עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-z1g73ptk

kind
paragraph
order
IE
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אז מ'האט גלייך די נתינת-כח, אז גלייך אז מ'הויבט-אן חסד שבחסד האט מען שוין גלייך די הבטחה, אז וויבאלד אז תורה האט אנגעזאגט אז ס'זאל זיין שבעה שבתות ממות תהיינה האט זיך תורה אים געשטעלט על א חזקה, און תורה גיט אים כח אויף דעם, אז דאס זאל דורכגעפירט ווערן בפועל, אז ס'וועט זיין שבעה שבתות ממות תהיינה וועט ער האבן פון חסד שבחסד ביז מלכות שבמלכות, און נאך מערער ער וועט האבן אויך דעם יום חמישי, ווי מ'זאגט אויך וספרתם לכם זאגט מען דערנאך אויך חמישים יום, אז מ'האט אויך דעם פופציגטן טאג, אף על פי וואס בדיבור זאגט מען ניט היום יום חמישים האט מען אים אבער, דורך דערויף וואס מ'האט געציילט די שבעה שבועות אין אן אופן פון תמימות, במילא האט מען אויך דעם יום החמישי מיט אלע זיינע דרגות, און אט דאס האט ער אויך, כמדובר, אין די אלע ענינים וואס ער דארף זיי אויסנוצן בשעת'ן טרעפן זיך, כמוזכר לעיל, און אין אן אופן אז דאס זאל אויפגעטאן ווערן בנוגע צו אים, און וויבאלד אז מ'טרעפט זיך מיט כמה וכמה, איז דאך א זיכערע זאך, אז ער דארף אויסנוצן דעם טרעפן זיך מיט נאך אידן, ובפרט מיט ברוב עם, און טרעפן זיך אין א מקום קדוש, אין א מקום תפילה און א מקום תורה, און א מקום וואס דארט איז מען מחליט אויף מעשים טובים, און מ'טוט מעשים טובים, און אויך פועל זיין אויך אויף זיי, ואהבת לרעך כמוך פונקט אזוי ווי ער נוצט אויס און באקומט סיוע מכל אחד ואחת, אזוי אויך איז ער זיך משתדל ועושה כל התלוי בו, און וויבארד אז יגעתו האט מען די הבטחה אז ס'וועט אויך זיין מצאת וועט ער זיכער אויפטאן מיט די אלע און אין אלעמען מיט וועלכע ער
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions