אידן און פון דעם גאנצן אידישן פאלק, און ניט נאר סתם לעבן, נאר דאס איז אורך ימינו, און ווי חסידוש טייטשט דאס אפ, אז אמת'ע אריכות ימים איז, אז ניט אז מ'האט שפעטער מערער יארן, נאר יעדער טאג ווערט א לאנגער טאג, און אנגעפילט מיט אלע-ערליי גוטע

7זאכן און אידישע זאכן און אייביקע זאכן, במילא איז יעדער טאג א לאנגער טאג און א לעבעדיקער טאג, און א טאג וואס איז נאכמערער מוסיף אין כח און חיות און לעבעדיקייט אין די טעג וואס זיינען געווען ביז דעם, וואלט מען אויך א צוגרייטונג אין די טעג וואס קומען דערנאך. וואס דאס איז דאך אויך די אפלערנונג פון ספירת העומר, מ'האט צוזאמענט זעפן זיך איצטער, פאר שבועות, איז דאך דאס פארבונדן מיט ספירת העומר, איז דאך אויך די ציילונג פון עומר איז ניט ווי מ'זאגט אז דאס איז א צווייטער טאג אדער א דריטער טאג, און מ'האט מערניט ווי דעם איין טאג אדער דעם צווייטן אדער דעם דריטן אדער מערערע צענטליקער טעג, נאר וואס דען? מ'זאגט אז דאס איז שני ימים און שלשה ימים, אז מ'האט די אלע אויבערשטן ברכות וואס ער האט געגעבן דעם ערשטן טאג, האט מען זיי דערנאך אויך אין דער פוסטערמאס דעם צווייטן טאג, במילא מוז דער אויבערשטער כביכול געבן עקסטר ברכות דעם צווייטן טאג, און אזוי עקסטר ברכות דעם דריטן טאג נאך מערער וויפל געווען דעם צווייטן טאג, און אזוי אויך משבוע לשבוע, ספירת העומר ציילט מען דאך סיי טעג און סיי די וואכן,

8ביז ווי אין דער וואך די איצטיקע, וואס זי איז דאך פארבונדן מיטן ענין פון יסוד, וואס דאס איז דאך אויך א ספעציעלע ראלה פון א אידישע פרויעס דאך, אז זי איז דער יסוד, די פאלונדאשין, ווי מ'זאגט דאס אין דער שפראך פון דער מדינה, אז זי איז דער יסוד און די עקרת הבית, און בפרט נאך ווי דאס איז במיוחד אין דעם טאג וואס מ'האט זיך איצטער צוזאמענגעטראפן, און נאך תפילת מעריב האט מען דאך ערשט געזאגט, אז דאס איז יסוד שביסוד. וואס דאס אונטערשטרייכט נאך מערער, ווי אזוי דאס שפיגלט זיך אפ אין יעדער אידישע הויז, וואס דער אויבערשטער בענטשט אז די פרוי ער פילט געזונטערהייט און פריילעכערהייט, און אין דער פוסטער מאס, איר רליי אין דער הויז, אז איר זאל זיין דער יסוד שביסוד, דער אמת'ער גרונד און פאונדישא פון דער גאנצער הויז, ביז וואנענט אז אפילו דער מאן, אדער אפילו א זון וואס איז א גרויסער לאנדן אין תורה קומט אויך אן, בשעת ס'רעדט זיך וועגן גרונט-זאכן, אין אויפהאלטן אויף בויען א הויז דארף ער אנקומען צו די עצה, און ניט נאר אן עצה, נאר א לערנונג,

9פון דער מוטער אדער פון א עלטערע שוועסטער, און ווי דערמאנט מערערע מאל. וואס דאס איז אויך די פארבונדנקייט, יעדער ענין איז דאך בהשגחה פרטית, אז בשעת ס'טרעפן זיך מערערע אידיש-פרויען צוזאמען, און קומט דאס אויס בהשגחה פרטית ווי ס'איז געווען ביז אין היינטיקן יאר, אז דאס איז פארבונדן מיט ציילן יסוד שביסוד, וואס דאס אונטערשטרייכט נאך מערער, אז י יעדער אידישער פרוי באקומט אלע נויטיקע כוחות, אז זי זאל קענען זיין דער אמת'ער יצוד שביסוד פון איר הויז, און וויבאלד אז מ'לעבט זיך צווישן אידן, לערנט זיך אפ פון איר הויז אויך די אידישע הייזער ארום איר, וואס דאס גיט נאך איר נאכמער פארגעניגן, אז זי האט אריינגעבראכט נאכמער ליכטיקייט אין די הייזער, אין די אידישע הייזער ארום זיך, און האט דאס געטאן אין א יסודות'דיקן אופן, ניט פארבייגייענדיק, נאר געטאן דאס אין אן אופן אז דאס ווערט א יסוד אין די אלע אידישע הייזער ארום זיך. וואס דאס איז אויך פארבונדן, ווי דערמאנט מערערע מאל, אז בשעת אידן טרעפן זיך פארבינדט מען דאס אויך מיט דעם חלק אין תורה וואס מ'האט געלערנט דעם זעלבן טאג אדער דעם שבת ווי מ'טרעפט זיך ביום הראשון,

