עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

45 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דאך כרגיל בלילות הקודמות, על אחת כמה וכמה אין מוצאי שבת קודש, על אחת כמה וכמה מוצאי שבת קודש וואס איז נאך הושענא רבה, איז דאך בכל ענינים אלו, ובענין זה במיוחד, איז דאך דאס נאך ביתר שאת וביתר עוז, אז פותחין בברכה און אין א ברכה וואס זיי דארף אין זיך פארמאגן און קענען כולל-זיין די אלע ברכות והמשכות, וואס דער אויבערשטער מקור הברכות וועט ממשיך-זיין אין דעם וואס אידן וועלן ווינטשן איינער דעם צווייטן, ובפרט נאך אז א חלק חשוב מהם, כמה עשיריות מהם, טוט דאס בבית-הכנסה שמגדלין בו תפילה ובבית המדרש שמגדלין בו תורה, צוזאמען מיט א בית של צדקה, וואס מ'רעדט דארטן און טוט דארטן אויך אויף אין ענינים של צדקה וגמילות חסדים, איז דאך על כל ענינים אלו ביתר שאת וביתר עוז איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז אויך די כלי לזה, דאס הייסט אז די תנועות גשמיות און די ארוכה ברמך אברים וואס מ'נוצט אויס און מ'גרייט-צו אלס כלים צו די אלע ברכות דארף מען אויך זיין ביתר שאת וביתר עוז, כמובן וגם פשוט, ובפרט נאך אז די קביעות פון דעם יאר קומט נאך אויך צו, אז דאס איז אין שיעור פון חומש, וואס דערמיט דארף מען דאך לעבן כפתגם והוראות פון דעם אלטן רבי'ן, איבערגעגעבן דורך נשיא דורנו, דורך דעם רבי'ן דעם שווער, איז דאס דער שיעור און די התחלה פון פרשה וזאת הברכה. וואס כמדובר כמה פעמים, האט מען דארט כמה ענינים הכי נעליים, אפילו לגבי שאר הפסוקים שבפרשה זו, אנהויבנדיק פון דעם ענין פון ויהי בישורון מלך

2יחד שבטי ישראל, וואס דאס האט דאך אויך א שייכות מיוחדה צום אושפיז פון הושענא רבה, וואס דאס איז דאך דוד המלך, ועל דרך זה אויך דער רבי נשמתו עדן, וואס ער האט אויך די שיחה הידועה, וואס ער האט אנגערופן זיינע תלמידים פון זיין ישיבה, אז ער מאכט פון זיי, מהודיעה ומכרית, אז זיי זיינען חיילו בית דוד, און זיי גייען ארויס אויף מתקן זיין, אז שטאט דעם וואס ס'וועט זיין אזעלכע וואס וויל לערנען כפשוטו איז עקמות משיחך וועט דערפון ניט בלייבן קיין שריד ופליט, ואדרבא ס'וועט זיין ונהפוך הוא מיטן זעלבן שטורעם, נאר להיפך, אויך אט די וואס לערנען דאס, אז דאס איז בדקות הכי דקות, אז בערך פון דעם שטורעם וואס ס'דארף זיין לגבי עקבות משיחך, איז זאל דאס על דרך מאן דמחוי במחוג קמי מלכא קדישא אף על פי וואס ס'איז מערניט וואס ער איז א מחוי במחוג, ווען נעמענדיק דעם בערך אז דאס איז קמי מלכא קדישא איז אן אנדער חשבון, אפילו אז די אלע ענינים זיינען בדקות הכי דקות איז מען דאך דערנאך מסיים אמן ווי אמן, וואס אמן איז דאך כמובן לגן פשוט, צום אלעם ערשטן דער פירוש הפשוט בזה איז, אז דאס איז מכריז אז דאס איז א נצחון הכי גמור, וואס דעמאלט זאגט מען אמן, על אחת כמה וכמה בכפליים, נוסף דער רמז שבזה, אז דאס איז אויך דער צירוף פון הוי'א דנו, כמדובר כמה פעמים, וואס דאס איז דאך כולל כל השמות כולם, און דעם שם העצם, און שם המפורש, און שם הידוע, און די אלע פרטים וועלכע מ'גיט תוערים וואס מ'גיט אויף דעם שם,

3שם אדנ-י וואס דאס איז נקרא אדנ-י על שם הבריאות שלו, וואס אדון על כל בריותיך איז דאך דאס נאך למטה פון ענין השמות, און פארבונדן מיט ענין הבריות, ובפרט נאך לויט דעם תיוק אין דעם לשון בריות, כמדובר לעיל, איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'זאגט דאס נאך בעמיים, און דאס ווערט דער סיום פון דעם שיעור תהלים פארבונדן מיט דעם טאג, כולל אויך אט דעם מתחיל פון דער נאכט, איז דאך אט דעמאלט ווערן כל הענינים אין אן אופן פון כפליים לתושי,' וואס דאס איז דאך א שייכות מיוחדה צו דער גאולה העתידה לבוא, וואס דעמאלט וועט דאך זיין גאולה בכפליים, נאך מערער ווי ס'איז געווען די התחלה בזה, אין דעם ענין בלתי-רצוא בכפליים, וועט זיין דער כפליים פון גאולה א כפליים שלא בערך, ווארום דאס דארף דאך זיין א גאולה מכל הענינים, און דאס דארף זיין א גאולה האמיתית, במילא דארף דאס זיין שלא בערך לגמרי צו דער ירידה וואס איז געווען לפני זה, אף על פי וואס דאס איז אויך בדקות הירידה, אזוי איז דאס גאר אן ענין נעלה און מצב נעלה, איז אבער לפי ערך ועדיהו וואס מ'גיט לאחרי זה, איז דאס שלא בערך כלל, במילא וויבאלד אז מ'איז זיך מוגבל און מ'קען זיך ניט רעדן אין סוף וועגן אט דער עלי'איז מען דאס כולל אז דאס איז אן עלי'בטופליים, איין עלי'וואס זי איז בערך וואס יעדער עלי'דארף דאך עפעס האבן א שייכות צו דער ירידה, במילא האט עפעס-וואס א שייכות, און דערנאך ווערט דאס דער ענין הדילוג, מקפץ על ההרים און מדלג על הגבאות, ביז וואנענט אז ס'ווערט די צווייטע, וואס דאס איז א שלא בערך כלל וכלל.

4און אין דערויף זאגט מען נאך, אז דאס איז בשנת וואס זי ווערט אנגערופן שנה תמימה ווי מ'האלט דאך אין איין מאנען און אין איין רעדן, אז דער גאנצער יאר ווערט אנגערופן שנה תמימה מצד דערויף וואס איין חודש און גאר לאחרי כמה וכמה חדשים, ובפרט אין דעם יאר, ווערט אן ענין נוסף וחדש, איז דאס שוין פועל א חידוש, ביז א חידוש שלא בערך כלל, אז דאס ווערט אן עליה שלא בערך אפילו פון שלא בערך שלפני זה, על דרך זה אויך אין דעם כפליים, אף על פי וואס ס'איז אויך דא דער כפליים כפשוטו, איז דאס ניט אין אן אופן וואס בכלל מאתים מנה, נאר ס'איז שלא בערך כלל פון מנה לגבי מאתים אדער פון מאתים לגבי מנה, כמדובר ומובן בפשטות.

5וואס דא איז אויך גלייך בנוגע, וויבאלד אז כל השנה כולה איז אן ענין של תמימה, איז זוכט מען דאך, און ווי גערעדט אויך, אויף מדגיש זיין דאס, כדי דאס זאל נאכמערער מעורר זיין און געבן כח און אראפברענגען בפועל, אז בא יעדער אידן זאל ווערן בשלימות ובתמימות די תורת הוי'תמימה, וואס זי איז דאך געגעבן געווארן בשביל ישראל, ווי ער זאגט אין תנא דבי אליהו, אז ואדרבא דאס איז גאר קדמה לכל דבר מחשבתן של ישראל אפילו דער מחשבתן של תורה, כמדובר כמה פעמים, ווערט דאס אויך דערנאך אז דאס זאל זיין ביי אים אין אן אופן פון תמימה, במילא איז דאס אויך כולל אז וויבאלד אז דאס איז תמימה איז דאך א זיכערע זאך אז זי האט א דבר עיקרי, וואס דאס איז המעשה הוא העיקר די מסקנא הנוגע למעשה בפועל אין לימוד, לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא ועוד ועיקר למעשה בפועל, ובפרט אז ס'רעדט זיך דאך וועגן אן ענין שהזמן גרמא דער ענין פון שמחת בית השואבה, וואס די שמחת בית השואבה פון הושענא רבי האט דאך א יתר שאת ויתר עוז, דאס איז דאך כולל אין זיך די אלע שמחות וואס לפני זה, בחג הסוכה זה, כולל אין זיך אויך די שמחת פון בית השואבה פון הושענא רבה ווי איינער פון זיבן טעג. פונקט אזוי ווי אין הושענא רבה איז דאך דא אן ענין וואס מ'זאגט א ריבוי הושענות, דערנאך איז דא ווי מ'זאגט אלע הושענות און מ'איז מוסיף נאך עליהם בריבוי, וואס דאס איז דאך צוויי ענינים שלא בערך, און ביידע קומען בהמשך אחד. איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס דארף זיין אין אן אופן פון תמימה, אז ס'דארף ניט פעלן חס ושלום מצד דעם ריבוי פון הושענא א טאג וואס ווערט אנגערופן הושענא רבה דוקא, דארף ניט

6פעלן קיינע זאך ניט אין די תמימות פון הושענא רבה אלס אן ענין בפני עצמו, און אלס שמחת בית השואבה פון אן ענין בפני עצמו, אף על פי וואס מ'טענה'ט דאך, אז ס'איז דאך דא דער ענין און די עבודה פון אמירת תהלים, ולפני זה דער תיקון פון הושענא רבה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון גאנץ משנה-תורה, און קומט גלייך אלס א הקדמה און אלס א הכנה, אז ס'קומט דער זמן המתאים, אז אויך בלילה זאגט מען תהלים, וואס דאס איז דאך אויך דער טעם וואס מ'האט מכריז-געווען און האט געקליבן א זמן לכאורה ניט פון זריזין מקדימין, דערפאר וואס אמירת תהלים בלילה האט אין זיך דעם זמן המסוגל בלילה, וואס דאס איז מחצות ולמעלה, כמדובר ומובן וגם פשוט. וואס על פי זה איז דאך פארשטאנדיק אז מ'פארבינדט ווי תורת הוי'תמימה זוכט מען וואו געפינט מען תמימות? בגלוי, און אין אן אופן וואס דאס ווערט אנגעזען פאר אנשים ונשים וטף, ווי מ'האט געלערנט פון דעם שנה שבנו ממנה, מוסף אויף סמך און תסמך און תסמך דער ענין פון הקריל האנשים ואנשים והטף געפינט מען דארטן דעם ענין פון תמימה אין ספר הרמב", א זאך וואס איז תמים דארף ניט אנקומען צו א צווייטער זאך. בשעת מ'לערנט אנדערע ספרי הלכה דארף מען אנקומען צו א צווייטן ספר הלכה, על אחת כמה וכמה אז ס'איז ניט אזא מלשון צח וברור וואס מ'קען אויסקומען אן א פירוש אין דער זעלבער הלכה, אין דעם זעלבן ספר הלכה, משא'כן דער רמב עם האט זיך מכוין געווען, אז ס'זאל זיין כקטן כגדול כמדובר כמה פעמים, און האט אויך מכוין געווען, אז דארט זאל זיין תמימה כל הלכות שבתורה, ווי ער שרייבט עליהם מ'זאל ניט דארפן זוכן אין אן אנדער ספר, דערפאר וואס דאס איז א ספר תמים ושלום, וואס דערפאר איז דאס אויך פון די טעמים וואס ס'איז דא בכמה ספרים מפליאים

7אין גודל המעלה פון לימוד הרמב",ם דוקא, כמדובר כמה פעמים במשך השנים האחרונות, און ס'איז הולך ומתפשט די קביעות-עיתים ברמב",ם בכלל, ווי איז אין אן אופן אז מסיימים את הרמב",ם בערך במשך שנה אחת, על דרך ווי מ'איז מסיים דעם ספר תורת משה בן אמרם, איז מען מסיים בכל שנה ושנה, וכמדובר בארוכה אויף דעם טעם פארוואס שלשה פרקים ליום, אף על פי וואס לכאורה איז דאך דאס ניט מסיים אז ס'זאל זיין א סיוע צו דעם איום המתאים, וויבאלד אז ער האט אויף זיך, און דארף פארענדיקן במשך יום זה אלע ג'פרקים, האט דאס אבער דער רמב״ם אויך באווארנט, שרייבט, אז ער שרייבט דאס בלשון צחה וברורה און שרייבט דאס אין אן אופן אז ס'איז גוט כקטן כגדול, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז אפילו א קטן קען דורכלערנען די אלע דריי פרקים, טאקע לפי מדת שכלו, און אפילו א גדול וואס בשעת ער לערנט ווערט דאך ביי אים גלייך נתעורר א ריבוי ענינים, און בשעת ער האט דריי פרקים, האט ער דריי מאל א ריבוי ענינים, און ס'איז אלץ פארבונדן מיט איין און איינציקן טאג זאגט מען, אז אף על פי כן קען מען דאס דורכטאן און דורכלערנען אין אן אופן על דרך ווי מ'געפינט בכמה שיעורים וואס האט קובע-געווע נשיא דורנו, און האט דאס אלץ ארויפגעלייגט אויף דעם זעלבן מענטשן, און ער זאל דאס מסיים-זיין במשך פון א זמן מסויים, ובדרך כלל, אין די זעלבע כ'ד'שעות, אדער על כל פנים מצרף אויך דער לילה שלאחרי זה, כמדובר כמה פעמים בנוגע לשולים בדבר, און די וואס פרעגן איצטער אויך בא די חסיד'ישע משפיעים, וואס דאס איז חובתם וזכותם, אז זיי זאלן ליגן אין משפיע זיין, ניט ס'איז דא אזוינע וואס האבן זיך איינגערעדט, אז מצני הכבוד און אויף ניט מאכן ענג א צווייטן

8אידן, על אחת כמה וכמה א חסיד, טאר ער אים ניט מבלבל זיין און טאר אים ניט מעורר זיין אז ער דארף טאן באופן כך אדער באופן כך, נאר פארקערט, ס'איז גאר דער עלת פון דעם מקבל, על אחת כמה וכמה אז דאס איז דער עלת פון דעם משפיע, ועד כדי כך אז מ'זאגט בפשטות, און כידוע דער פתגם פון נשיא דורנו בנוגע צו א למדן און בהנוגע צו הפכו אין דעם בלתי-רצוי, אז אויב ער טוט דאס ניט בפועל איז פארוואס זאל מען אים אנרופן בשם למדן בשעת בשעת מעשה איז פארנעמט ער זיך מיט אן ענין וואס איז ניט למדנות, וכמדובר כמה פעמים. וואס דא הויבט מען גלייך אן אין דעם שיעור פון רמב״ם, און בקשר ובענין און פארבונדן מיטן ענין פון תמימה ת, בהוספה על ענין השיחה הידועה בקשר פון הושענא רבה מידי שנה בשנה, נקודות משותפות, איז דאך דא דער דבר חדש אין שנה תמימה זו, אז דער שיעור רמב״ם פון היינטיקער הושענא רבה הויבט זיך גלייך אן מיט הלכות מעיקה.

9תשא מכה לגגך און דערנאך איז ער גלייך מפרט כמה וכמה פרטים אין די הלכות מכה. וואס דאס האט אויך א שייכות מיוחדה צו הושענא רבה, וואס דעמאלט טאגט מען דאך אריבער די דירה, וואס ביז דעמאלט שבעה ימים כולל הושענא רבה, דארף זיי זיין בסוכה אז די סוכה דארף ווערן זיין דירה, במילא א סוכה על פי דין און ניט מחוייב אין קיין מעכה, ווי דער רמב'ם שרייבט אליין אין די הלכות בלייך, אז דאס איז פארבונדן מיט א בית, און דער מעכה דארף זיין דוקא א דבר חזר, כדי באווארענען דאס וואס א מכה דארף באווארענען, וואס די אלע ענינים זיינען די מציאות שלהם בסוכה, ביחד עם זה איז אויך הושענא רבה די צוגרייטונג ערב פון שמיני עצרת, וואס שמיני עצרת איז דאך דעמאלט דער ענין פון דעם בית. אף על פי וואס מפני הספק וכיוצא בזה איז מען ממשיך און מ'זיצט בסוכה, ועד כדי כך אפילו ששית מים בשמיני עצרת איז מען דאך אויך נוהג, און א מנהג וואס איז אנגענומען געווארן שוין מכמה שנים, א סך מער ווי ג'פעמים, זאל אויך זיין שתיית מים בשמיני עצרת, דוקא בבית און ניט ביסוקה, ביחד עם זה איז דאך פארשטאנדיק, אז אלע ענינים טובים וואס זיי זיינען דא אין שמיני עצרת, האט מען זיי די שמיני עצרת בפשטות, וואס דאס איז גאר דער עיקר פון שמיני עצרת, שמחת תורה איז פארבונדן מיט גליות, שמיני עצרת שבשמיני עצרת, וואס דאס איז שמיני עצרת גלייך מן התורה, נאך קודם ס'איז געווען די פערציק טעג שלאחרי זה וכו'וכו.' און ווי מ'זעט דאס אויך אין די תפילות, וואס דאס איז דאך דער עיקר היום, האט מען גלייך די תפילות פון שמיני עצרת, על דרך זה די ברכות שהחיינו וכיוצא בזה, וכמדובר כמה פעמים, על אחת כמה וכמה אין די ששה דברים,

10איז אינגאנצן א רגל בפני עצמו, און מ'זאגט, אז די ששה דברים האט אין זיך א סימן על פי תורה, אראפגעבראכט אין תורה שבעל פה, און דער סימן איז פזר קשיו כמבואר אראפגעבראכט ביז אין אחרוני-אחרונים, וואס דא ווערט גלייך מודגש דער ענין פון שמחת בית השואבה, וואס שמחת בית השואבה איז דאך ענינו, אז זאל מפזר זיין די שמחה פון בית השואבה בכל מקום וואו דאס קען דערגרייכן, ביז וואנענט אז דאס דערגרייכט דעם גאנצן עבר, וואס דעמאלט ווערט רעה שמחה מימיו, דורך דערויף וואס ער זעט אז שמחת בית השואבה, כמדובר בהערוכה לפני זה, און ער קען דאך טענה'ן, אז וויבאלד ער דארף זיין פארנומען מיט פאנאנדערשפרייטן כל ענינים אלו ובכל מקום צו אנשים בנשים וטף, ווי יעדערער פון זיי נעמט איינטייל אין שמחת בית השואבה, מוז ער דאס טאן וואס פריער, ער האט קיין צייט ניט אויף אריינטראכטן זיך און אריינקוקן אין דעם, און טאן דאס מיט אן אופן מסודר, און צוזאמען דערמיט מיט אן אופן הכי שטורעמדיקן, זאגט מען, אז גלייך נאך אט דעם פזר באווארנט מען, אז ס'דארף זיין גלייך נאך דרוק נאכאמאל קשה אף על פי וואס דאס איז א זיכערע זאך, אז די ערשטע הקשבה האט ער שוין געהערט ווען ער איז געווען בן חמש עשרה לגמרא, און נאך מערער האט דאס גלייך געהערט ווען ער האט דאס געגעווען בן עשר למשנה, האט ער דאך געלערנט וועגן דינים שמיני עצרת און דינים פון שמחת בית השואבה שוין דעמאלט אנהויבנדיק פון בן עשר, און נאך מערער האט דאס נאך געהערט און איינגעהערט דאך זיכער אין דעם, כדרך פון א קינד, בשעת מ'זאגט אים א נייע זאך, א פריילעכע זאך און א געשמאקע זאך, און א סך הכל פון כמה וכמה טעג און געשמאקע ענינים, ווי דער ענין פון שמיני עצרת איז דאך א זיכערע זאך, אז ער האט שוין געהאט דעם ערשטן קשה א סאך מאל לפני זה, אף על פי ובמילא איז פארשטאנדיק פארוואס

11מ'מאנט ביי אים גלייך, ווי ער ווערט נאך שייך צו די ענינים איז ער שוין מסוגל ער זאל דאס מפזזר זיין בכל מקום שהוא, במילא דארף ער זיך דערצו צוגרייטן און ס'זאל זיין אין אן אופן מסודר אין דעם ערב פון דעם טאג, ועל דרך זה איז ער גלייך מוסיף נאכאמאל קשוב קומט צו נאך אין דעם קשוב קומט צו נאך אין דעם פזר קומט צו אויך נאך אין דער הכנה לזה, וואס דאס איז דער טאג פון הושענא רבה. אט דא איז מצד דעם ענין פון תמימה ווערט גלייך א שאלה, ווי פאסט אין א שנה תמימה, ובפרט נאך אין א זמן עיקר בשנה תמימה, ווי דער זמן פון הושענא רבה, אז דעמאלט זאל זיין דער שיעור אין תורה, וואס ווי דער רמב'ם אליין שרייבט, איז דאס ליישר הלבבות זאל זיין דער שיעור אין דעם ענין פון ענין המעקה, בשעת די גאנצע יאר איז מען מקדים, איז דאס א שנה תמימה, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז דארט איז ניט שייך קיין יפול הנופל ממנו אויב ס'איז ניטא די מציאות און די אפשריות פון יפול הנופל ממנו איז ניטא די גאנצע מצוה פון מאכן א מקה, ווי דער רמב אן איז מבאר גלייך אין דעם שיעור.

12אפילו לפי ההסברה, כמדובר כמה פעמים, ווי ער זאגט אין לקוטי תורה, על דרך ווי מ'האט געזע גערעדט בנוגע צו פזור קשה, אז בענין פון תמים איז דא לכתחילה דער ציווי פון תמים תהי'עם הוי'אלקיך, וואס דאס איז דאך פארבונדן צו דעם נתינת-כח און דעם ציווי צו דעם ערשטן אידן, אברהם אבינו, את הלכה לפניו והיו תמים. על דרך ווי אויך בא די אושפיזין, וואס זיי זיינען דאך דא בכל יום ויום, ובכל יום ויום, איז אף על פי וואס דער ערשטער אין דעם טאג איז א שינוי מיום ליום, איז אבער אלעמאל דא דער צווייטער, מוז זיין דער ערשטער, על אחת כמה וכמה אין דעם ערשטן טאג וואס דאס איז דער ערשטער, וואס דאס איז, ווי דערמאנט פריער, אין ביידע אופנים, אין די אושפיזין פון זהר, פון אברהם יצחק יעקב משה ואהרן און יוסף ודוד, און די חסיד'ישע אושפיזין פון בעל שם טוב און מגיד און דעם אלטן רבי'ן און מיטעלען רבי'ן און דער צמח צדק און רבי'ן מהרש און דעם רבי'ן נשמתו עדן, די חותם כולם וקולט כולם מסיג דורנו כי שמו, ווי ער זאגט אין זהר, וואס כנגד זה איז דער ענין פון שמיני עצרת, כבדובר בארוכה כמה פעמים, און דא הויבט מען אן לישר הלבבות אין וואס באווארנט ער די לבבות? באווארנט ער מיט די עשיית מכה. וואס אף על פי וואס, כאמור, זאגט ער דאס אין לקוטי תורה, אז לאחרי ווי ס'איז דא תמים כי יז מהוי'אלקיך מצד ציווי מלמעלה דארף מען אויך האבן למעשה ידיך תכסוק אז דאס זאל זיין א לידי עשי'מלך

13למטה, וואס עיקרה איז דאך עבודה למטה איז דאך דער ענין פון עבודת התשובה, ווארום עבודת הצדיקים איז ניט אויף אזויפיל נוגע די ירידה מאיגרא רמה לבירא עמיקתא עבודת התשובה איז דוקא נוגע וואס די ירידה איז אזא געוואלדיקע, במילא מוז זיין נאכמער געוואלדיקער די עליה, על אחת כמה וכמה בהנוגע צו די עבודה פון סוכות, וואס זי קומט לאחרי עבודת כל הימים, שבחודש תשרי והקדמה שבחודש אלול ולפני זה, במילא ווערט דאך אויך די שאלה וואס איז דא די הסברה, אז כדי ס'זאל זיין תמים דארף ער אויך האבן עבודת התשובה און דאס האט מען שוין געוואוסט, בשעת תמים תהי'עם הוי'אלקיך האט מען שוין געוואוסט, אז ס'וועט זיין רמ� עצוות-עשה, וואס איינע פון זיי איז מצות התשובה, אמת טאקע לפי דעת הלמב איז גאר משמע, אז דאס איז פארבונדן מיטן טיבור שבתשובה, משא נכן ווי ער זאגט אין תניא אז עיקר התשובה איז גאר בלב ביחד עם זה זאגט ער דאך אויך אין תניא, דערמאנענדיק אין אגרת התשובה, תשובה, דער לשון מצות התשובה, איז דאך פארשטאנדיק אז דאס איז אן ענין פון א מצוה, במילא בשעת ס'איז געווען דער תמם תהי פון רמך אברים בפשטות, וואס אין לקוטי תורה בינגט מען דאס צוזאמען, די רמך אברים שבגוף איז דאס די זעלבע זאך ווי רמך אברים ברוחניות, ווי זיי זיינען פארבונדן איינע מיט די צווייטע, אדער די צווייטע מיט די איינע, במילא, אז ער זוכט א רפואה איז חשב ראשו יעסוק בתורה, האט ער א חלק אין תורה וואס זי איז כנגד

14ראש שבאדם במילא איז אט דעמאלט ווערט ער יתרפא, ועל דרך זה בהנוגע לכל רמ'ח אברים וכמבוארי ספרים תקשיא בפשטות, אזוי זאגט די גמרא בפשטות, אז חשבראשי ועל דרך זה חש אין די אנדערע אבים וואס ער רעכנט אויס איז יעסוק בתורה ער האט דאס אויסגעפרואווט אליין כמה וכמה פעמים, אויסגעפרואווט דעם לערנען ניט איין מאל נאר כמה פעמים, אויסגעפרואווט דעם לערנען בחברותא, ובפרט בעשרה שבישראל, וואס דעמאלט איז דאך דער מעלה מיטן שטורעם פון עשרה שיושבי ועוסקים בתורה קען ער דאס ניט זאגן אז דאס איז פארבונדן אז ס'פעלט עפעס אין דעם לימוד התורה, וויבאלד אז ס'איז געווען עשרה שיושבי ועוסקים בתורה, וואס דאס איז תכלית השלימות פון כלל ישראל, כמדובר כמה פעמים, און מ'ענטפערט אויף דערויף בכמה ספרים בפשטות, אז תורה איז דאך אויך זאת התורה אדם איז דא אין תורה א חלק וואס איז מסוגל במיוחד אויף א רפואה צום ראש, על דרך זה איז דא אין תורה א חלק וואס ער איז מסוגל במיוחד און ער איז מרפא איינער פון די שאר אברים, און דעמאלט ווען ער האט די זכי און ער געפינט אויס, אדער בדרך ווי מ'הסטרעלט אים צו מלמעלה, אט דעם חלק אין תורה וואס דאס איז פארבונדן מיט דעם אבר זיינע, וואס דארף ווערן נאך שטארקער און נאכמער תמימות'דיק ווי ס'איז געווען לפני זה אט דעמאלט ווערט ער אויסגעהילט, ווארום תורה איז מדייק בזה, מביאה רפואה לעולם ניט דער ענין ווי דאס איז אין גן עדן אדער לנשמה, אדער ווי דער גוף געפינט זיך מיט דער נשמה ביינאכט, ביידע צוזאמ� ושואת חיים פון אוצר שלמעלה, פון משל הנשמה, נאר ווי דער גוף געפינט זיך בעולם כפשוטו, אן ענין של הלכה, במילא איז דאך דאס לכל לראש דער פירוש הפשוט בזה, און אויף דערויף זאגט מען, אז תורה איז מביאור תשובה לעולם. וואס על פי כל זה ווערט די שאלה, וואו איז דא דער ענין פון תמימות אפילו לאחרי ההמשך אז דאס איז תמימות

15צוזאמען מיט תשובה, כדי ס'זאל זיין תשובה דארף מען האבן אן ענין פון בגן, ווי ער רופט דאס אן אין ליקוטי תורה, על כל פנים בדקות, ובדקות דדקות, האט ער אויך די מעלה פון תשובה דער עילוי אין דער מעלה וואס תשובה טוט-אויף, דאס איז דאך אלץ א הסברה פארוואס ס'קען ביי אים זיין אזא ענין וואס בדקות על כל פנים, לאחרי ווי ער איז געווען תמים תמים הוי'אלקיך צוזאמען מיט עבודת התשובה, ס'בלייבט דאך אבער אלץ די שאלה וואו איז די תמימות? וויבאלד ער דארף אנקומען לאחרי וואס ער איז געווען א תמים, ואדרבא ער איז גאר געווען א כפול'דיקער תמים, און לאחרי כל זה דארף ער ערשט אנקומען נאכאמאל צו אן עבודה דורך וועלכע דאס ווערט אנגערופן ועשית מכה לגגיך און ערשט אט דעמאלט וועט ער מסיים זיין דעם מספר פון זיינע רמ'אברים, ווארום דאס איז דאך איינער פון די מצוות וואס כנגדם מיט די רמ'אברים שבאדם. ולא די וואס מ'זאגט אז מ'דארף בכלל האבן א תיקון איז מען נאך מפליא אין דעם תיקון, אז דא איז ניט מספיק א תיקון ווי ס'איז דא בכמה קנינים, במילא פארשטאנדיק בכמה מצוות, וואס בכמה מצוות ובכמה קנינים איז גענוג בשעת ס'איז דא עשרה טפחים, ניט נאר גענוג דאס מאכט פון א רשות היחיד, און פון א רשות הרבים מאכט דאס א רשות היחיד. דער גרעסטער שינוי וואס ס'קען זיין, וואס דאס איז דער שינוי פון עלמא דיפלודה, וואו ס'איז געווען די ירידה ביז צו רשות היחיד פון יחידו של עולם דארף מען האבן אז ס'זאל זיין א גדה פון עשרה טפחים, און אט דעמאלט ווערט דאס א רשות היחיד אין הלכות שבת און אין הלכות מחירה, וואס דאס איז פארבונדן מיט אגרי לוז, מיט הנהגת העולם אפילו פון ניט-תינא, ווי די תינא האט איינגעפירט, ווי דער רמב אים מדגיש כמה פעמים. און דא זאגט מען מיטאמאל, דער רמב איז גלייך מדגיש, אז אפילו ער האט געמאכט א מעיקה פון א גבוה עשרה טפחים, איז ער לגמרי ניט יוצא-געווען דערמיט,

16ווארום א מעכה דארף זיין אין אזא אופן אז ועל יפול הנופל ממנו. אויב די עשרה טפחים זיינען ניט מיט אזא שטארקייט, אז ווען דער וואס געפינט זיך על הגר וועט זיך אויף דערויף אנשפארן על דרך הרגיל טאקע, אבער אנשפארן זיך וועט די מעכה בלייבן גאנץ און מ'וועט ניט אראפפאלן, משא'כן בנוגע צו א רשות היחיד אין דעם גג גופא קען דאך דאס גג זיין אין אן אופן פון רשות הרבים איז ער דאס מבקיר לכל, בשעת ער מאכט דארטן אויף א מעיקה בת עשרה טפחים איז דעמאלט משמען מכמה פוסקים, אז אף על פי וואס מצות מעיקה האט ער ניט יוצא געווען, ווי דער רמב אים פסק'נט אפ בפירוש, משא'כן דער מצוה אז ס'איז געווארן א רשות היחיד, וויבאלד אז ס'האט א גדר גבוה עשרה טפחים דארף דאס ווערן א רשות היחיד. ס'איז דא בנוגע צו הלכות סוכות וואס מ'פסק'נט, אז וויבאלד בנוגע לסוכות איז דאס ניט קיין רשות היחיד איז דאס אויך פוגג מיט רשות היחיד לשבת, בנוגע אבער למעי-כא ולכבוה עשרה טפחים געפינט מען דאס ניט. און מחדש זיין דוקא אזא חידיש, איז ניט דער הכרח בזה און ניט איצטער די צייט בזה, בפרט נאך אז עולם דארף זיך פראווען שמחת בית השואבה, און פראווען ביתר שאת וביתר עוז, וויבאלד אז דאס איז כולל די מתלת וואס איז כולל אין זיך אלע זיבן טעג, ווי מ'גרייט דאך גלייך צו ביים זאגן הושענות, זאגן די הושענות פון אלע זיבן טעג, ועל דרך זה אויך אין דער לילה גופא איז דאך דא עבודת הכי גדולת, ווי אמירת פון כל משני תורה, און עמידות כל ספר תהלים, און נאך מערער זאגן דעם ספר תהלים כאילו אמרם דוד מלך ישראל זכותו יגין עלינו, וואס בשעת מ'דערמאנט אז דאס איז כאילו אמר דוד מלך ישראל און וואס מ'דערמאנט ניט דעם המשך שבדבר אט דעמאלט קען מען דאך טראכטן, אז מילא ער ווייס טאקע ערכו ווער ווייס צי ער וועט ס'קען פועל זיין בא דוד

17המלכים אזא מין זאך, און דא זאגט מען נאך מערער, אז ניט נאר ער וויל דאס, נאר וואס דען ער פארלאנגט דאס בא דוד המלך, און נאך מערער ער זאגט דאס בפשטות, אז ס'איז א זיכערע זאך, אז נאך דערויף ווי מ'פארלאנגט בא דוד המלך, און נאך דערויף וואס דוד המלך געדענקט פון פאראיארן, אז ס'איז געווען אזא מין אנשים אדער נשים אדער טף, וואס בשעת זיי האבן גע די הונדערט און פופציק קאפיטלעך תהלים איז גאר געווען באמצע, אז מ'איז גאר אנדרעמלט געווארן, געווען ביינאכט, און מ'איז אנדרעמלט געווארן. אמת טאקע אונס רחמנא פטרי,"' אבער כאילו דוד לא הבדינא קען ער דאך ניט זאגן, דוד המלך, אין פנים אריין, ער זאל וויסן זיין, אז זכותו יגין עלינו דערפאר וואס אט דער תהלים וואס ער האט געזאגט פאראיארן איז געווען כא אמרם דוד מלך ישראל בעצמו, במילא פארלאנגט ער פון אים, פונקט ווי דאס פארלאנגט פאראיארן, אז חוסו יגן עלינו בשעת ער אליין דערמאנט זיך, אדער דער צווייטער דערמאנט אים, אז אין מיטן זאגן תהלים, ניט קוקנדיק וואס ס'איז געווען ברוב עם מיטן גאנצן שטורעם איז ער אנטשלאפן געווארן, טאקע בדרך אונס, אבער כמאן דעביק לא אמרינן און דאס זאגט ער, כאילו אמרם ארום דמוד מלך ישראל בעצמו.

18און מ'זאגט, אז דער שיעור פון היינטיקן טאג, וואס דערמיט דארף ער לעבן אין הושענא רבה פון היינטיקן יאר, פון שנה תמימה מיט וואס הויבט זי זיך אן? אז ס'קען זיין יפה להמופל ממנו וואס דאס איז ווי דער רמב אים אליין איז מבהיל דאס איז א פגם הכי גדול, אז ער קען, רחמנא ליצלן, מכשיל זיין א אידן וואס שטייט שוין אויפן גד, ניט ער געפינט זיך אין רשות הרבים, ער שטייט אויפן גאג פון א רשות היחיד, קען ער אים, רחמנא ליצלן, מכשיל זיין על ידי נכסה, וואס דערפאר איז דאך דער חיוב עשיית המעקה עליו קען ער אים מכשיל-זיין, אזא מין אידן, עד כדי כך, אז יפי להנופל ממנו, ביז ווי דער רמב'ם איז דארט ממשיך, אז דאס איז נוגע לכל החיים כולם, ס'איז ניט סתם אן ענין של נזק אליין, נאר ווי דער פירוש הפשוט אין פסוק, בפרט נאך ווי דער רמב'ן איז דאס מדגיש, איז דאס נוגע צו כללות ענין החיים, וואס דאס איז לכאורה פונקט דער היפך פון תמימה תמימה איז כולל אין זיך כל עניני החיים, און יעדער ענין שבחיים, מיט די תמימות שבו, און דא זאגט מען, פארקערט, אז ס'קען זיין א מכשל באופן כך וכך, על דרך ווי מ'האט אין דערויף מסביר געווען טאקע בדרך אפשר אבער כל זמן מ'האט ניט קיין בעסערן ביאור, איז דאס מסתמא א ביאור תמים אדער א ביאור טובה כיצר בזה, איז דער ביאור בזה, אז מ'וויל געבן א אידן, אין זיין תמימות, א תמימות נוספת, לאחרי זה ווי ער האט שוין די תמימות, וואס ער האט שוין אויפגעבויט א גאנצן בית, וואס א בית האט דאך אין זיך, ווי דער רמב״ם איז גלייך, ברענגט אראפ כמה גדרים וענינים ווסחיות, וואס דער בית טוט-אויף צום אלעם ערשטן ד'אמות על ד'אמות, וואס דאס איז דאך כנגד ד'אמות פון שם הוי כמדובר כמה פעמים, אז א איד האט אין זיך א נפלא'דיקן תפקיד, אז בשעת ס'רעדט זיך ניט וועגן אדמה לעליון איז אט דעמאלט ער גייט ארום אין גאס און טרעפט דארטן, להבדיל, א ניט-אידן,

19איז אויב יענער איז א שיינער, האט ער אן ענין אויף זאגן מה נאה אדם זה וכיוצא בזה, אויב יענער איז נאך ניט קיין שיינער אויך, וכיוצא בזה, נאך למטה מזה גייט ער גלייך אוועק ווייטער, אדער ער איז זיך מתחילה משתדל ער זאל זיך מיט אים ניט טרעפן, קומט צוגיין דערנאך דער זואב, ביז וואנענט אז דאס ווערט אראפגעבראכט אין צבעת הריבונות רבש בתחילתה און אראפגעבראכט אין שולחן ערוך פון בית יוסף גלייך בתחילתו, על אחת כמה וכמה אין חסידות און אין קבלה, אז ס'דארף זיין שויתי הוי'לנגדי תמים. און דאס ווערט אן עיקר און א התחלה, כאמור, עבודה תמא, ווי דאס ווערט אנגערופן אין צבאות הרבש על דרך זה אין די אלע ספרים אין די אלע אושפיזין, ווי דערמאנט בארוכה כמה פעמים לפני זה, איז בשעת ער גייט אין גאס און דערזעט דארט, כאמור, ניט א אידן וואס ער איז ניט קיין נאה, קען ער ניט מאכן אויף אים די ברכה, על דרך זה געפינט ער אין אים ניט קיינע מעלות, אפילו אט די מעלה וואס מ'זאגט לך לבורש העשני איז אויב דאס איז נאך אזא מין ניט-איד וואס ער איז ניט מקיים שבע מצוות בני-נח, ס'זאל זיין מצד אונס איז דאך מאן דוד לא אמרינן, על אחת כמה וכמה אויב דאס איז אזא ווי וואס ער איז גאר ניט נאר ער העלפט ניט ארויס אין אידישקייט, נאר ס'איז גאר דער היפך, זאגט תורה, ביז וואנענט אז ס'קומט אראפ אין אחרונים, אז דאס געטראפן א מענטשן, דארף זיך ניט נאכפרעגן וואס ער איז, פון וואנענט ער איז וכיוצא בזה, נאר צום אלעם ערשטן דארף זיין שויתי הוי'לנגדי תמיד. במילא, אז דו דערזעסט בא דעם מענטשן שני עיניים, און דערזעסט בא דעם מענטשן שני אזניים, און דערזעסט א חוטם ופה דארפסט דאך גלייך זיין שויתי הוי'לנגדי תמיד. וואס דארף דאס דיר דערמאנען? דארף דאס דיר דערמאנען אז הוי'לנגדי תמיד. ווער האט אים דערמאנט? דאס אים דערמאנט א ניט-איד, ובפרט נאך

20ווי כמוזכר א ניט-איד וואס האט גארט געטאן אז ס'זאל ניט מסייע זיין, אדער נאך נידעריקער, בנוגע צו אידישקייט. וואס דאס איז כמדובר שוין כמה פעמים על דרך זה, אבער ס'איז דאך א זאך, וויבאלד אז מ'זאגט אז דאס איז תמיד, איז דאך פארשטאנדיק, אז וויפל מאל מ'רעדט ניט וועגן דעם, וויבאלד אז דאס איז א ציווי שויתי הוי'לנגדי תמיד, צוזאמען מיטן ציווי אז ועתה הוי'אלקיך בשמחה ובטוב לבב איז דאך אויך אט דער שויתי הוי'לנגדי תמיד מוז זיין דוקא מתוך שמחה וטוב לבב, עאכו כמה וכמה אז דאס טרעפט נאך אין זמן שמחתנו, עאכו כמה וכמה אז דאס טרעפט נאך אין זמן שמחתנו, אין א טאג אין א מעת-לעת דעמאלט, אין א זמן דעמאלט, וואס איז כולל אלע שבעה זמן שמחתנו פון אלע שבעה ימים, און ס'ווערט אויך א הכנה צום שמיני עצרת, צו דעם בית שלאחרי זה, וואס אויף דעם בית זאגט מען אים גלייך אן דארף ער בויען א מקר, און מ'איז אים גלייך מסביר, אז דאס איז גאר א הוספה אין די תמימות מ'וויל אים געבן ער זאל האבן אזא מין בית וואס דאס זאל זיין אויף אזויפיל הויך, און זאל האבן מיט זיך ד'תנאים פון ד'אמות, אלע תנאים וואס זיי באווייזן, זיי זיינען פארבונדן מיט ענין פון מעלת הבית, נוסף על תיקון הבית, ביז וואנענט אז ער האט ניט נאר א בית ער האט אויך א גג. ס'איז ניטא קיין חיוב אין תורה, אז בשעת מ'בויט א בית מוז מען האבן ד'כסלים, אז ניט האט דאס ניט קידור הבית, אבער ניט קיין הכרח, אז ער מוז האבן א גג בזה, ער קען האבן א גג ומשופע, וואס א גג ומשופע איז ווי דער רמב אז אליין איז ממשיך אין די הלכות, דארף מען ניט האבן קיין מקריב, בפרט נאך אז ס'איז גאר ניט שייך מאכן דארט א מקר. וויבאלד אז

21איז א גג משופר, וכמדובר כמה פעמים. זאגט מען אים, אז אין די שלימות וואס מ'גיט אים א בית, גיט מען אים א בית ער זאל האבן מיט אלע פרטים שבדבר, מיט די גאנצע תמימה שבדבר, אז ניט נאר ער האט ד'כסלים, און ניט נאר ער האט אן ענין פון א גג הראוי לאשתמש בו, נאר דער גג איז ראוי לאשתמש בו ניט נאר פאר אים, אויב ס'איז ניט קענען אויספירן ואהבת לרעך כמוך איז דאס פאר א אידן קיין סחורה ניט, אז ווי הויבט אן יום שלו, עבודה שלו, מיט ואהבת לרעך כמוך במילא, אז ער באקומט פון דעם אויבערשטן גיט ער גלייך א טראכט, ווי ער האט געזאגט אין תחילת היום, הרוני מקבל עלי אז מצות עשה דארף ער טאן אין דעם, במילא ער האט באקומען א נייע נכסים, ווער רעדט נאך הנכסים בתכלית השלימות, כמדובר, אז דאס איז א בית מיט כסלו, מיט א גג הראוי לשימוש, און א גג הראוי אז דאס זאל ווערן א רשות בפני עצמו, און א גג הראוי אז דארטן זאלן קומען צוגיין מענטשן, על אחת כמה וכמה אידן, און זאלן דארטן זיך משתמיט זיין בזה, לרעך לרעך פונקט ווי דאס איז כמוך.

22דערנאך גיט מען אים נאך אן עילוי נוסף, אז אפילו דעם ענין וואס ווערט אויפגעטאן דורך תשובה, וואס דאס איז תשובה עילאה למעלה מתשובה עילאה, אז יפל הנופל ממנו וואס ווי די גמרא טייטשט אפ אין דעם, אז ראוי הי'ליטל זה בלאו עכוי דערפאר ווערט ער שוין אנגערופן נופל, נאר וואס דען, ער איז בורם במילא דארף ער דאס באווארעווענען, זאגט מען, אז אפילו דער יפול הנופל ממנה באווארנט ער, דערציילט מען אים גלייך, אז ס'איז דא נאך כמה וכמה יכולת, און מ'דערציילט דאס אים בקשר מיט זיין גג און מיט זיין בית, אז אף על פי וואס אין זיין גג ובית איז שייך דער קיום המצוה אין אן אופן פון קומת עשה פון די גדרים שבזה, וואס דאס איז עשיית מכה של עשרה טפחים, לערנט ער אויך, צוזאמען מיט דער מקה און צוזאמען מיט דעם גג, ווי איז דער דין אויב די מכה איז נידעריקער פון עשרה טפחים, אדער זי איז ניט קיין חזקה ביותר, אדער דער גג איז ניט ראוי לשימוש אין דערויף לערנט ער אויך די דינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט מצות מכה, וואס דעמאלט האט ער אט די תמימות, וואס ס'האט ניט די תמימות אין עשיית מצוות עשה, עשית מצוות-עשה קען ער האבן די גאנצע תמימות וואס ס'ליגט אין דעם קום עשה. בשעת מ'לערנט דאס דעם ענין אין תורה, און אין תורה לערנט ער צוזאמען מיט די פרטים, אויך די פרטים וואס זיי זיינען פארבונדן ניט מיט קום עשה נאר מיט קום לא תעשה אדער פטור גאר מלכתחילה פון דער מעיקר וכיצו בזה, האט ער דעמאלט ביידע אלע הלכות אין דער זעלבן שיעור, און דאס ווערט אלץ דער שיעור פון הושענא רבה, על דרך ווי געזאגט פריער, אז הושענא רבה האט דעם שיעור פון הושענות וואס איז פארבונדן במיוחד מיט יום זה, אלס א יום בפני עצמו, און האט אין זיך אמירת ההושענות ווי דאס איז פארבונדן מיט דעם טאג אלס א סך הכל, און כולל אין זיך די אלע שבעה ימים, כולל אויך דעם יום הושענא רבה

23אלס א יום בפני עצמו, וכמדובר בארוכה על דרך זה אין די ימים שלפני זה. וואס דאס איז אויך וואס דער שיעור טוט-אויף און גיט א אידן א תמימות למעלה מכל התמימות'ן, אז נוסף אויף די תמימות וואס ס'קומט ארויס על ידי מצות עשה במעשה, נוסף אויף די תמימות וואס ס'קומט ארויס על ידי לימוד ההלכות פון מצות עשה, האט ער אויך די הלכות אין דער מצוה, וואס זיי זיינען באופן אז דעמאלט דארף ער ניט מאכן קיין מעיקה, אדער דעמאלט דארף ער מאכן די מעיקה באופן אחר, אדער דעמאלט דארף ער טאן כמה וכמה שינויים, אדער ער דארף טאן באופן פון שבע אל תעשה ווערט דאס ביי אים אלץ אן ענין של עשי,' ווארום דער חילוק פון מצות-עשה און מצות לא-תעשה איז דאס במשך קיום המצוה, בשעת ער לערנט תורה, איז דער זעלבער לימוד מיטן זעלבן ארוכה בכל רמ'ח מצוות עשה איז דאס דא, סיי בשעת ער לערנט וועגן מצות עשה, סיי ווען ער לערנט וועגן א מצוה פון לא-תעשה, על אחת כמה וכמה אז ער לערנט ביידע זאכן צוזאמען, איז דאס גופא מדגיש אז דאס קומט פון א תמימין שלמעלה משניהם, וואס דערפאר קען דאס מאחד זיין און געבן מצד דעם זעלבן טעם געבן אן ענין און א הלכה באופן של קום עשה און מצד דעם זעלבן טעם זאל אויך ארויס א הלכה אין אן אופן פון עיכוב ולא תעשה, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך בכללות דער ביאור בדרך אפשר, וואס ס'טוט-אויף אט דער שיעור לאחרי התמימות שלפני זה, אז דאס איז נאך מוסיף א תמימות אויף דעם תמים תהי און אויך דעם תמים וואס איז געווארן על ידי התשובה, און אויך אין דעם תמים וואס איז געווארן לאחרי כל הששה ימים שלפני זה, און אויך פון דער תמימות וואס וואס ווערט לאחרי יום השביעי, ווי ער איז א יום בפני עצמו, האט ער אויך אז דערנאך קומט-צו, ווי געזאגט כמה פעמים, אויך נעכטן, אז דאס איז ניט א זאך וואס דאס באווייזט אז ס'האט עפעס געפעלט אין די תמימות, נאר דעם פון וועמען

24מ'מאנט אז ער זאל זיין א תמים איז אויסגעוואקסן, במילא אז ביי אים איז צוגעקומען דארף ער האבן נאך אן ענין אין תמימות, וואס דאס זאל אויך אראפברענגען און דוקנעמען די צוגעקומענע זאך זיינע אין אן אופן פון תמימות. און די צוגעקומענע זאך זיינע איז דאך אויך ניט אין אן אופן אז דאס ווערט א צוגעקומענע זאך, נאר דאס ווערט נתאחד ווי אין אן ענין של תמימה, אז ס'קומט-צו נאך עפעס א דבר תמים, על דרך ווי ס'קומט-צו אין א שנה תמימה קומט-צו א גאנצער חודש. איז דאך אט דעמאלט ווערט דאך יעדער טאג פון דעם גאנצן יאר א טאג פון א שנה תמימה. דערנאך, אז ס'קומט-צו דער דרייצנטער חודש, איז ניט ער קומט-צו און ער בלייבט א חודש בפני עצמו, נאר וואס דען? ער טוט אויף אין דער שנה אט דער חודש ווערט א חלק פון דעם יאר פונקט ווי די אלע איבעריקע צוועלף חדשים. וואס דערפאר, איז בשעת דער אויבערשטער בענטשט אין ווען ער בענטשט חודש תשרי, כתורת הבעל שם טוב איבערגעגעבן דורכן מגיד'ן און דעם אלטן רבי'ן און נשיא דורנו ביז צו אונז, אז דער אויבערשטער בענטשט חודש תשרי, און ואתם נצבים היום כולכם און דאס ווערט דערנאך נמשך אין אלע צוועלף חדשים, בשנת העיבור אדער אין אלע עלף חדשים אין א שנה פשוטה, ווערט דאס נמשך בבת אחת, בברכתו של הקב,"ה. איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז מיטן שטורעם וואס מ'האט בנוגע צו כל החדשים, און א שנה פשוטה, אדער אין שנה מעוברת כל החדשים, האט ער דאס אין דעם חודש, ואדרבא, אין דער שנה קומט-צו אז ער האט צוועלף מאל דעם שטורעם פון ברכתו של הקב",ה וברכת ראש-חודש. אין א שנה פשוטה האט ער דאס מערניט ווי עלף מאל, משא'כן די שנה מעוברת האט ער דאס צוועלף מאל, כמדובר לעיל כמה פעמים, ועל דרך זה אויך בכל יום ויום, על אחת כמה וכמה אין יום פון הושענא רבה, כמוזכר לעיל,

25ובנוגע אויך צו די תמימות שבזה, וואס דאס איז אויך יש לקשר במיוחד מיט די אושפיזין פון יום הושענא רבה, וואס ס'איז דער זעלבער אושפיזין מידי שנה בשנה, משא נכן דער ענין דער שיעור אין חומש, כמדובר כמה פעמים, וואס די אושפיזין זיינען דוד המלך און דער רבי נשמתו עדן, וכמדובר בארוכה כמה פעמים, האבן זיי אין זיך די נקודה משותפת וואס שטייט בגלוי, על ידי השיחה פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, וואו ער רופט-אן זיינע תלמידים און די ישיבה וואס ער האט מייסד געווען עד סוף כל הדורות, להאיר את חשכו הגלות בכלל, ביז להאיר אשר חשכו עקבות משיחך, כמדובר כמה פעמים, ווערט דאס אויך בהדגשה אין אן אופן פון איבור והוספה בנוגע אין דער שנה וואס זי ווערט אנגערופן שנה תמימים על שם זה דערפאר וואס זי איז א שנה מעוברת. ווי וואס דאס דארף זיך אויסדרוקן איז דאך פארשטאנדיק בדרך ממילא, אז כל הענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט ישיבות בכלל, וואס תומכי תמימים האט דאך אויף דעם תפקיד נרות להאיר אברכה וואס זיינען שייך צו תורה בכלל, על אחת כמה וכמה אברכים וואס לערנען שונה ישיבות, על אחת כמה וכמה ישיבות שלימות, ועל דרך זה אויך אין מלחמת דוד, וואס זי איז דאך פארבונדן מיט אכילה של כל אדם, אויך אכילה פסוקה, איז מען זיך דערנאך מסיים, מגדיל ישועת מלכא

26עושה חסד למשיחו, לדוד וזרע עד עולם איז מען דא מזכין דוד'ן אלס משיח, און דאס איז מען מזכין ווען א פשוט'ער איד, אנשים, נשים וטף, עסט, ואכלת וסלטה דארף דאס זיין וברכת און מ'גיט אים כח אויף דעם, און ער איז מברך בכח ומקור כל הברכות איז ער גלייך מברך, אז דאס איז ווי דוד מלכא משיחא כמדובר לעיל. וואס דאס איז אויך דער קשר צווישן די ביידע ענינים, לימוד התורה איז דאך פארבונדן מיט קבלת עור מלכי שמים, אף על פי וואס יחכ מתכם ובינתכם דארף דאך דאס זיין ברכה בתורה תחילה וואס דערויף דער ברכה באווארנט ער, ווי דער ר'ן זאגט אין עדרים, אז ס'זאל ניט קענען דערפון ארויס אן ענין בלתי רצוי, על ידי וואס ער איז מקדים בהודעאה, און דאס נעמט אים אינגאנצן דורך, אז דאס איז נתן לנו את תורתו איז דאס פארשטאנדיק וואס פאר א ביטול ס'פועל'ט ביי אים, וביחד עם זה וואס פאר א תוקף דאס פועל'ט ביי אים, ביז בדוגמא פון דעם תוקף פון מלכות בית דוד, וואס בא זיי איז אויך געווען די ביידע הפכים, אז ס'איז געווען דער ביטול בתכלית און דערמיט איז פארבונדן, וואס דאס איז דער תוקף בתכלית, וואס דאס איז דאך דער תוקף דוקא פון מלכות בית דוד, אף על פי וואס מלכות על פי הלכה איז דאך אויך שייך בא כל שבטי ישראל, כמבואר אין רמב",ם אין הלכות מלכים, אבער א מלכות וואס האט אין זיך גלייך מתחילתו אז דאס איז א מלכות נצחית, במילא איז בתחילתו הוא ארוך און גלייך בתחילתו ווערט דאס א פעולה נצחית, איז דאס דוקא מלכות בית דוד, ולזרעו אחריו, וכמדובר לעיל ווי מ'זאגט גאר אין א פשוט'ן ענין פון ברכת המזון, לדוד ולזרעו און ונאמר אמן. וואס דאס איז מאשר אז דער ענין קומט ארויס בפועל.

27וואס דאס איז אויך בנוגע לעניננו, וואס יש להאריך בנוגע לעניננו די נקודה, אז די שמחת בית השואבה, אף על פי וואס ער דארף דערביי אויך געדענקען, אז מ'האט אים געגעבן דעם כח, און ער וועט דאס זיכער אויפטאן בזה, אז ער וועט זאגן דוד מלכות משיחה מזמורץ, כאילו אמרם דוד מלך ישראל בעצמו און נאכמערער ער וועט דאס זאגן אין אזא אופן, אז ס'איז א זיכערע זאך, ווי ער איז גלייך ממשיך, אז זכותו יגן עלינו אויף די אלע וואס זאגן מיט אים, על אחת כמה וכמה אויב זיי זאגן ניט נאכמער חיות דורך אים, איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז זכות הרבים תלו בו, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך, כמדובר, און שוין אויך אפגעדרוקט, די נקודה משותפת אין די ביידע ענינים, וואס דאס איז דער ענין פון קבלת מלכות, כתר מלכות, וואס דאס איז עיון, כתר עליון וואס דאס איז אויך בכלל דער חילוק ווי דאס איז אין דעם אושפיז פון דוד, ביז דער חילוק ווי דאס איז אין אושפיז וואס האט זיך דערנאך נאכאמאל מכריז געווען וועגן דעם ענין פון חילה בית דוד, און האט זיך גלייך אויך מכריז געווען וואס זיי וועלן טאן און אז זיי וועלן מצליח זיין, אז ס'איז א זיכערע זאך, אז חופה עקבות משיחך איז א זיכערע זאך ואמרו עמן וימות איז א זיכערע זאך, אז זיי וועלן דאס דורכפירן, נאר מ'וויל מזכה-זיין אויך די דורות שלאחרי זה, און די וואס זיי וויסן דאך מזה, און צוגעבן נאך א זכות כדי אויף נאכמערער צוהיילן די ביאת דוד מלכא משיחא, וואס דעמאלט, ווי ער זאגט אין זהר, ווערט תחיית המות

28פון די צדיקים לכל לראש, און אחת כמה וכמה פון אזוינע צדיקים וואס ס'גייען ארום לעבעדיקערהייט נשמות בגופים פון זייערע תלמידים וואס האבן געלערנט בא זיי אין ישיבה, אדער געהערט חסידות פון זיי אליין עצמם, און זיי טענה'ן, ווי דער רמב זאגט אין זיינע שיעורים, אז תלמיד שגלה מגילין רבה עמו שרייט דער תלמיד, ער געפינט זיך אין גלות, וואס טוט דער רבו במקום אחר? אמת טאקע ער געפינט זיך אין א געשמאקן אור, און האט דארט אלע אושפיזין ווי זיי שטייען אין אן אופן של נשמות ס'איז דאך אבער א דין פסוק אפגעפאסק'נט א דין אין שולחן-ערוך, אראפגעבראכט פון רמב",ם מיט אלע פרטים שבדבר, ווי ער שטייט אין רמב",ם. וואס די נקודה פון דעם דין איז, אז וויבאלד דער תלמ שגלה און ס'שטייט גאר קיין חילוק ניט פארוואס גלה וויבאלד אז דער פלמי געווינט זיך אין גלות איז אט דעמאלט נעמט מען דעם רבו. און ווי דער רמב איז דערנאך גלייך ממשיך, אז חכמים איז זייער חיים איז בשעת זיי האבן די חכמתו ביחד עמו, במילא קען ער דעמאלט רעדן בחכמה, במילא דארף ער האבן די ישיבה, דארף ער האבן דעם ראש-ישיבה שלו, רבות שלו, על אחת כמה וכמה אז דער רבי דארף האבן דעם ראש-הישיבה שלו, על אחת כמה וכמה אז א חלק נשמות בגופים זיינען שוין דא, מאכט ער א געוואלד, א יתכן, כלו כל הקותים בלאו הכי על אחת כמה וכמה איז דאס זמן שמחתנו, על אחת כמה וכמה איז דאס א טאג וואס איז כולל אין זיך שבעה ימים של זמן שמחתנו, וואס יעדערער פון זיי באזונדער איז א שטורעמדיקער שמחת בית השואבה, און יעדערער בא זיי א באזונדערער נוסף ההושענה, און יעדערער בא זיי א באזונדערער און כללות כל הענינים אלו, כמדובר כמה פעמים, און מ'גייט זאגן משנה תורה, וואס דארט איז מען מסיים לעיני כל ישראל, ואין מקרא יוצא מידי פשוטו, און התורה היא נצחית

29שרייט ער אז ער איז איינער פון כל ישראל! און אזוי טייטשט אפ רש'י, אז דאס איז כולל אין זיך, אין אט די ברכות און די ענינים, סיי בשלבתו, און דער עיקר גאר בחורבנה. בשלבתו איז געווען כמות אין זמן, און כמות אין אנשים א גרויסער, ס'קומט אבער ניט צו אט דער כמות וואס הראה בחורבנה, בפרט נאך ווי רש'איז מסעיר עד שיחי'המתים איז דאס א כמות הכי רבה, וואס על פי דין, אף על פי וואס קבוע אינו בטל, איז דאך דאס אין אן אופן וואס נתערבו איצטער ווייס מען ניט ווער צו וועלכן שבט ס'געהערט, און מאן דפריש, מרובע פריש וכו'וכו מיט די אלע פלפולים אין נגלה וואס מ'קען זאגן אויף דערויף, וכל הרוצה ויחכר מ'זאל אים זיין צו געזונט, וועט ער דאס פארן אין אן אופן ס'זאל ער אים ניט מבלבל זיין צו שמחת בית השואבה, ואדרבא ער זאל טראכטן, אז שמחת בית השואבה איז אויף אזויפיל גרויס והראי אז אפילו אט דעם פלפול לייגט ער אפ אויף א ביסעלע שפעטער, ניט חס ושלום אן ענין אין תורה וועט ער זיך אין דערויף ניט אריינווארפן זיך, אבער איצטער איז דאס דער זמן גרמא, ועוסק בצרכי ציבור באמונה, כמדובר לעיל, ווי דער אלטער רבי פסק'נט אפ, איז דאס נוחרי אפילו תורה, על אחת כמה וכמה וואס שמחת בית השואבה איז פארבונדן מיט תורה, מ'זאגט ושאבתם מים בששון אין מים אלא תורה, כמדובר לעיל באליכות גדולה. וואס כאן איז אויך, וויבאלד אז מ'נעמט זיך דאך די ריידן פון שמחת בית השואבה אויף וועלכע מ'זאגט ושאבתם מים בששון דערמאנען נאכאמאל די שאלה וואס מ'האט געפרעגט אין די שנים שלפני זה א דבר הכי תמוה בשעת מ'מאכט א זכר אדער א שמחה אויף די ענין שיהי ברענגט מען עפעס פון דעם ענין, און מ'נוצט דאס בשעת מעשה בשעת מ'מאכט די שמחה אדער דעם ענין, על דרך ווי מ'מאכט שבע ברכות, א זכר צו דער חופה בשעה פעם הראשונה, איז אט דעמאלט דא כמה ברכות

30וכמה ענינים וכמה ענינים של שמחה מען פון דעם עיקר ווי ס'איז געווען בשעת החופה. בשעת מ'זאגט שמחת בית השואבה, טייטשט מען ניט אויס, אז דאס איז שואבה זאגט אויף דערוף דער פסוק וואס איז משואב ושאבתם מים בששון ניט געזען אין קיין איין און איינציקן מאל מ'זאל מאכן די שמחת בית השואבה און דערביי זאל מען נוצן וואסער, ואדרבא, אויב אומעצער וועט האבן דער הזל, און בא שמחת בית השואבה וועט ערבעטן א גלאז וואסער וועט מען אים ארויסשטעלן פון דער אנדער זייט, ווען ער וועט אפקומען בשלום. אייב ער וועט באקומען דעם עונש כדבעי איז צום אלעם ערשטן וועט מען אויסציען אויפן צוותל, און דערנאך וועט מען אים אריינציילן, היתכן, אז ער בעט וואסער, ועל שבתו מים בששון דארף זיין אזעלכע וואס איז פארבונדן מיט סתום, וואס דאס איז ניט די וואסער בפועלכע ער וועט טרינקען, און טאמער גיט מען אים א די וואסער הויבט ער אן ארומקוקן צי די גלעזל צו גרויס איז פאר אים, במילא וועט ער יוצא-זיין און טרינקען א האלבע גלעזל אדער א דריטע גלעזל, אדער איבערגעבן דאס א צווייטן וכיוצא בזה מיט די אלע ענינים וואס מ'קען אין דערויף טאן, און וואס מ'טור כדי אויף זיך משתמצ-זיין און צו ווערן שיקר אין שמחת בית השואבה, בפרט נאך אז ער הויבט אן און טענה'ט אויס, אז בשעת די גמרא רעכנט שמחת בית השואבה שטייט דאך ניט, אז מ'איז געווארן שיקר. ואדרבא, שטייט אז מ'האט געווארפן ד'אבוקות אדער שמונה אבוקות של אור, מ'זאל קענען ווארפן אכט פאקל'ן, אדער פיר על כל פנים, און ס'זאל אלץ דורכגיין ענינים של תכלה, ווי דער רמב אמ באווארנט אין דעם שיעור, מוז ער זיין אינגאנצן וואכעדיק. ואדרבא ס'איז ניט ווייניקער זאל זיין וואכעדיק סתם ער דארף זיין אין תוקף פון זיין שכל, כדי ער זאל קענען זורק-זיין די ד'אבוקות, און יעדערע זאל אנקומען למקומה, און ניט מבלבל זיין די צווייטע, און יעדערער פון זיי זאל מאיר זיין, ביז דאס איז מאיר עד ימינו אלו,

31מ'חזר'ט איבער נאכאמאל מה שעשו ראשונו, און מ'זאגט דערביי ונשלמה פרים שפתנו ווי אפגעטייטשט אין לקוטי תורה, אז דוקא דורך שפתנו קען ווערן ונשלמה אריינברענגען די שלימות נאך מערער ווי ס'איז געווען על ידי הפרים, כמדובר כמה פעמים במשך חודש זה, און ויהי רצון, כמדובר, אז צום אלעם ערשטן וועט מען זיך טאקע דערמאנען אן די צוויי אושפיזין וואס זיי קומען אלס ערשטע, וואס זיי זיינען דאך פנימיות און נגלה פון דעם זעלבן ענין, כמדובר לעיל דוד המלך און דער רבי'ן נשמתו עדן, ובפרט נאך אז אויך דער שמה מורה עליהם דוד איז פון לשון דוד, וואס דאס באווייזט אויף דעם ענין פון דער אהבה צווישן אידן און דעם אויבערשטן, וואס דאס איז געווען ענינו של דוד, וואס ענינו איז דאך געווען מחבר תורה בקוב הו, וואס דורך דערויף ווערט דאך על אחת כמה וכמה דער חיבור פון אידן אין קוב ה, ובלשון הידוע ישראל אורייתא וקוב ה כולא חד, וואס דאס איז אויך ענינו און עבודת דוד, כמדובר, ווי אראפגעבראכט אויך פון הספר, און אין דעם ברענגט מען אראפ דעם שם הספר, אז אויך דא כמה ענינים וואס ס'שטייטן בגוטי תורה, און מ'זאגט אמרו רז'ל, ובגוטי תורה איז ניט א ספר פון מראה מקומות דאס האט זיך גאר מוסיף געווען, אזוי איז גאר געווען ווייניק מראה מקומות, דערנאך האט מוסיף געווען דער צמח צדק, און דערנאך איז אויך דא דער מראה מקום כדעיתא בספר מקור הברכה, וואס דאס איז ניט קלאר צי דאס איז א הוספה פון דעם צמח צדק, אז מוסיף אויף פון דעם סופר, אדער דאס האט שוין גלייך דער אלטער רבי אליין געשריבן, אבער ס'איז גענוג אז דער האט דעם ענין פון צמח צדק האט מען שוין אויך דעם גאנצן שטורעם פון דעם מרהי מקום אז דער מרהי מקום איז גלייך מדגיש על אתר ווען ס'רעדט זיך ווי חיבור ספר תורה מיט קובה איז דאס אן ענין וואס דאס ווערט א מקור הברכה וההמשכה, אז

32דורך דערויף ווערט דערנאך נמשך, אין יעדער לימוד התורה וואס א איד לערנט האט מען אים געגעבן דעם כח, על ידי דעם חיבור, וואס דוד המלך האט געמאכט, אז אין דערויף זאל ער ממשיך זיין עצמות ומהות, ובפרט נאך גאר אז לכאורה איז דאס גאר א דבר פשוט, ווארום ער מאכט דאך א ברכת התורה, וואס דארטן זאגט ער בפשטות נתן לנו את חורתו וכל הנותן בין יפה נותן. ויש להאריך בכל זה, וואס אף על פי כן איז דאס אינו תימא. און דער עיקר איז, מ'דארף דאך האבן יעדער ענין און אלע ענינים, ביי עתה הוי'אלקיך בשמחה ובטוב לבב און מ'האלט דאך אין איין וואקסן, כמדובר לעיל, און מ'האלט אין איין וואקסן מוז אויך צוקומען אין דעם ענין התמימות, כמוזכר לעיל, און צוקומען אין אזא מין אופן אז דאס ווערט א טייל, און ניט נאר סתם א טייל, ס'ווערט א טייל ממש, ביז וואנענט אז אין להפתין אין תמימות, וויבאלד אז דאס איז א דבר תמים צי דאס איז צוגעקומען בהשענא רבה, צי ער האט דאס שוין געהאט א טאג פאר דעם וכיוצא בזה, לאחרי ווי דאס איז צוגעקומען ווערט דאס א תמימות בתכלית התמימות, וואס אט דעמאלט ווערט דאס א שמחה אחת גדולה, במילא איז אויך פורץ גדר פון דעם גלות האחרון, און ברענגט אויך גלייך אראפ בגלות, ולמטה נאך במשך פון דער שמחת בית השואבה, אז מ'זאל דאס ממשיך זיין, על אחת כמה וכמה מסיים-זיין, צוזאמען מיט משיח צדקנו, און ווי גערעדט כמה פעמים, אז ס'איז דאך דא אזוינע וואס טענה'ן און שרייען, אז מ'רעדט ווילדערע רייד איז נאך אלע זאכן בשעת א איד רעדט רייד וואס אין וועלט ווייזט זיך אויס אז דאס איז ווילד אט דאס איז די זאך פון א אידן, די גאנצע זאך פון א אידן אין וועלט איז דאס א ווילדע זאך. וועלט מיט א אידן האט קיין שייכות ניט, און א איד מיט וועלט האט קיין שייכות ניט. א איד האט א שייכות מיט קובה בריכה, האט א שייכות מיט אורייתא, מערניט, און תמימות איז דאך ביידע ענינים, ס'דארף ניט זיין קיין דבר נוסף אויך, מיט אמאל ווארפט מען

33אריין אין וועלט, און אין וועלט גופא, עולם הזה התחתון שאין תחתון למטה הימנו. זאגט מען, אז דאס איז א זאך וואס מ'גיט אים צו אין די תמימות, ווי דערמאנט פריער, אנטקעגן א מעיקה, אז אף על פי וואס ער האט אין שלימות פון הושענא רבה, האט ער דעמאלט איז מען אים מודיעה, אז מ'גיט אים צו נאך א תמימות און נאך א שלימות, און דאס איז אט די תמימות וואס ער האט א בית שלם פון ד'אמות על ד'אמות, און דאס איז נאך ניט זיין תמימות ער דערהערט וועגן דעם דין פון ד'אמות על ד'אמות איז ער געוואקסן ברוחניות, און דערנאך מאנט דער אויבערשטער און גיט כח אויף דעם מ'זאל דאס דורכפירן אז מ'זאל וואקסן אויך בגשמיות, וואס דאס איז דאך דער שטורעם וואס מ'מאכט לאחרונה, אז מ'מוז בויען, און בויען אין א גרויסן פארנעם, אנהויבנדיק טאקע פון בויען בנינים של תורה עבודה וגמילות חסדים, דערנאך זאל מען זיך אבער אויך מוסיף זיין אדער משלים זיין אדער מתחיל זיין אין די אלע ענינים פרטיים, וואס אויף זיי האט מען דעם חיוב בזמננו זה פון ועשו דמקדש ושכנתי בתוכם אין זייער בית פרטי, און דער שיעור רמב ם זאגט אים גלייך אן, אז אף על פי וואס דער קלוגנדער קען דיר מסביר זיין אז ס'איז גענוג אז דו וועסט מאכן ד'אמות על ד'אמות, און ס'מאכט גאר ניט אויס אז ס'וועט זיין ווייניקער, דו וועסטו ניט מאכן קיין עכו ג! זאגט אים תורה, ניין! ס'דארף זיין פנימה, דארף זיין אין דיינע רמ חוברים אן אבר שלו ותמים כנגד הבית, במילא דארף דערביי זיין א בית תמים, און א בית תמים אין דיין פארנאם איז ד'אמות על ד'אמות איז דאס ניט קיין דיין פארנעם, ס'איז ניט דיין רבית, דו קענסט דארט ניט נתגלה ווערן מיט דיין גאנצן שטורעם, מיט דיין גאנצן עצם ווערט דארט איז מערניט ווי ד'אמות על ד'אמות. פונקט אזוי ווי ווי דער רמב'ם איז גלייך ממשיך, אז אויב ס'איז דא די גדרים ידויים קען זיין דער בית אפילו מאה עמה וכו וואס דארט איז דער מאה, כמיינט, אלס א ענין מספר

34וואס איז כולל כל המספרים כולם, בדוגמא ימי'ברכות זיינען כולל אין זיך כל הברכות, כמדובר לעיל. און וואס דען? דערביי באווארנט מען אים, אז דו דארפסט וויסן זיין, אז צום אלעם ערשטן דארפסטו זען, אז בא דיר זאלן זיין אידן יהי'בני ישראל אדער בני ביתך בני ביתך און זיי זאלן זיין אין אזא מעמד ומצב, אז זיי זאלן מאכן דער בית מלא תורה און בית מלא תפילה און בית מלא מילות חסדים, אפילו ווען מצות התפילה און התורה דארף דאך זיין הוי גולל אין קום תורה און תפילה דארף זיין אין הבית תפילה דוקא תפילה בציבור, איז דאך דאס ניט שולל, חס ושלום, ואדרבא דאס פארשטארפט נאך מערער, אז אויך בביתו הפרטי, אפילו אין וואס פאר א בית ס'זאל ניט זיין, האט ער אויך אן ענין של תפילה ושל תורה ושל צדקה, על אחת כמה וכמה אויף צדקה פושקע, כמדובר בארוכה, ביז אין אן אופן אז דאס ווערט א חילוק פון דעם בנין. אט דער בנין דארף אבער נאכמערער אויפשטורעמען, אז מ'זאל בויען בנינים הכי גדולים טאקע אין אן אופן מסודר, און אין אן אופן אז זיי זאלן זיין ניט א בנין סתם, נאר בנין וואס ער זאל האבן אין זיך א תכלית אין דעם אופן פון לשבת יצרה במילא איז פארשטאנדיק, אז בשעת מ'רעדט וועגן א הויכקייט פון א בנין דארף דאס זיין אין אן אופן ער זאל דאס קענען נוצן אלס בנין, און אויב דאס איז ווי דער רמב'ם רעדט דא דירה של אדם דארף ער גלייך נעמען אין חשבון, אז בשעת ס'קומט שבת, איז דא מצד עונג שבת מעג ער גיין אויף דרגות אויף טרעפלעך ביז א מספר מסויים וואס ער וועט אים ניט פארמאטערן, און העכער דערפון דארף ער אהינצו ניט גיין שבת, דערפאר וואס דאס איז ניט קיין ענין פון עונג שבת וכיוצא בזה, במילא איז גלייך בשעת מ'בויט א בנין, ווי ער זאגט נאך בפרט אין די דרושים פון ראש-השנה, שטעלט מען דאך אויס א נקודה כללית וואס באצפעקט ער מיט אט דעם בנין.

35במילא, אז בשעת ער האט ניט אט די נקודה כללית הויבט ער אן בלאנדזשען און טראכטן וועגן ענינים וואס האבן אדער קיין שייכות ניט צו פועל, אדער וואס זיי זיינען בסתירה צו פועל, אדער וואס זיי ווערן גלייך אן ענין של בלבול, אדער א בנין וואס ער איז ניט ענינה איז אויף מאכן געלט ניט דאס איז דער תכלית פון א אידן.

36חסיד איז אויף מאכן אידישקייט, וואס זי איז דורכגענומען געווארן מיט חסידות. במילא, אז ער בויט-אויף אן ארט, על אחת כמה וכמה בביתו, ווען אהינצו קען ער ניט ארויפגיין שבת'ן יום-טוב, וואס דאס איז עיקר הענין פון לימוד התורה און שמחת מצוה און שמחת תורה וכו על דרך זה אויך שמחת תורה, קען ער אהינצו ניט ארויפגיין האט ער גלייך מ'האט געמאכט זיין תוכנות אין אזא אופן, אז זי האט קיין שייכות ניט צו חסידישקייט. אלא חסידישקייט דארף דאך האבן אן ארט וואו מ'האלט ענינים וואס מ'קען זיי בלאו הכי ניט נוצן שבת אדער יום-טוב, על דרך זה האלט מען אויך מוסדות וואס מ'קען זיי בלאו הכי ניט נוצן שבת ויום-טוב, איז וואס הארט דאס אז זיי וועלן זיין אין אן ארט וואו ער קען ניט ארויפגיין בשבת ויום טוב, וויבאלד אז ס'קען א יצה סיי-ווי סיי ניט ארויפגיין איז דא רעדט זיך, א תכלית פון א אידן איז, כאמור, בויען א מקום דירה צו אידישקייט, אף על פי וואס מ'דארף אויך האבן כמה ענינים תפלים, און צווישן זיי אזעלכע זאכן וואס מ'קען זיי גאר ניט אנרירן שבת ויום טוב, על אחת כמה וכמה ניט ארויפגיין א יצה וכו'וכו אבער ניט דאס איז די נקודה דער תכלית וואס מ'שטורעמט אז מ'זאל בויען, דער תקודה ותכלית אז מ'זאל בויען זאל מען בויען חסידישקייט, במילא דארף מען בויען בתים, און מ'וועט לערנען חסידות כל זמן די בתים זיינען קיימים, על אחת כמה וכמה בשבת ויום טוב, זאל מען לערנען חסידות, אדער תורה בכלל, ניט נאר על ידי אנשים, אדער אפילו אנשים ונשים, נאר לערנען תורה אפילו א'טף, ביז קטני קטנים אלעווי, יעדערער לפי ענינו, און דאס וואס מ'דארף האבן בענינים תפלים, אלס משרסים, ווען ער רעדט זיך ניט וועגן בויען משרסים איצטער איז די צייט אויף בויען עיקריים, און מ'האט געגעבן דעם זמן אז מ'זאל בויען ענינים פנימיים, כמדובר לעיל, ביז אין אן אופן פון תמים מיט אלע שלימות'ן, אז דער ענין איז מערניט

37וי א דבר טפל, צו א צווייטע זאך, און נאך מערער אז בשבת און יום-טוב ווערט דאס אפגעשלאסן, און נאך מערער אז דארט קען מען ניט דורכפירן וכלת ושבתו ורכת את הוי'אלקיך אין אן ענין וואס אן ענין מקום טפל, איז דארט קען מען ניט ווי דרך העולם, ווי דער אויבערשטער, האט איינגעפירט, קען מען דארט ניט דורכפירן א דבר עיקרי פון הפצת היהדות, פצת פון אלקות בכלל, טאקע אברהם בשם כל עולם, אל תקרי ויקרא אלא ויקרי, וואס דאס איז דאך געווען אין דער גאנצער וועלט און אין יעדער חלק פון וועלט, אבער אט דארט וואס מ'וועט מאכן, נוסף אלקי הארץ ואלקי השמים זאל דורכפירן דאך די תכלית פון דעת אלקי אביך און אין אן אופן ועבדוה בלבב שלום דארף מען האבן א בנין וואס דארטן פירט מען דורך דעת אלקי אביך דורך לערנען תורה, וואס דעמאלט ווערט פנימיות התורה, בפרעל ידעתיו, ווערט אויך הויתיו, ווערט דעמאלט דער ועבדוה בלבב שלום, על אחת כמה וכמה די עבודה על ידי לימוד און די עבודה על ידי אכילה און שתיה בתכלית השלימות וכו'וכו וואס דערפאר בשעת מ'מאכט א תוכנות אויף בויען איז דאס א דבר הכי נחוץ, און א דבר וואס ס'איז זיכער מצליח זיין ביתר שאת וביתר עוז, אבער ווי בא יעדער בנין, כאמור לעיל, ולכל לראש שטעלט ער זיך אליין אויס די תכנית לויט וועלכן ער גייט בויען, און די תכנית איז ניט אויף אזויפיל נוגע בהנוגע צו פרטי פרטים הכי טפלים, ס'איז אבער נוגע צו דעם גאנצן כללות הבנין, און ווי ער וועט אויסזען, בחוץונות אפילו, איז שוין נוגע די אלע פרטים, וואס דערפאר איז בשעת מ'טראכט וועגן א בנין, איז טראכטן וועגן אן ארט וואו מ'קען ניט ארויפגיין שבת איז דאס לגמרי ניט די כוונה, ניט וועגן דערויף רעדט זיך. ס'איז דא א זמן ווען מ'דארף דערצו אנקומען, וועט מען דעמאלט טראכטן וועגן וועגן, אדער ס'איז שוין אנגעקומען איצטער טרא�

38וועגן בויען בנינים, און ס'דארף בויען בנינים, און אויך די גאנצע רחוב וואס ארום דעם בנין, און די גאנצע שכונה וואס ארום דעם בנין, אין אזא אופן, אז דאס זאל זיין לעבעדיק מיט לעבעדיקע אידן און מיט לעבעדיקע אידישע קינדער, במילא דארף דארטן זיין אן ארט וואס זיי לעבן דארטן און זיי עסן דארטן און טרינקען דארטן, און ניט ווי ס'זיין אזעלכע וואס זיי איינגעפאלן א סברא אז וואס דארף מען האבן אז דאס זאל זיין א שכונה אדער א רחוב אדער בטים וואו ס'לעבן דארטן לעבעדיקע אידן דאס וועט זיין מערניט ווי אן ארט וואס לעבעדיקע אידן וועלן דארט מערניט ווי דאוונען אדער לערנען אדער חזר'ן חסידות. דאס איז אלץ זייער ריכטיק און ס'איז אלץ זייער גרויסע זאכן, ס'איז אבער ניט וועגן אט דעם ענין רעדט זיך! ס'רעדט זיך איצטער וועגן מא� אן א לעבעדיקע אין אן אופן פון תמימה, אין אלע פרטים, במילא מוז זיין אין דער שכונה דירות וואו מ'וועט עסן און טרינקען, אונזער אידישע קינדער וועלן זיך שפילן סיי אין גאס און סיי אין דער דירה, און שפילן זיך אין אן אופן אז ס'איז מחנך זיין, אז אין דעם שפיל גופא וועט ניט זיין אריינגעמישט קיין חיות בלתי טהורות, כמדובר כמה פעמים, אז יעדער ענין דארף דערמאנען א ידיש-קינא אויף אידישקייט, על אחת כמה וכמה אז מ'דארף שולל-זיין ענינים וואס זיי זיינען היפך הטהרה אדער היפך הקדושה וכיוצא בזה, און מ'קען דאס אויספירן אויף בנקול, אז מ'וועט אויסשטעלן די נקודות אין אן אופן ברור, אז אף על פי וואס בהנוגע צו אט דעם ארט וואו דער רבי נשיא דורנו איז געווען עשר חיים חיותו בעלמא דין, איז דער ענין פון אכילה און שתי אין די בנינים, איז דאס מערניט פארבונדן מיט אן אכילה שלו, וואס זי איז פארבונדן מיט אן אכילה פון זיינע חסידים, וואס זיי עסן באופן כך, אז וויסנדיק אז זיי עסן צוזאמען ניט נאר די חג הסוכות מיט די אושפיזין, נאר במשך כל השנה כולה, אז מ'מאכט דארט א התוועדות און דארט איז דא אכילה און שתי'אט דער מיטה גיוור

39ג'ברכות אדער מיין ג'ברכות, אדער אפילו א סניא וואס מערניט ווי א ברכה אחרונה-האט ער דארטן די אכילה און שתי'בפשטות, במילא דארף דארטן זיין, כאמור, דיורים, ובתי דיורים, און בתי דיורים, וואס דארט וועלן זיין לשבת אדם יצרה אז זיי זאלן דארט בפשטות לעבן, און אויך על דרך זה אויך אין דעם בנין פון נשיא דור, נשיא דורנו איז מזמן לזמן איז דאך אויך דארטן דא אזוינע ענינים, ביז וואנענט אז ס'קומען צוגיין ברוב עם הדרת מלך, נשיא דורנו, דער רבי דער שווער, און מ'עסט דארט אלע צוזאמען אן אכילה גשמית, אף על פי וואס פון די גשמיות מאכט מען גלייך רוחניות, כמדובר כמה פעמים בארוכה נוסף על זה איז פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז דאס איז א שכונה אדער א גאס וואו ס'לעבן איתן, און לעבעדיקע אידן, וואס זיינען לעבעדיק מיט זייער לעבעדיקייט, ביז אין אן אופן וואס החי יתן אלא לבו, במילא און ס'מוז דאך דארטן זיין אידישע קינדער, ס'מוז דארטן זיין אויך שלאפ-צימער און קינדער-צימער, וכמדובר כמה פעמים, ס'מוז אבער אויך זיין א בית-המדרש און א בית-הכנסת, ס'מוז אבער אויך זיין א בית-המדרש און א בית הכנסת, און א בית מגדנים בית צדקה, כמדובר כמה פעמים, במילא דארף דארטן אויך זיין אזעלכע מוסדות, אדער ווי א ישיבה אדער א בית תפילה א בית הכנסת, אדער ווי א בית צדקה המוסר וואס איז דאך פארנומען מיט ענינים של צדקה, אבער אט די אלע ענינים איז מה טוב ומה נעים, אז ס'וועט זיין גוט, אז

40אויך אט די בנינים, וועט מען אויך ניט מאכן פון זיי אן ארט וואס שבת און יום-טוב קען ער אהינצו ניט גיין, ס'איז גלאט רחמנות אויף א בנין וואס א איד קען דארטן זיין שבת און יום-טוב אויך בויט מען אים אין אזא תוכנית, אין אזא אופן, אז מ'קען אהינצו ניט זיין, ניט שבת ניט יום-טוב, במילא ניט קדושת שבת על אתר און קדושת יום-טוב על אתר. ויש להאריך בכל זה, די גאנצע זאך וואס מ'רעדט וועגן דערויף איז אויך די בלבל הענינים קומען צוגיין געמאכט א שטורעם, מ'דארף בויען, האט מען ניט געמאכט פריער א נקודה וואס וויל מען בויען, נאר יעדערע איז געקומען, וויבאלד אז מ'מאכט א שטורעם מ'זאל בויען גרויס, במילא האט ער א סברא וואס א צווייטער זאגט אז ס'איז גרויס, וועט ער מאכן נאך גרעסער, טענה'ט מען מיט אים דעם רבית'ס בית-כנסת, דארפסט ניט מאכן גרעסער, ס'איז גענוג ווי ער איז גרויס, און וויפל דו וועסט אים ניט מאכן גרעסער וועט ער בלייבן ניט גרעסער ווי ס'איז ביז איצטער, און די גרויסקייט זיינען ביז איצטער איז דאס ניט דער הוספה. ועדה רבה, הלואי זאל די הוספה ניט משנה זיין אין אזא אופן, אז דאס זאל גאר אנרירן די גרויסקייט פון דעם בית-הכנסת אדער פון דעם בית המדרש, אין וועלכע ס'האט געלערנט און געדאווענט עשר שנים חיים חייתו בעלמא דין, נשמה בגוף, כמדובר בארוכה כמה פעמים.

41בשעת מ'שטעלט אבער אוועק די נקודה האמורה, אז צום אלעם ערשטן דארף דאס זיין א לעבעדיקער גאס, במילא דורך וואס ווערט א גאס לעבעדיק באמת? דורך לעבעדיקע אידן און דורך לעבעדיקע אידישע קינדער, וואס נער ישראל ואוהו אט דאס איז די אמת'ע לעבעדיקייט וואס עס קומט אריין אין א גאס, דורך דערויף וואס דארט גרייען זיך ארום און דערנאך שפילן זיך דארטן דערנאך לערנען דארטן אידישע קליינע קינדער הטף, און זיי ווערן אט דער טף וואס זיי וועלן טברא את הארץ והם הכירוהו תחילה און זיי וועלן גיין בראש, און נאך זיי וועלן גיין די אלע כאמורין לעיל, אויך אויך די נשמות בגופים אלע, כולל אויך די נשמות וואס זיי ווערן גלייך בגופים, כאמור לעיל, אז מ'הויבט אן דעם געשריי, אז וויבאלד אז תלמיד שגלה מוז דער אויבערשטער נאך גלייך מקיים-זיין מגלין רבו עמו, במילא מוז זיין גלייך דער תחיית המתים פון דעם רבו, ביז אין אן אופן, אז דאס גופא אין אן אופן פון אין דרכי שלום, און אין אן אופן פון שלימות, און אין אן אופן פון תמימות, ווי דערמאנט פריער, און בפרט נאך, אז די אלע בתים וועלן זיין אין אן אופן, אז זיי וועלן האבן זיך אט די אלע מעלות האמורות, וועלן האבן אין זיך די גאנצע לכל לראש דער ענין פון התרחבות עד מאה עמה, און דערנאך וועלן זיי האבן אין דערויף גלייך בא זיך דעם ענין, אז יעדער איד קען אהינצו אריינגיין, ניט נאר בבית פנימה ער קען אריינגיין בכל הבית פנימה, און קען אויך ארויפגיין אויפן גד אויף דערויף דארף מען האבן א באזונדערע שות פון בעל הבית, און אויף דערויף דארף מע האבן א באזונדער שייכות וקשר ושימוש, וואס צוליב דערויף איז ניט מספיק וואס מ'האט אים אריינגעלאזן אין הויז, נאר מ'לאזט אים ארויף אויך אויפן גאר, און דארטן אויפן גאר זאגט מען אים, אז ער קען זיך דארטן פירן מיט דער גאנצער פרייקייט, וואס במילא דארף מען באווארענען כאיפל הנופל, ווארום קען אהינצו אריינגיין אן אנדערער וואס ער איז אן הנופל, און ער וועט

42זיין דער גורם, און אפילו קיין גראם דארף ער אויך ניט ווערן. און נאך מערער, ער דאך דארטן לערנען תורה, און ס'איז דאך דארטן טאן תשובה, ניט נאר בבית נאר אויך על הגד דארף ער דאך טאן די תשובה אין אזא אופן, אז ער האט די תמימות בכל הענינים, ווי דערמאנט פריער, וואס דאס ווערט במיוחד ניכר אין די תמימות אין לימוד התורה, וואס דארט איז וואס פארא ענין מ'לערנט ניט, איז דא� א ענין של תמימות, תורה דארף אבער אויך האבן הקדמת ברכת בתורה תחלה, הקדמת ענין התשובה, ביז אז די תשובה זאל איבערמאכן די כל הענינים ביז אין א מציאות חדשה. וואס דערפאר איז אויך די אלע פרטים האמורים המדוברים לעיל בהנוגע אויך צו דער שכונה, אז וויבאלד אז מ'דארף פון איר מאכן א מציאות של תורה ושל תשובה, דארף די אלע ענינים וואס געפינען זיך אין איר, האבן אין זיך א שלימות, נוסף אויף די בתי דירה פאר אנשים נשים וטף, וואס יעדערער פון זיי איז אדמה לעליון, בני אברהם יצחק ויעקב, ובני שרה רבקה רחל ולאה, צוזאמען מיט א מקום תפילה, און צוזאמען מיט א מקום בית הכנסת, און ניט משנה זיין, ווארום דאס ווי יעדער ענין וואס ס'איז א קיים, אן ענין של קדושה, פסק'נט אפ תורה אז ער שטייט ניט אויף אן ארט, וויבאלד אז דאס איז קדושה איז דאס א מהלת, במילא איז מזמן לזמן, ביז מרגע לרגע, ווערט אין דערויף ניתוסף, ס'קומט-צו און ס'ווערט אלץ העכער און ברייטער און לענגער, און מ'דארף זיך ניט אריינמישן, אז ער וועט צומאכן אדער צושטיקעווען אדער משנה-זיין זיין ליינקייט און בריינקייט אין אט דעם בנין און אט דעם ענין דארף ער זיך פארלאזן, אויף וויפל מ'קען דאס בראכן העכער און ברייטער און ליינגער וועט דאס מאכן דער בעל הבנין, דער רבי נשיא דורנו. איי וואס ער זעט דאס ניט אין עיני בשר איז שלו איז דאך ידוע דער משל פון די חכמים וואס פארן אין אן עגלה, און רעדן אין דברי חכמה,

43דערביי איז דא אט דער וואס טרייבט-אן מיט די פערד, און דא די פערד פון היושן בעגלה פנימה, וואס אלע פארן זיי לכאורה אין דעם זעלבן ארט, און אלע האבן זיי א תכלית וואס זי האט אן ארט אין תורה, אפילו אז דער עגלון טראכט וועגן אז די פערד זאלן קומען צו דעם האבער, אדער די פערד אליין טראכט מען וועגן דערויף איז דאס אן ענין פארבונדן מיט צער בעלי חיים, עאכו כמה וכמה דא איז ניט נאר אן ענין פון שלילת הצער, מ'דארף האבן אז דער פערד זאל אים דערנאך פירן אין א צווייטע נשיאה, און אין א דריטער נשיאה, ולכל מקום שלבו איז חפץ, ובפרט נאך אז ער האט אויסגעפירט, ווי דער פתגם הידוע בזה, ווי חסידים ברענגען, נשיא דורנו האט דאס אויך מעתיק געווען, אז ס'איז דא צוויי גירסא'ס אין דערויף. איין גירסא איז אויף שמאסן די פער ער זאלן ווערן אויס פער, און דערנאך איז דא א צווייטע גירסא, אז די פערד זאלן וויסן אז זיי זיינען פערד, דעמאלט איז דאך א דבר ברור, אז זיי וועלן וויסן אז זיינען פערד וועלן זיי גלייך מתפלל זיין, יעדער נברא האט דאס פון זיין שיר, וועט זיך גלייך מתפלל זיין אין זיין שירה ותפילה, אז ער וויל ווערן אויס פערד, ביז אין אן אופן אז ער זאל ווערן די שלימות וואס קומט צו די וואס ס עין, אדער ביז ווי ס'קומט פון דעם וואס זיצט אין דער עגלה. און נאך מערער, וויבאלד אז ער איז געווען דער מסייע און ער האט געבראכט דעם חכם למחות חפצא איז דאך א זיכערע זאך, אז ער דארף האבן א חלק אין דעם שכר. ס'איז אויך א זיכערע זאך, אז וויבאלד אז ער האט גורם-געווען דער חכמה הכי גדולה וואס איז צוגעקומען בא די יושבים בעגלה, על ידי השקלא-וטריא ביניהם-דארף ער האבן מעין זה, און ס'איז ניט מספיק מעין זה אדער כאין זה, וויבאלד אז ער איז געווען דער גורם-דארף ער האבן נאך א חכמה וואס זי איז נאך גרעסער פון אט דער חכמה צו וועלכע זיי זיינען צוגעקומען אט די וואס בעזרתו זיינען זיי צוגעקומען למקום פלוני. וכמדובר כמה פעמים, טעלה חכם ויחכם עוד דער נמשל

44פון די אלע ענינים, די עבודתו של כל אחד ואחת, ביז אויך פון טף, איז הכי פשוט והכי גלוי והכי ברור. במילא דארף מען ניט אנקומען צו א משל ונמשל, ער קען דאס גלייך אליין ארויסנעמען דערפון וואס ער אדער זי אדער דער קינד דארף טאן בפשטות. ברוגע לעניננו וואס מ'דארף איצטער טאן בפשטות, כמדובר לעיל, איז פראווען שמחת בית השואבה, וויסנדיק אז דאס איז כולל די אלע זיבן שמחת בית השואבה. דער שמחת בית השואבה פון היינט איז דאס אן ענין בפני עצמו, על דרך זה אלע זעקס שמחת בית השואבה שלפני זה, און דערנאך כולל זיינען זיי אלע צוזאמען ווי זיי ווערן אן ענין כללי, האבן זיי דאך אויך, נוסף אויף דעם עור פרטי און פעולה פרטית, אויך ווי דאס איז מצד דעם כלל שבדבר, דערנאך איז דא ווי ס'קומט מצד דעם מקיף וואס איז דעם גאנצן כלל פון די אלע זיבן צוזאמען על דרך ווי שמיני עצרת, וואס דאס איז שמיני מלשון שמן און די אסנס וכו'וכו וואס הושענא רבה איז דאך א הכנה לזה, דארף מען דאך אין דערויף אויך טאנצן און זאגן תהלים און זאגן משנה תורה, בדוגמא ווי מ'זאגט דערנאך אין שמחת-תורה, און מ'לייענט בתורה וכיוצא בזה, עאכו כמה אז מ'דארף ניט יוצא-זיין מכזה, נאר טאן דאס אליין אלס אן אייגענע זאך, מיטן אייגענעם שטורעם, און אין אן אופן פון כל עצמותו כאמרנה, וואס דעמאלט האט מען גלייך דער שמחת בית השואבה פון לילה זו איז אויף א ווילדן אופן, אבי די זאך טוט זיך אפ איז וואס הארט דאס אויף א ווילדע זאך? אבי די זאך טוט זיך אפ בפועל, און תוכף ומיד קומט דוד המלך, און ס'קומט דער רבי נשמתו עדן, און ס'קומען אלע פערצן אושפיזין, און ס'קומען והקיצו ורננו שוכני עפר מגלה רבה ימי ווערט דאס גלייך רבה ימי אבער ניט אין אן אופן פון גלות, נאר דוקא אין אן אופן פון גאולה האמיתית והשלימה ובפשטות,

45ותיכף ומיד ממש, במטה מעשרה טפחים, ומתוך שמחה וטוב לבב, וזמן שמחתנו על עולם.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions