עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

12 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1במשך וואס מ'האלט אין איין רעדן, און אויך אין אן אופן פון טומלען און מארייש זיין וועגן דעם ענין פון והחי יתן אלא לבו וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז ס'קומט-צו נאך א יאר די איזה ענין שיהי,' ווי גערעדט פריער בנוגע צו א יום הולדת וכיוצא בזה, על דרך זה אויך פארשטאנדיק א יאר וואס ס'קומט-צו אין ימי החתונה, זימטן, אז מ'האט חתונה געהאט, איז דאך דערנאך אויך דא די פעולה נמשכת מיטן גאנצע שקלא וטריא בזה, צי דאס איז א פעולה נמשכת צי ס'ווערט א פעולה מתחדשת בכל פעם ופעם, צי בכל רגע ורגע צי בכל שנה וראשנה, איז דאך על אחת כמה וכמה אז דעמאלט קומט נאך אויך צו אין יתן אל לבו וויבאלד אז דאס איז דאך ביידע זאכן ס'איז אן ענין פארבונדן מיט חיים, און אין חיים גופא איז פארבונדן מיט א הוספה אין דעם ענין פון חיים. וואס אף על פי וואס ס'איז דאך כל ישראל בחזקת כשרות הם, על אחת כמה וכמה ווען ס'רעדט זיך וועגן נשיאי ישראל, וואס בית מיתן איז דאך דאס א טאג פון בא השמש ויצא השמש, כמדובר, אז עד שלא שקה שמשו של זה, הושען זרחה שמשו פון דעם הבא אחריו. וואס אזוי האט מען דאך אויך געזען די הנהגה בפועל, ווי ס'איז דא אויף דערויף כמה וכמה ענינים של מעשה רב, בהנוגע צו די נשיאים וואס בית ניסנה איז פארבונדן מיט ביידע פון זיי, תר יום הסתלקות מיט די ענינים פארבונדן מיט הסתלקות, און דעם יום העלי'נען נשיאות, וואס ס'איז דאך אין דערויף ניט געווען שייך קיינע ענינים, וויבאלד אז ס'איז דאך גערעדט וועגן א בן יחיד, איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז דאס איז דער זעלבער טאג וואס ס'איז כולל אין זיך דעם שטורעם פון דעם ענין פון ששים שנה פון די נשיאות לפני זה,

2און דערנאך אויך די נשיאות פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער. וואס דאס גופא, פונקט אז על דרך ווי מ'זאגט אין מלך בלא עם איז דאך באווייזט דאך דאס צוזאמען וואס זיי ווערן אנגערופן בשם עם וואס דאס אונטערשטרייכט דעם ריחוק צווישן עם מיטן מלך, ביז וואנענט אז איז מתך אליו דער גאנצער ענין פון א מלך איז דאס איז פארבונדן גאר מיט יראה, ניט אין ענין און קירוב. ביחד עם זה פאסט אויף הלכה, אז א נשיא און א מלך איז דאס לאו כל ישראל, וואס דער ענין פון לב איז נאך ניטא קיין גרעסערער קירוב צווישן אברי הגוף מיט עפעס א צווייטן ענין אין גוף ווי דער קירוב איז מיטן לב, אפילו מערער וויפל ס'איז מיטן מוח, על אחת כמה וכמה פון כבוד, וואס דאס איז דאך דער שלף שליטין שבגוף אויף, וואס דאס איז דאך מוח פון לב און כבוד ראשי תיבות מלך, כמבואר בספרים, איז אבער דער קירוב, בשעת ס'רעדט זיך דער מוח מיט די אברים איז דאך טאקע א שליט, דאס איז אבער אין אן אופן פון שליטה ופקודה וציוו וכו על דרך זה דער ענין הכבוד, וואס דאס איז דאך כולי דם וואס דאס איז דאך פארבונדן אויך מיט הדם הוא הנפש אף על פי כן, איז דער דן ווי ער שטייט אין כבוד שטייט אין אים ניט דער ענין פון די תנועה און פון חיות אין אן ענין אין אן אופן של חיות, נאר אדרבא גאר אין בו תנועה און אין בו אלע ענינים וואס זיי שטורעמען