10גלייך נאך שבת, ווי אין דער פרשה וואס מ'האט געלערנט שבת אין דער תורה, איז דא אויך א וואונדערלעכע אפלערנען פון דער פרשה וואס מ'האט געלערנט אט דעם שבת בציבור, און וואס הויבט זיך אן גלייך אין פרשה בהר, אין אנהויבס, איז דאס דא א וואונדערלעכע זאך, און ס'האלט אין זיך א הוראה גדולה, א יסוד שביסוד הוראה, וואס דארטן הויבט זיך אן גלייך די פרשה כי תבואה אל הארץ אז בשעת איר וועט אריינגיין דאס איז ווי משה רבינו האט אנגעזאגט אידן, פאר זיי וועט אריינגיין אין ארץ-ישראל, אז בשעת מ'וועט אריינגיין אין ארץ-ישראל ושבתה הארץ שבתה הוי,"' וועט אט דעמאלט די לאנד דארפן אפהיטן די מצוה שמיטה וואס די זיבעצן יאר איז אט דעמאלט טאר מען ניט זייען און מ'טאר ניט שניידן, און דער אויבערשטער גיט פארציקערהייט די שנה לפני זה, אז ס'זאל זיין גענוג ווי דער אויבערשטער פארשטייט גענוג אין דעם ברייטסטן אופן פאר די שנה השביעית.

11וואס דערביי פרעגט מען דאך אויך די שאלה כי תבואו אל הארץ דארף מען דאך פריער אנהויבן די זעקס יאר וואס ערשט דערנאך אויפן זיבעטן יאר, נאך די ערשטע זעקס יאר קומט דער שנת השמיטה, און מ'לערנט דערפון אפ, אז דער תכלית פון דעם אידישן אריינגיין אין ארץ-ישראל איז ניט געווען אזוי אט דאס וואס מ'האט געזייט די פעלדער אדער די גערטער ער, וואס דערנאך איז געווען א זיבעטער יאר, געבענטשט מיט אלע ברכות פון די פעלטער און פון די געטנער, במילא האט מען געהאט א רואיקן יאר וואס מ'האט אים געקענט אפגעבן אויף חינוך הבנים והבנות, אן קיין שטערונגען, ווארום ס'איז געווען אלץ צוגעגרייט פון פריער, און אזוי אויך בנוגע צו מענער, האבן זיי אויך געהאט גלייך אריינגייענדיק אין הארץ האט מען אויסגעשטעלט די פלענער אין אן אופן אז מ'זאל גלייך וויסן ווי אזוי מ'דארף איינטשטעלן דעם לעבן די ערשטע זעקס יאר, כדי דער זיבעצער יאר זאל זיין אין אן אופן פון יסוד שביסוד. וואס ווי יעדער ענין אין תורה איז דאך דאס אויך פארבונדן מיט א אידישער הויז, וואס יעדער אידישער הויז איז דאך די דוגמא פון א בית-המקדש,

12דאס איז דאך דער ביתי בית תפילה דעם אויבערשטנ'ס א הויז, און דער אויבערשטער זאגט ושכנתי בתוכם בתוך כל אחד ואחת מישראל אז דער אויבערשטער זאגט, אז ער קומט מיט דער שכינה און מיט אלע גוטע זאכן, אין יעדער אידישער הויז און דאס ווערט זיין אמת'ע הויז, על דרך ווי ס'איז געווען דער מקדש פארן גאנצן אידישן פאלק, אזוי ווי יעדער אידישער הויז, א מקדש מעץ פאר יעדער פריוואטער פעמידה מיט די קינדער און קינדס-קינדער וואס געפינען זיך אין דער הויז, אז ס'זאל זיין ושכנתי בתוכם מ'זאל זען אין יעדער ווינקל פון דער הויז ווי אזוי דארט רוט געטלעכקייט מיט אלע ברכות פארבונדן דערמיט, אנהויבנדיק פון דער הויפט ברכה, אז דאס איז א אידישער הויז אין אלע אירע פרטים, און נאך מערער, דאס איז א חסיד'ישע הויז, וואס אט דעמאלט האט מען אויך לפנים משורת הדין, אז ס'איז ניט נאר על-פי דין און ניט מערער, חס ושלום, נאר דער אויבערשטער גיט, ווי דערמאנט פריער, פון זיין ברייטער האנט, ווארום אידן פירן זיך אויך אין זאכן פון אידישקייט אויך אין א ברייטן אופן, במילא איז דאס לפנים משורת הדין און מדת חסידות, און ווי דערמאנט מערערע

13מאל. וואס דאס איז אויך די אפלערנונג, אז בשעת ס'רעדט זיך וועגן א אידישע באלעבאסטע, אדער בפרט נאך וועגן א מיידל וואס האט ערשט חתונה געהאט, און זי הויבט אן דעם לעבן צוזאמען מיטן מאן אויף אורך ימים ושנים טובות, אויף לאנגע געזונטע און הצלחה'דיקע יארן שטעלט זי גלייך אן איין די הויז אין אזא אופן, אז ס'זאל גלייך זיין ניכר, אז די הוז האט דער בעסטער מעדל וואס ס'קען זיין, און די בעסטע אויפפירונג וואס ס'קען זיין, וואס דאס איז מעדל פארבונדן מיט שבת ויום-טוב, און די אויפפירונג פארבונדן מיט שבת ויום-טוב, וואס האט אויך דאך אין זיך אויך אט די מעלה, וואס מ'האט דעמאלט ניט קיין דאגות, ווי מ'זעט אויך, אז אף על פי וואס א בעה'סטער דאגה ט זיך וואס וועט זיין מיט דער הוצאה אויף ווי אזוי וועט מען זיין פרנסה, און אין די אלע פרטים שבדבר, איז בשעת ס'רעדט זיך וועגן א אידישע פרוי, און אדער ס'רעדט זיך וועגן א תחתה וועגן זיך מהדב'ט איר, אז זי זאל ווערן מיט דער צייט ס'איז ניט קומען די צייט עקרת הבית האדם'טן זיי אויף די יסודות, און יסוד שביסוד, פון דעם אמת'ן בטלחון דעם אויבערשטן, און ווי מ'זאגט דאס יעדער טאג אין ברכת המזון,

14אז דער אויבערשטער שפייזט יעדער אידן, ובפרט די גאנצע וועלט, בטובו בחן ובחסד וברחמים. איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'קומט דאס פון דעם אויבערשטנ'ס טוב און פון דעם אויבערשטנ'ס חסד, באקומט מען גלייך אין א שבת'דיקן אופן, ווי דערמאנט פריער, אז דאס ווערט גלייך אין דער התחלה פון פארהייערטן לעבן, ווערט גלייך די התחלה אין א שבת'דיקן אופן וואס דעמאלט האט מען דאך בשר שמן ויין ישן די בעסטע און געזינצטע זאכן בהנוגע צו עסן און טרינקען אין גשמיות'דיקן זין, עאכו כמה וכמה זיכער אזוי אין רוחניות'דיקן זין, אין דעם רוחניות'דיקן לעבן פון יעדער אידישער הויז, וואס ווי דערמאנט פריער הענגט דאס אפ אן יסוד שביסוד און דער עקרת הבית, אף דער חינוך לויט דעם חינוך וואס זי איז באקומען נאך זייענדיק א מיידל אין דער הויז פון איר מוטער, אדער אויך מיט דער הילף פון דער באבע וואס איז געבענטשט געווארן אין אריכות ימים בשנים טובות-באקומט מען אלץ אין דעם מאקסימום פון הייליקייט, און מאקסימום פון אידישקייט, און מאקסימום אויך פון הרחבה ברוחניות, במילא

15איז דאס אויך פארבונדן בענטשט דער אויבערשטער אויך מיט הרחבה בגשמיות, און מ'האט דאס אויך, ווי דערמאנט פריער, אין אן אופן פון יסוד שביסוד, אז דאס ווערט א גרונט-פרינציפ אין דער הנהגה, און א גרונט-פרינציפ כביכול בא דעם אויבערשטן, אז דער אויבערשטער באגנוגנט זיך ניט מיט די ברכות וואס ער האט געגעבן מיט א טאג פאר דעם צו אידן אין א אידישער משפחה, און איז מוסי� מידי יום ביומו, גיט ער צו נאכמערער אין די אלע ברכות, צום אלעם ערשטן אז מ'זאל האבן א געזונטן לעבן, אז געזונט בגשמיות, האט מען ניט קיינע ענינים וואס זיינען מבלבל מצד דעם ענין פון געזונט און געזונטערהייט און פריילעכערהייט און לעבעדיקערהייט, מאכט מען די גאנצע וואס נאכמער אידישער און נאכמער חסידישער, במילא קומט-צו נאכמערערער, ביז אין אן אופן באין ערוך אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות. און ס'קומט אויך, ווי דערמאנט פריער, ווי מ'טוט דאס אין די ימי הספירה, אז אין צוגאב צו די ברכות וואס מ'האט געהאט מיט א טאג פאר דעם, גייט דער אויבערשטער אן עקסטע ברכה יעדער טאג, בהוספה אויף די פריערדיקע ברכות. און די כלי אויף די ברכה איז, ווי די גמרא זאגט, אז די ברכה און פרנסה אין הויז קומט דאס בזכ

16הישה, בזכות נשים צדקניות, און נאך מערער, אז די נשים צדקניות אין יעדער אידישן דור, ובפרט אין אונז דער דור, וואס דאס איז דער לעצטער דור פון גלות, און מ'גרייט זיך צו גאולה האמיתית והשלימה, איז דאך יעדער אידישע פרוי טוט דעם גרעסטן אופן וואס זי קען, כדי אויף צוהיילן די גאולה, במילא איז זי מוסיף אין אידישקייט, און איז מוסיף אין חסידישקייט, און ווירקט אזוי איין אויף די אלע מיטגלידער פון דער משפחה, און אזוי ווערט דאס ביי איר א געוואוינטהייט, ביז וואנענט דאס ווערט איר טבע, און ווי די גמרא זאגט, א טבע פון די אידן בכלל, אז זיי זיינען ביי שנים רחמנים און גמלי חסדים, על אחת כמה וכמה די טבע פון אידישע פרויען, וואס זיי ווערן דערמיט שוין געבארן, האט דאס במיוחד א אידישע מיידלע, גלייך ווי זיי ווערט געבארן, האט זי שוין דעם טבע פון גומלך פון מילות חסדים און אויך די טבע פון ביתנים און אויך דער טבע פון רחמנים, און דערנאך ווען זי וואקסט בגשמיות איז א זיכערע זאך, אז זי וואקסט אויך ברוחניות, אדרבא נאך מערער, און ס'ווערט אויך א לעבעדיקער

17ביישפיל פאר דעם עלטערן ברודער, און אויך פאר די אינגערע שוועסטער, און אפילו א ביישפיל פאר דער מוטער און פאר דער באבע, וואס זיי האבן דעם אמת'ן נחת פון דער טאכטער און פון דעם אייניקל, און אין א נחת אין דעם אופן אז ס'ווערט אלץ מערער און מערער. און אט דאס ווערט אויך די הקדמה, אז בשעת מ'לערנט אין תורה, וואס תורה שבכתב האט מען דאך אלעמאל געלערנט מיט אידישע פרויען און מיט אידישע מיידלעך ס'איז צוגעקומען אין אונזערע דורות, אז מ'לערנט מיט זיי אויך תורה שבעל פה ובאריכות, ובפרט די ביאורים על פי חסידות, וואס זיי זיינען פארבונדן מיט ואהבת את הוי'אלקיך מקיים זיין די מצוות עיקרי איז, ווי אמונה אין דעם אויבערשטן, און אהבת ה'און יראת ה'האט דאס אויך גלייך דער חינוך וואס די מוטער גיט דער טאכטער, און וואס די עלטערע טאכטער גיט דער אינגערער שוועסטער, אז זי זאל וויסן זיין, אז מיט דער צייט וועט קומען די צייט פון איר חתונה און פון איר אייגענע הויז וועט דעמאלט זיין, ווי דערמאנט פון דער סדרה, אז כתבי אל הארץ בשעת זי וועט קומ�

18אין דער אייגענער הויז, וואס דאס איז איר לאנד און איר ארץ ישראל, ווארום זי מאכט דארטן אן ארץ א לאנד וואס דארט געוועלטיקט אידישקייט, וואס דאס איז דאך אין דעם ווארט ישראל ובפרט לויטן ראשי תיבות וישראל ראשי תיבות יש ששים ריבוא אותיות לישראל לתורה, אז דארט געוועלטיקט תורה, האדעוועט אזוי די עלטערע טאכטער, די אינגערע טאכטער, וואס זי באקומט די עלטערע טאכטער, דער ציון פון דער מוטער, און די מוטער, אז זי זעט ווי אזוי איר חינוך האט מצליח געווען האט זי נאך א נאכמערער נחת פון דער טאכטער, און נאכמערער נחת ווען זי ווערט א באבע פון די אייניקלאך, סיי פון די אינגעלאך און סיי פון די מיידעלאך, און דאס ווערט די הכנה קרובה, אז דורך דערויף וואס דער אויבערשטער זעט אז מ'מאכט פון יעדער אידישער הויז אן ארץ ישראל, דורך דערויף וואס דארטן געוועלטיקט תורה און אידישקייט, וואס דאס איז פארבונדן מיט יעקב אבינו, וואס זיין נאמען איז דאך אויך געווען ישראל און פארוואס האט מען אים גערופן ישראל? כי שריתם אלקים ואנשים ותוכל דערפאר וואס ער איז איבערגעקומען, אלע שוועריקייטן וואס ער האט געהאט פון דער וועלט ארום זיך,

19אפילו שוועריקייטן וואס ער האט געהאט מיט מלאכים, וואס זיי פירן אן מטבע העולם אזוי שפיגלט זיך דאס אויס אפ אין יעדער אידישער הויז, און שפיגלט זיך אויך אפ אין דער צוגרייטונג פון א אידישע מיידעלע, ווי אזוי זי גרייט זיך און ער ווערט אויפגעהאדעוועט ווי אזוי איינצושטעלן איר הויז, אז דאס זאל זיין אן אמת'ע ארץ ישראל, און ס'זאל זיין געבענטש, ווי דערמאנט פריער, אז גלייך די הויז הויבט זיך אן מיט שבת'דיקא-הייט, וואס שבת איז דאך פארבונדן מיט מנוחת הנפש, וואס דאס ברענגט בדרך ממילא אויך מנוחת הגוף האט מען מנוחה, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, און מ'קען שטייגן אלץ מערער און מערער, ילכו מחיל אל חיל אין אלע גוטע זאכן, אנהויבנדיק אין געבן צדקה ארום זיך, און געבן צדקה אין דער אייגענער הויז, ווי דערמאנט אמאל בארוכה, אז ס'איז זייער א גוטע זאך, אז אין קיך וואו מ'גרייט די באלעבאסטיק זעט אז ס'זאל זיין צוגעגרייט דער גשמיות'דיקער עסן פון דער גאנצער משפחה זאל צום אלעם ערשטן זיין דארט אריינגעשטעלט און צוגעקלאפט אין א קביעות'דיקן אופן א צדקה פושקע, כדי

20זי זאל אלעמאל געדענקען, אז צדקה דאס איז איינע פון די הויפט מצוות, און מ'האט דורך דערויף אויך נאך מערער, ניט נאר ס'פעלט ניט אין דער אייגענער הוצאה, נאר אדרבא אשר בפילו שתתאשר, אז בשעת מ'גיט א מאסר על כל פנים, ווער רעדט נאך אט די וואס זיינען זיך נוהג געבן א חומש אויף צוואנציק פראצענט אויף ענינים של צדקה, ווערט דאס בשביל שתתשב, ס'ווערט נאך רייכער די פרנסה פון דעם מאן, אדער ווי ס'פירט זיך אין אונזערע צייטן, אז אויך איז דא א סך פאלן אז אויך די פרויען האבן אויך א פארדינסט כדי ארויסצוהעלפן אויף קענען געבן נאכמערער צדקה, און האבן א ברייטע הויז אין הכנסת אורחים, ווי דערמאנט מערערע מאל, האבן זיי דאס אויך אין טאג-טעגלעכן לעבן זען דעם אויבערשטן ברכות, און אויסנוצן די ברכה אין דעם בעסטן אופן און א יסוד שביסוד אופן, און מתוך נוחת הנפש ומנוחת הגוף, ווי די התחלה פון דער סדרה פון בהר בך וכותי, און אויך ווי ס'קומט דערנאך די סדרה וואס מ'האט אנגעהויבן לייענען צו מנחה דעם שבת וואס ס'איז געווען, וואס דאס איז פרשה במדבר. וואס אין פרשה במדבר,

21דער גאנצער ספר, ובפרט די פרשה במדבר, איז פארבונדן מיט ציילן אידן, און ציילן זיי ווי דער אויבערשטער וויל, דורך נשיאים, און פארבונדן מיט יוצאי צבא בישראל, מ'ציילט זיי כדי זיי זאלן זיין צוגעגרייט אויף דורכפירן דעם אויבערשטנ'ס שליחות אין דער וועלט. וואס דאס איז, ווי דערמאנט פריער, הענגט דאס אפ דער עיקר גאר אן די פרויען, וואס זיי זיינען, ווי די גמרא זאגט, זיי היטן אפ ווען דער מאן קומט פון כולל, אדער ענלעכן ארט וואו ער האט געלערנט תורה בייטאג, אדער על דרך זה דער זון קומט פון דער ישיבה וואו ער האט געלערנט תורה, אויך אין א טיפן אופן, און דער קלענערער זון הויבט ערשט אן לערנען אלעף די'ס אדער חומש וכיוצא בזה, ווארט זיי זיי אפ, און באגענט זיי, און רעדט זיך מיט זיי דורך וואס האבן זיי אויפגעטאן און וואס האבן זיי געלערנט אין דעם טאג, ווי ס'פירט זיך אין אונזערע דורות, אז אויך פרויען, און אויך די טעכטער, לערנט מען מיט זיי אויך תורה שבעל פה, ובמיוחד די ענינים ווי זיי שטייען, ער חלערט אין חסידות בארוכה, און ווי גערעדט מערערע מאל, אז לערנען חסידות זיינען מחוייב

22סיי פרויען און סיי מענער, אין דער זעלבער מאס, וויבאלד אז דערמיט איז פארבונדן די מדות שבלב, דער אידישער הארץ, הענגט דאס אפ אן דעם לערנען חסידות, ועבדי ובלבב שלום דארף דאס זיין דאך עבודת שבלב, דערפאר דארף מען לערנען די ענינים ווי זיי שטייען אין חסידות, און מ'לערנט דאס אויך מיט א רואיקער קאפ און מיט א רואיקער הארץ, ווארום מ'איז זיכער, אז דער אויבערשטער וועט זיכער געבן אלע ברכות והצלחות, וועט מען האבן א זיכערן לעבן, און א לעבן וואס אפילו אז מ'געפילט זיך נאך אין גלות, איז גרייט מען זיך כי תבואו אל הארץ אז דורך דערויף וואס מ'מאכט פון דער אייגענער הויז א דוגמא פון א מקדש מארץ, ווי ס'איז געווען דער בית-המקדש, בזמן שבית המקדש הי'קיים, מאכט אזוי א אידישע באלעבאסטע, די אידישע הויז, אז ס'זאל זיין א מקדש מעט.

23זיין א מקדש מעץ, אז ווערט דער אויבערשטער, אז ס'איז גענוצט פאר אידן שוין געווען אין גלות, זיינען בייגעשטאנען אלע נסיונות און זיינען ראוי אז זאל תיכף ומעץ זאל זיין די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט איז דאך בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו, אז סיי מענער און סיי פרויען און סיי קליינע קינדער טראגט זיי דער אויבערשטער אריבער עם ענני שמיא דורך וואלקן קומט מען אן תיכף ומיד בארצנו הקדושה, צוזאמען מיט משיח צדקנו, און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש און הר הקודש און אין בית-המקדש, ווי גערעדט מערערע מאל. ובפרט אז מ'האט דאך, ווי דערמאנט פריער, דער קיך אין דער קיטשן, על אחת כמה וכמה אז מ'האט א צדקה אין דעם צימער און מ'לערנט תורה, וואס דעמאלט איז דאך אויך א סגולה אויף פארשטיין בעסער תורה איז בשעת מ'גיט אויף צדקה קודם התפילה און קודם הלימוד בתורה, ווי דערמאנט מערערע מאל, און ווי דער אלטער רבי ברענגט דאס אויך אראפ אין זיין סידור, ווי דערמאנט מערערע מאל, מער פרטים בדבר. וואס דאס איז אויך ווי מ'האט דאך יעדער טאג און אלע טעג, אז

24אפונקט אזוי ווי מ'ציילט די צעג פון ספירה, וואס דער פשטות איז דאך אז דאס ציילט מען טעג, וויפל צעג איז שוין דורכגעגאנגען פון זמן חירותינו פון פסח, און מ'איז געווארן נעענטער צו חג השבוע זמן מתן תורתינו אזוי אויך ציילן אידן מיט אנגעדולדיקער-הייט שוין די צעג און די יארן און די דיעות וואס מ'געפינט זיך אין גלות, ביז וואנענט אז מ'שרייבט עד מסי,", און מ'בעט זיך בא דעם אויבערשטן ער זאל תוכף ומיד ארויסנעמען יעדער אידן און אלע אידן, ומשפחה ומשפחה בפני עצמה, אזוי וועט מען אויך עולה זיין אין רגולה האמיתית והשלימה יעדער משפחה פאר זיך און יעדער משפחה צוזאמען מיט אלע איבעריקע משפחות, וויז וואנענט מיט גאנץ כלל ישראל. און מ'טוט די אלע ענינים אין א רואי קיין אופן, אז פריילעכע אופן, א געזונטן אופן, מתוך פרנסה בהרחבה, און מ'גייט מחיל אל חיל נאך אין די לעצטע טעג פון גלות, וואס דורך דערויף וואס מ'גייט און מ'איז מוסיף מחיל אל חיל היילט מען נאך מערער צו די גאולה האמיתית והשלימה, און מ'האט נאך ווי יעדער איד ווינצט זיך, און ס'איז דאך דא אזוינע קהילות וואס מ'זאגט דאס אויך אין אני מאמין בדיבור, אז

25אחכה לו בכל יום שיבוא, אז יעדער טאג האפט יעדער איד אז דעם זעלבן טאג וועט נאך קומען משיח צדקנו, און ווי מ'זאגט דאס אויך אין דער תפילה פון שמונה-עשרה, אין דעם מעריב וואס מ'האט ערשט געדאווענט, און נאך דערויף ווי מ'האט דאס אויך געזאגט אין תפילת מנחה שלפני זה, אז את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח אז דער אויבערשטער מאכט אויפוואקסן און אויפבליען, בביאת משיח צדקנו אין אן אופן פון מהרה, ווי בא דעם אויבערשטן הייסט דאס מהרה, וואס ווי ביי א איד היילט זיך, היילט ער דאך מיט כחות בשר ודם, בשעת דער אויבערשטער היילט זיך מיט גאולה האמיתית והשלימה קומט דאס ארויס גאר שנעל, ביז וואנענט תוקף ומיד ממש, און מ'גייט נאך תוקף פון דעם צוזאמענטרעפן זיך, און תוקף און ווינצן זיך יעדערן צו דעם צווייטן און צו די אלע פארזמלטע, ווי דער נשיא דורנו, ווי דער רבי דער שווער, האט אנגעזאגט דעם מנהג, אז פאר שבועות, איז בשעת אידן טרעפן זיך, איז אט דעמאלט ווינטט זיך יעדער איד צו אלע איבעריקע אידן מיט וועמען ער טרעפט זיך, און אזוי אויך פרויען צו די פרויען מיט וועלכע זיי טרעפן זיך, אדער קינדער מיט קינדער זיי טרעפן זיך, אז ס'זאל זי

26דער חג השבועות קבלת התורה בשמחה ובפנימיות, וואס כדי ס'זאל זיין דעמאלט אן אמת'ע שמחה און אן אמת'ע פנימיות דארף מען דאך האבן דער ענין השמחה נאך טעג פאר דערויף, כדי די שמחה זאל זיין א שמחה אמיתית, און מ'דארף האבן אויך דעם לעבן איינגעשטעלט אין אן אופן פון פנימיות, און יסוד שביסוד, ווערט דאס אויך א טבע בא יעדער אידישן מאן אדער פרוי, און ביי עקרת הבית, ביי אידישע פרויען במיוחד דער טבע, אז ס'ווערן אלע ענינים וואס זי פירט ביי זיך אין הויז אין אן אופן מתוך שמחה ומתוך פנימיות, במילא איז פאר איר נאך לייכטער אויף צוגרייטן זיך צו קבלת התורה, וואס זי איז ארוכה מארץ מדה גאר א גרויסע זאך, ביז וואנענט העכער פון אלע בגרענצונגען האט אבער א איד דעם כח אז ער איז מקבל כל התורה כולה, און נאך מערערער באקומט דאס בשמחה ובפנימיות. און אזוי אויך איז דאס אין נקדש מעט, אין יעדער אידישע הויז, נאך אפילו זייענדיק אין גלות ברענגט מען אריין דארט אידישע זאכן, און זאכן פארבונדן מיטן אויבערשטן, וואס דער אויבערשטער איז דאך דער אלע פון די התחלה פון דער גאנצער וועלט, ברענגט מען

27אריין דעם אלף אין דעם ענין און דעם ווארט פון גולה און פון גלות ווערט דאך דער ווארט גאולה. ועוד והוא העיקר, אז דאס ווערט גלייך אויסגעלייזט א גאולה פרטית אין יעדער אידישע הוי, בפרט דורך נשים צדקניות, דורך די עקרת הבית און דורך איר טאכטער וואס זי האדעוועט, און איז מחנך אין דעם זעלבן רוח אין דעם זעלבן גייסט, אז דאס זאל זיין בשמחה בפנימיות, און דערפון טאנצט מען גלייך אויף מקבל-זיין פני משיח צדקנו. ובפרט נאך אז ווי ס'איז דאך נהוג מאכט מען יעדערער פון אייך אויף א שליח שלוחה אויף געבן א סליחות אויף צדקה בפרט, און במיוחד דאס איז דאך א הכנה אויך צו קבלת התורה און צו עבודת התפילה, איז דאך דאס פארבונדן אויך מיט דער מצות צדקה במיוחד, זאל אזוי אויך אויפנעמען די שליחות און מוסיף-זיין יעדערע פון אייגענע געלט, און מתוך שמחה וטוב לבב, סיי חתונה-געהאטע און סיי ניט-חתונה-געהאטע, איז ווי ס'פירט זיך אין אונזערע צייטן, האבן דאך אפילו קליינע מיידעלעך, באקומען זיי זיך אויך עלאונס, באקומען זיי אויך געלט אויף זייערע הוצאות, און וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן א אידישע מיידעלע, איז דאך א זיכערע זא�

28אז די הויפט הישה ביי איר, אז אזוי ווי זי האט א צדקה פושקע לייגט זי אריין, צום אלעם ערשטן, אין איר אייגענע צדקה פושקע, עטלעכע פעניס לויט איר פארמעגן, אדער עטלעכע ניקלס, אדער עטלעכע דיינס, און דאס ווערט דער ענין הצדקה, וואס ס'איז נאכמערער מזרז די גאולה, און דאס קומט ווי דערמאנט, תיכף ומיד אין יסוד שביסוד, נאך אין היינטיקע נאכט, און ארו עם ענני שמיא דארף מען זיך ניט שרעקן וואס וועט זיין מיט די מעבל, און וואס וועט זיין מיט די נכסים, און וואס וועט זיין מיט די אלע כלי בית, וויבאלד אז מ'דארף זיך גלייך זעצן אויפן וואלקן און פליען צוזאמען מיט משיח צדקנו אין ארצנו הקדושה. פונקט אזוי ווי דער אויבערשטער באזאגט אלע אידישע צרכים, אזוי וועט דער אויבערשטער אליין אויך באזאגן, אז אלע נ חסים וואס ס'האט יעדער אידישע באלעבאסטע אדער יעדער אידיש קינד מכסים פרטים, וועט ער אויך דאס קענען מיטנעמען, און וועט אליין ניט דארפן האבן קיין טירחא דאס וועט מלאכים דאס טראגן פאר אים, אלס משרתים פון יעדער איד און פון אלע אידן. ועוד והוא העיקר, אז ס'וועט זיין יעדער קינד און אלע קינדער, ווי ס'איז אויך פארבונדן ווי אפגעדרוקט אויפן שורנאל,

29גלייך אויפן כבר, וכל בניך לימודי הוי ורב שלום בניך, וואס דאס איז דאך אויך כולל אויף יעדער מיטגליד פון אידישן פאלק, איז אויף יעדערן פון אים זאגט מען לימודי הוי אז ער לערנט דעם אויבערשטנ'ס תורה, און נאך מערער אז מ'לערנט דאס ורב שלום מיט א סך שלום האט מען ניט קיינע זאכן וואס שטערן ניט צום לערנען, ניט דאגות פרנסה חס ושלום, זיכער ניט דרגות פון געזונט, ווארום ס'איז רב שלום ס'איז ניט סתם א שלום און פרידן, נאר ס'איז א סך שלום און א רב שלום. און דאס איז נאכמערער מוסיף אין דער לימוד התורה, ווי דערמאנט פריער, ווי מ'לערנט תורה פרויען, און אויך מיידלעך, ביז גאר קליינע מיידלעך, תורה שבכתב און תורה שבעל-פה, און בפרט נאך די תורה אין וועלכע ס'רעדט זיך וועגן די גאולה האמיתית והשלימה וועגן ביאת משיח צדקנו, און דער לערנען די אלע ענינים זאל נאכמערער צוהיילן, אז פון דעם לערנען זאל מען תיכף ומאד טרעפן משיח צדקנו, און זאגן זאגן אים, אז מ'האט ערשט-א פארענדיקט די לערנען פון די הלכות פארבונדן מיט זיין קומען און פארבונדן מיט די גאולה אמיתית והשלימה.

30און איצטער פליט מען אלע צוזאמען, בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו, צוזאמען מיט אלע נכסים, און צוזאמען מיטן גאנצן אייגענטום, ובפרט בתי כנסיות ובתי מדרשות, סיי די עזרת אנשים און סיי די עזרת נשים, צוזאמען מיט די בענק און מיט די סידורים און מיט די ספרים, ווי דערמאנט כמה פעמים, ועוד והוא העיקר תיכף ומיד ממש. ענין הצדקה זאל דאס נאכמערער צוהיילן, ובפרט ווי דערמאנט פריער, אז יעדערער וועט נאך מוסיף זיין צו די סימבאלישע צדקה וואס ער האט באקומען איצטער על ידי המחלקות, דורך די וואס וועלן דאס פארמאנט דערציילן וועט זיי נאך צוגעבן סיי די מוטער און סיי די באבע און סיי די טאכטער און סיי די גאר קלייניקע טאכטער, וועט זיי צוגעבן פון אייגענע געלט אויף זיין נאכמערער צדקה, און ס'וועט זיין נאכמערער זירוז, אז תיכף ומיד קומט די גאולה האמיתית והשלימה, און מ'געפינט זיך אלע צוזאמען אין מנעני שמיא בארצנו הקדושה, ובירושלים עיר הקודש ובהר הקודש ובבית המקדש, און מ'גרייט זיך דארטן צו קבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

31שעד יעדערעדן.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions