Paragraph
Paragraph rh-ypq0mtyj
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-eq34v7qk
- order
- S
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אומר זה, אז ס'קומט משיחך א בשר ודם, ווי ער פסק'נט אפ אין רמב,"ם, און קומט צוגיין און נעמט ארויס יעדערן פון אונז, מיר און דעם צווייטן און דעם דריטן און אלעמען צוזאמען, ויוליכנו יעדערן פון אונז און אלעמען צוזאמען, קוממיות לארצנו, אין אן אופן פון קהל גדול ישובו הנה. וואס דאס איז דאך א הכרח, כאמור, אז מ'זאל דאס מכריז זיין און מאנען דאס, כמדובר כמה פעמים, ובפרט אין די טעג פון חודש ניסן, וואס ס'ווערט דאך אנגערופן מצד דערויף וואס ס'איז חודש הגאולה, כשבחר ביעקב ובניו, נתן להם כבו להם, חודש של גאולה, ובניסן נגאלו ובניסן עתידין להגאל איז דאך פארשטאנדיק, אז מצד ענין הזריזות איז ניט שייך צו אפצולייגן אין ניסן אחוץ דעם ענין הכי הכרחי שבו, וואס דאס מוז מען איבערקומען איז גלייך ווערט דערנאך דער ענין הזריזות, אז גלייך ווי מ'איז שוין דורכגעגאנגען ראש-חודש ניסן, און במילא גייט מען שוין אריין אין טעג וואס זיי זיינען פארבונדן מיט מעשה בפועל, משא'כן ראש-חודש ווערט אנגערופן ניט קיין יום המעשה, וואס דאס איז דאך דער אנהויבס פון ב'ניסן, און דעמאלט האט מען אין דער הנהגה טבעית דער ענין פון צוויי נ ניט נאר אין הנהגה ניסית, נאר ניסי ניסים נעשו לו אין די הנהגה טבעית, ביז וואנענט אז ס'ווערט אינגאנצן בטל דער ענין הטבע, און אויך ראו כל עמי הארץ, ווי אזוי ס'ווערט נתגלה בא יעדער אידן דער ניצוץ פון משיח'ן, וואס ס'איז דא בא יעדער אידן די יחידה שבנפש, וואס דאס איז דאך דער משיח שבכל אחד ואחד, וואס דערפאר איז דאך, כמדובר כמה פעמים שטייט אויף יעדער אידן דרך כחב מיעקב וביחד עם זה פסק'נט אפ דער רמב בם אין הלכות מלכים און אין הלכות משיח ומלחמותי און אין הוספה פון הלכות מלכים, אז דארט דער פסוק רעדט דער וועגן משיח'ן, און דאס איז ניט קיין סתירה, נאר אדרבא איין זאך איז מסייעו די צווייטע, ווי געזאגט, אז אין מלך בלא עם דער דרך כחב ווי דאס שטייט בא דעם עם
- proofread
- 0