אויף דעם ענין פון חיים. משא'כן דער ענין פון לב, ווי כמדובר אויך מובן בפשטות איז, און ווי ער איז פארשטאנדיק אויך פון אגרת הקודש, קרוב לסיום, ומא וחותמו, ווי די פני המחבר האבן דאס מסדר געווען, ובפרט אויך דער צמח צדק איז דאך דאך אויך מברר דארטן, אז דער לב איז ענינו, אז ער שיקט בכל רגע ורגע האלט ער אין איין דופק זיין רצו ושוב, און דופק דעם דם הוא הנפש בכל אברי הגוף, און די שלימות החיות און שלימות הלב, על אחת כמה וכמה שלימות

3פון כל אברי הגוף איז באשטייט אין דעם, אז זיי זיינען אלע חוזר למקום פון וואנענט מ'האט זיי ארויסגעשיקט מיט א דפיקה, מיט א רצוא ושואב, וואס דאס איז דער ענין הלב, כמוזכר לעיל, וואס דער גרעסטער סימן פון חיות איז אז דאס איז א תנועה תמידית, וואס א תנועה תמידית, איז צווישן אלע אברי הגוף זעט מען א תנועה תמידית דוקא אין דעם ענין הלב, ועד כדי כך איז דאס אן עיקר, אז אין דערויף איז תלוי די מציאות פון א חיים פון כל הגוף כולו, כל אברי הגוף, כולל אויך דעם מוח און דעם כבוד, כמובן לגן פשוט. וואס דאס איז נאכמערער מוסיף אין דעם ענין וואס ס'רעדט זיך פון א חי יתונה לבו בשנה זו, און אין דעם ענין, וואס בשעת מ'גיט א קוק אויף בית סיון, איז דעת אפילו לפשוט שבפשוטים, אבער צום ענין המנין איז דאך דאס ער אויך שייך, צו אפילו א ילד קטן איז אויך שייך די שאלה איז נאך ביז וואנענט ער קען ציילן, אבער דער ענין המנין איז שוין בא זיי שייך. דער מנין בשנים פון שנת תרפה, וואס דעמאלט איז געווען די הסתלקות פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, איז איצטער געווארן חיים שנה שנה אכט און זעכציק יאר, און אויך אין א חילוק ווי ס'רעדט זיך אין דעם ווארט חיים ווי דער טאטע איז מאריך בכמה מקומות בנוגע צו חי,' און דערפון אויך פארשטאנדיק בנוגע צו חיים איז דא דער ענין פון צוויי אידן און דער ענין פון דעם מ'חס, וואס אזוי איז דאך אויך המתבונן אין די דברי הימים, ווי ס'זיינען דורכגעגאנגען די חיים שנה פון שנת תרפה, זעט מען אויך דעם חילוק וואס ס'איז געווען די ערשטע צען יאר פון נשיא דורינו פון רבי'ן דעם שווער, און די צווייטע צען יאר דערנאך די דריטע צען יאר, וואס זיי זיינען דאך דערנאך נמשך אין א פעולה נמשכת, און נאכמער די פעולה אליין, במשך פון דער מימחת שנה בגימטריא חיל און בגימטריא צוויי מאל כ'ד שמתי

4קדקץ שמתותיך כמובן דער ענין בזה פון די דרושים אין לקוטי תורה, וואס פון דארט איז אויך פארשטאנדיק די שייכות להענינים וועגן וועלכע ס'רעדט זיך, ופן לחכם ויחכם עוד ובפרט נאך לויט די ביאורים וואס ס'איז שוין געדרוקט אויף די דרושים פון בסמתי קדקץ שמתותיך און אויך אין דעם ענין פון חיל און אין דעם ענין פון חיים, אויך צוזאמענגעקליבן אין ספר הליקוטים פון די דרושים פון צמח צדק, וואס דארט איז דאך צוזאמענגעקליבן די דרושים פון צמח צדק, וואס זיי זיינען דאך אין זיך כולל די דרושים פון די נשיאים שלפניו, פון דעם אלטן רבי'ן און פון דעם מיטעלן רבי'ן, ווי ער צייכנט דאס אליין אפ בכמה מקומות, עאכו כמה וכמה ווי מ'זעט דאס אויך בפועל זיינען זיי משמש על יסוד און גיבן אריין חיים אין די דרושים רבותינו נשראינו שלאחרי הצמח צדק, ביז נשיא דורנו דער רבי דער שווער.

5וואס אף על פי וואס יעדערער פון זיי איז דאך א מאיר בפני עצמו, און טוט-אויף אן אייגענע זאך, ביז נקראת על שמו אט דער ענין החידוש, אף על פי כן איז דאך דאס געבויט און ס'איז א המשך, אף על פי וואס דאס איז א המשך מיט א חידוש בפני עצמו, און א חידוש נפלא, ביז שלא בערך, אין דיעות פון די נשיאים שלפני זה, עאכו כמה וכמה אויף זהר תורה, ובפרט זהר תורה אין פנימיות התורה, וואס דאס איז דאך געווען עיקר ענינם אף על פי וואס אנהויבנדיק פון דעם אלטן רבי'ן איז דאך שוין געווען די הדגשה אין חב אד אז מ'מוז פארבינדן פנימיות התורה מיט נגלה דתורה, און פארבינדן באופן דמוסיף והולך ואור וואס אין דערויף איז אויך געווען שינויים פרישן איין נשיא מיט א צווייטן נשיא, אף על פי כן איז דאך געווען די הדגשה, ווי מ'האט געהערט פון נשיא דורנו דערציילנדיק, אז פאר דער חתונה איז געווען דער דיוק אז ער זאל באקומען סמיכות, און געזאגט, אז דאס איז על דרך זה געווען די הנהגה בא די נשיאים שלפניו. און יש ללמוד מזה כמה וכמה, כאמור לעיל, אז אף על פי וואס דאס איז דאך אן עם בערך המלך מלשון אומם איז צוזאמען דערמיט זאגט מען, אז די מציאות פון א מלך באשטייט אין דערויף עד כדי כך, ביז וואנענט אז ס'ווערט געבראכט בכמה מקומות אין פנימיות התורה, און אפגעטייטשט אין נגלה דתורה, ביז אין מעשה רב, אז אין מלך בלא עם אז די מציאות פון א מלך איז, ווי דער פירוש בזה איז, אבער ס'איז גענוג אין דערויף דער פירוש הפשוט בהנוגע לעניננו איז דאס תלוי און דאס איז פארבונדן מיט די מציאות פון דעם עם, ועד כדי כך, אז מ'דארף גאר האבן אז דער עם זאל מכריז זיין יחי המלך. ווי מ'געפינט דאס בנוגע צו דוד המלך, ועל דרך זה מלכות בית דוד בכלל, ביז צו מלכא משיחא, דארף מען דאך אויך האבן די הכרזה, וואס דאס איז דאך אויך וואס מ'שטורעמט די גאנצע צייט, אז מ'מוז מכריז זיין עד מתי און ער דארף שוין קומען אין אן אופן אז מראה באצבעו

6אומר זה, אז ס'קומט משיחך א בשר ודם, ווי ער פסק'נט אפ אין רמב,"ם, און קומט צוגיין און נעמט ארויס יעדערן פון אונז, מיר און דעם צווייטן און דעם דריטן און אלעמען צוזאמען, ויוליכנו יעדערן פון אונז און אלעמען צוזאמען, קוממיות לארצנו, אין אן אופן פון קהל גדול ישובו הנה. וואס דאס איז דאך א הכרח, כאמור, אז מ'זאל דאס מכריז זיין און מאנען דאס, כמדובר כמה פעמים, ובפרט אין די טעג פון חודש ניסן, וואס ס'ווערט דאך אנגערופן מצד דערויף וואס ס'איז חודש הגאולה, כשבחר ביעקב ובניו, נתן להם כבו להם, חודש של גאולה, ובניסן נגאלו ובניסן עתידין להגאל איז דאך פארשטאנדיק, אז מצד ענין הזריזות איז ניט שייך צו אפצולייגן אין ניסן אחוץ דעם ענין הכי הכרחי שבו, וואס דאס מוז מען איבערקומען איז גלייך ווערט דערנאך דער ענין הזריזות, אז גלייך ווי מ'איז שוין דורכגעגאנגען ראש-חודש ניסן, און במילא גייט מען שוין אריין אין טעג וואס זיי זיינען פארבונדן מיט מעשה בפועל, משא'כן ראש-חודש ווערט אנגערופן ניט קיין יום המעשה, וואס דאס איז דאך דער אנהויבס פון ב'ניסן, און דעמאלט האט מען אין דער הנהגה טבעית דער ענין פון צוויי נ ניט נאר אין הנהגה ניסית, נאר ניסי ניסים נעשו לו אין די הנהגה טבעית, ביז וואנענט אז ס'ווערט אינגאנצן בטל דער ענין הטבע, און אויך ראו כל עמי הארץ, ווי אזוי ס'ווערט נתגלה בא יעדער אידן דער ניצוץ פון משיח'ן, וואס ס'איז דא בא יעדער אידן די יחידה שבנפש, וואס דאס איז דאך דער משיח שבכל אחד ואחד, וואס דערפאר איז דאך, כמדובר כמה פעמים שטייט אויף יעדער אידן דרך כחב מיעקב וביחד עם זה פסק'נט אפ דער רמב בם אין הלכות מלכים און אין הלכות משיח ומלחמותי און אין הוספה פון הלכות מלכים, אז דארט דער פסוק רעדט דער וועגן משיח'ן, און דאס איז ניט קיין סתירה, נאר אדרבא איין זאך איז מסייעו די צווייטע, ווי געזאגט, אז אין מלך בלא עם דער דרך כחב ווי דאס שטייט בא דעם עם

7איז ער ברענגט מיט זיך צוזאמען, און בגלוי ממש, מיטן גאנצן שטורעם, דעם דרך כוחב מיעקב וקם שבט מישראל בא מלכא משיחא, יבוא וילכנו ויגאלנו קוממיות לארצנו, וכמדובר לעיל דוקא מיט א זריזת הכי גדולה, וואס דאס איז דאך אויך דער לימוד פון היינטיקער סדרה, וואס בשנה זו איז דאך די קביעות פון ב'ניסן אין התחלה פון פרשה צו, טייטש גלייך אפ רשי, וואס דאס פאראיינציקט זיך די פשוטו של מקרא, צוזאמען מיט נפלאות ווי זיי זיינען דא אין פשוטו של מקרא און אין תורה בכלל, דער ענין אויף צו איז דאס דער ענין פון זירוז, און דאס איז א זירוז מיד ולדורות, בשעת מ'האט דאס געזאגט דעם ערשטן מאל צו משה רבינו, און דערנאך ווערט דאס גלייך א זירוז אויך לדורות, א דבר פלא, בשעת מ'לערנט אט די רש'י לערנט מען בפשטות, אז דערפון לערנט מען אפ, אז יעדער ענין של מצוה דארף זיין דער ענין פון זריזות, אנהויבנדיק פון אברהם אבינו וישקן אברהם בבוקר, און ווי דער אלטער רבי איז מאריך אין אגרת הקודש, בהנוגע וואס די מעלת הזריזות איז בייגעשטאנען אברהם'ן ועד סוף כל הדורות, ביז אויך צו דער גאולה פון דעם אלטן רבי'ן, דערפון אויך פארשטאנדיק אין דער זריזות אויף רייסטרייבן דעם גלות, וואס דאס וועט גלייך ברענגען דעם זריזות, ולא עיקבם אפילו כהרף עין, בנוגע צו ביאת משיח צדקנו, יבוא ויגאלנו כל אחד ואחת, האנשים והנשים והטף ובפרט אז דאס איז שנת הקהל, כמדובר בארוכה כמה פעמים.

8שטעלט מען זיך אפ אויף דער דבר פלא, מ'פארבינדט דאס מיט זריזין אין ענינים פון מצוות, ווי ס'רעדט זיך וועגן קרבן תמיד, דער ענין פון התחלת פרשה צו, בשעת מ'גיט אבער א קו כמשוטו של מקרא, רעדט זיך דארט ניט וועגן די הקרבת פון קרבן תמיד, ס'רעדט זיך אפילו ניט וועגן דער הכנה פון דעם כבש וועלכן מ'ברענגט דערנאך אלס א קרבן תמיד, דארט ס'רעדט זיך נאך וועגן א הכנה לא הכנה, הכשר מצוה צו הכשר מצוה, אז אויב אויף מקריב זיין דעם תמיד דארף מען דאך האבן דעם מזבח, און אויפן מזבח דארף מען האבן די מערכה שעל גבי המזבח, דארף מען דארט אלץ זיין צוגעגרייט דערצו, און במילא דארף מען דאך אויך האבן די עצים. וועגן וואס רעדט זיך דא דער ענין הזריזות, און מיטן גאנצן שטורעם, ווי רש'זאגט, מיד לדורות רעדט זיך דאס וועגן דעם ענין אזוי מ'דארף צוגרייטן די עצים, כדי מ'זאל דערנאך האבן א מערכה, און דערנאך במשך הזמן, וואס ס'גייט דאך דורך א משך זמן א סך מער ווי א הרף עין פון זינט מ'הויבט אן גרייטן די עצים, און דערנאך מאכט מען די מערכה על גבי המזבח, מיט אלע מערכות, און ערשט דערנאך הויבט מען אן גרייטן דעם ענין פון דעם קרבן תמיד, אנהויבנדיק פון ה'במי איז עד חברון אויף מזכיר זיין זכות אבות. וואס דאס איז אויך די הדגשה בנוגע צו זריזות, אז שלא כדעת עולה האומרים, בשעת ס'קומט צו דאוונען אליין, און צו טאן א מצוה אליין, און צו געבן מאות-חיטים ביד ליד, צו דעם ארעמאן, איז אט דעמאלט טוט ער דאס מיט א זריזות גדולה, אבער די החלטה בנפשו, אז ער דארף געבן מאות-חיטים, און וויפל ער דארף געבן, איז וואס איז דא שטורעם, און וואו שטייט אז אין דערויף דארף אויך זיין זריזות. ובפרט נאך אז מ'איז מדגיש אז זריזות איז מקדימי למצוות הויבט זיך דאס אבער אלץ אן נאך דערויף ווי ס'איז דא די השכמת הבוקר, וישקים אברהם בבוקר אבער ניט פאר דערויף ווי דער דין איז פשוט אין הלכה. משא נכ ווי מ'לערנט אפ זריזות פון היינטיקער סדרה, איז פשוטו של מקרא מדגיש, אז א איד דארף האבן זריזות און דא�

9שטייט אין תורה שבכתב אין אן אופן גלוי, וואס אפילו הצדוקים מורים בזה, זיי דינגען זיך ווען ס'רעדט זיך בנוגע צו פירושים פון תורה שבעל פה, דא שטייט בגלוי צוו אדער פירוש הפשוט בזה איז דאס אין אן אופן פון זריזות, און וועגן וואס ס'רעדט זיך? וועגן דעם ענין פון וערך העצים און באווארענען אז דער ראש זאל זיין דער לא תכבה, מיט אלע פרטים און אמורים בפשטות, במילא פארשפארט מען שוין איינ'טענה'ן אין וואס ס'דארף זיין דער והחי יתונה לבו ובפרט, כאמור, אין די ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט חיים שנה זינט די הסתלקות פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, און חיים שנה זינט די נשיאות פון נשיא דורנו, פון דעם רבי'ן דעם שווער, און טאן אין די אלע ענינים אין אן אופן פון הולך ומוסף אין חיים, ביז ער דער בפשטות מחיים הגוף ובריאות הגוף, על אחת כמה וכמה אז דאס איז הולך און מוסיף אין חיי הנשמה, ביז ער דערגרייכט צו מחי'חיים יתן לך חיים אז דאס קומט אראפ אין זייער חיי הנשמה און אויך אין חיי הגוף, און ואיד והוא העיקר טאן אין די אלע ענינים, אין זריזות הכי גדולה, וואס זי איז פארבונדן דוקא מיט חיים און מיט שמחה, בפרט נאך אז דאס איז א שנה פון תסמח און תשמח, כמדובר בארוכה כמה פעמים. און דאס זאל זיין די הכנה קרובה, אז פון לערנען דעם ענין פון צו, און דערנאך דער ענין פון קלייבן די עצים און מאכן די מערכה על המזבח, וועט דאס זיין לעיכבן, אפילו כהרף עין, ווי האט געזאגט כמה פעמים, אז דער מקדש השלישי איז מקדש אדנ כוננו ידיך איז דאך פארשטאנדיק, אז דארט איז מעלה מזמן ומקום, ס'ווערט אבער דערנאך נמשך דוקא אין זמן ומקום קען דאס זיין בלילה, ובאמצע הלילה, אפילו אין תחילת הלילה, ובפרט נאך אז דאס איז דאך א לילה וואס קומט לאחרי ההכנה פון אות היום, נטל עשר הטרות, און די הכנה פון אות היום פון די הסתלקות חיים שנה לפני זה פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, און די התחלה פון די חיים שנה פון די נשיאות,

10פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, און דאס אלץ וועט נאכמערער צוהיילן דער תחזינה עינינו, עינינו ממש, נשמות בגופים, עיני בשר אין א גוף של בשר, און אויך צוזאמען מיט דעם קיום ההבטחה, אז אויך ס'ווערט אריינגעטאן באופן אפילו כהרף עין, ונתתי לכם לב בשר פאר דעם הסירותי, וואס דאס איז שוין אפגעטאן געווארן די הסנה שבדבר, דורך די אלע ענינים פון בית ניסן, און על אחת כמה וכמה ווי נשיא דורנו האט אפגע'פסק'נט בפשטות, אז מ'דארף פוצן און פוצן די קנעפלעך האט שוין דאס אויך גע'פוצט און גע'פוצט, און א קנעפל אז מ'פוצט אים צופיל הויבט זיך אן אראפרייבן פון אים דעם יופי שבו, ווי מ'זעט דאס בפשטות אין עיני בשר, על אחת כמה וכמה ווי מדובר לעיל, אז דעם ענין הנשיאים, וואס דאס איז דאך די איצטיקע טעג, איז דער פסוק מדייק, אז ס'איז לא פחות ולא יותר מ'דארף פוצן, און פוצן ביז וואנענט ער ווערט אויסגעפוצט. און אט דעמאלט איז חל דער ציווי פון זריזות אויף די וואס האבן ביז דעם רגע לפני זה געווען פארנומען מיט פארענדיקן דעם פוצן די קנעפלעך, על אחת כמה וכמה אז מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראל די זריזות פון אלקיכם כהן הוא און כהנים זריזים הם, ביז וואנענט די זריזות וואס לא יקבום אפילו כהרף עין אפילו באמצע הלילה, און נאך פריער פאר דערויף אין תחילת הלילה, תחילת הלילה פון יום שלישי פון ניסן, וואס איז דאך אויך פארבונדן מיטן נשיא פון זבולון, וואס די ענינים פון זבולון קומט דאך צוזאמען מיט ישכר פונקט אזוי ווי שמח זבולון בצאתך וישכר בו עליך אז דאס גייט צוזאמען, ואדרבא נאך פריער זבולון און דערנאך ישכר אז דורך אונזער עסק במעשינו ועבודתינו, וואס דאס איז בערך הלימוד פון ישכר לעתיד-לבוא, און לימוד פון יעדערן פון אונז לעתיד-לבוא, איז דאס בערך פון דעם לימוד פון זבולון ווי דער ערך און דער אונטערשייד פון דעם לימוד פון זבולון וואס איז דאך אויך מחוייב אין קביעות-עתים בתורה לגבי דעם לימוד

11פון ישכר. און דאס ווערט אויך פארבונדן, כמוזכר לעיל, מיט בני ישכר יודו ביני לעיתים אז ס'ווערט דער ואשיבא שבטייך כבראשונה ויהצייך כבתחילה, און מ'איז שוין מחדש געווען, דער ראש-חודש ניסן איז שוין געווען ביום השבת קודש און נוטל עשר התרות און דערנאך איז שוין געקומען דער ביום השני נשיא לבני ישכר, נתנאל בן צוער, ווי ידוע די דרושים בזה, אז דורך דערויף וואס מ'האט דעם צוער, דעם צער פון ימי הגלות, וואס איז שוין געווען די והותר, און ווי דער מיטעלער רבי איז מאריך בארוכה, אז מ'האט שוין יוצא געווען מיט די גזירות וואס איז געווען אין די דורות פון פאר דעם מיטעלן רבי'ן, על אחת כמה וכמה אין דער דור שלן מיטעלן רבי'ן, ולאחרי זה, ביז בדורנו זה, ולא תקן פעמיים, דער ענין בלתי רתוי ווערט דער בן צוער, ער ווערט גלייך געבארן פון אט דעם צער, כמוזכר לי אויך פון דעם זהר האמור, ווי אזוי דער ענין פון צער ווערט לפום צערא אגרא און נאך מערער, ניט נאר אגרא נאר ס'ווערט אין אן אופן מצאתי דוד עבדי מ'גיט דאס די אלע ענינים אין אן אופן של מציאה, וואס דאס איז דאך אויך דער רמז אין נתנאל פון קען הנותן בעין יפה נותן און דאס קומט פון דעם שם קול וואס דאס איז די התחלה פון יד ג' מדות הרחמים לויט כמה דעות וואס דאס איז דער ערשטער פון די יד ג' מדות הרחמים, און דאס ווערט אויך אין אן אופן פון קול הוי'ויהי'לנו, און כמדובר בכמה מקומות און אויך בקשר, ווי אזוי איז דאס פארבונדן מיט מדת החסד, אז דער חסד פון דעם אויבערשטן ווערט נתגלה תיכף ומיד ממש, עאכו כמה וכמה די גאולה האמיתית והשלימה, תיכף ומיד ממש קומט זי אויך אין אן אופן אז מ'זעט בגלוי ווי אזוי דאס איז בחסד העליון, ביז דער חסד פון י'ג' מדת הרחמים.

12און ס'ווערט גלייך, מ'טאנצט פון דעם ענין, בפרט נאך אז מ'איז זיך מסיים דעם טאג פונקט אזוי ווי ס'איז געווען די התחלה מיט תמיד של שחר, דער ענין פון נתינת אויף צדקה און שליחות אויף צדקה, בתחילת היום, אזוי אויך אין סוף היום, נגד דעם תמיד של בין הארבעים, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט תפילת ערבית, וואס זי איז דאך פארבונדן מיט די חלבים מיט דעם שומן פון דעם תמיד של בין הארבעים, איז אויך די התחלתו וסיומו אין דעם ענין של צדקה וואס א איד גיט דא למטה, און גענוג ער איז מחליט בזה, איז טוט דער אויבערשטער גלייך, און גיט גלייך דעם שכר, און דעם שכר שלא בערך, אז תיכף ומיד יהינו זה בא צמח דוד מלכא משיחא בפשטות, כמוזכר לעיל, און נעמט ארויס בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו מירו, און יעדערן פון די מסובים דא בתוך כלל ישראל, כולל אין זיך אויך די אלע דורות וואס וועלן קומען, כמה וכמה ד'דלעות וואס זיינען שוין געווען, והקיצו ורננו שוכני עפר ובפרט נאך אז מ'האט דעם זכות פון נשים צדקניות שביתו הדור יצאו מארץ מצרים, זאגט ער אין כתבי האריז ל, אזוי איז אויך אין דעם לעצטן דור פון גלות, וואס דאס איז דער ערשטער דור פון גאולה, איז בזכות נשים צדקניות שביתו הדור גייט מען ארויס פון דאסניי פון אלע ד'גליות, אויך פון דעם גלות פון מצרים, ביז אין אן אופן אז דאס ווערט אנגערופן נפלאות בערך אפילו פון גבולת מצרים, און אין די אלע ענינים בפשטות ממש גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions