עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-yqxm195n

kind
paragraph
order
KD
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
צוזאמען מיט תשובה, כדי ס'זאל זיין תשובה דארף מען האבן אן ענין פון בגן, ווי ער רופט דאס אן אין ליקוטי תורה, על כל פנים בדקות, ובדקות דדקות, האט ער אויך די מעלה פון תשובה דער עילוי אין דער מעלה וואס תשובה טוט-אויף, דאס איז דאך אלץ א הסברה פארוואס ס'קען ביי אים זיין אזא ענין וואס בדקות על כל פנים, לאחרי ווי ער איז געווען תמים תמים הוי'אלקיך צוזאמען מיט עבודת התשובה, ס'בלייבט דאך אבער אלץ די שאלה וואו איז די תמימות? וויבאלד ער דארף אנקומען לאחרי וואס ער איז געווען א תמים, ואדרבא ער איז גאר געווען א כפול'דיקער תמים, און לאחרי כל זה דארף ער ערשט אנקומען נאכאמאל צו אן עבודה דורך וועלכע דאס ווערט אנגערופן ועשית מכה לגגיך און ערשט אט דעמאלט וועט ער מסיים זיין דעם מספר פון זיינע רמ'אברים, ווארום דאס איז דאך איינער פון די מצוות וואס כנגדם מיט די רמ'אברים שבאדם. ולא די וואס מ'זאגט אז מ'דארף בכלל האבן א תיקון איז מען נאך מפליא אין דעם תיקון, אז דא איז ניט מספיק א תיקון ווי ס'איז דא בכמה קנינים, במילא פארשטאנדיק בכמה מצוות, וואס בכמה מצוות ובכמה קנינים איז גענוג בשעת ס'איז דא עשרה טפחים, ניט נאר גענוג דאס מאכט פון א רשות היחיד, און פון א רשות הרבים מאכט דאס א רשות היחיד. דער גרעסטער שינוי וואס ס'קען זיין, וואס דאס איז דער שינוי פון עלמא דיפלודה, וואו ס'איז געווען די ירידה ביז צו רשות היחיד פון יחידו של עולם דארף מען האבן אז ס'זאל זיין א גדה פון עשרה טפחים, און אט דעמאלט ווערט דאס א רשות היחיד אין הלכות שבת און אין הלכות מחירה, וואס דאס איז פארבונדן מיט אגרי לוז, מיט הנהגת העולם אפילו פון ניט-תינא, ווי די תינא האט איינגעפירט, ווי דער רמב אים מדגיש כמה פעמים. און דא זאגט מען מיטאמאל, דער רמב איז גלייך מדגיש, אז אפילו ער האט געמאכט א מעיקה פון א גבוה עשרה טפחים, איז ער לגמרי ניט יוצא-געווען דערמיט,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions