Paragraph
Paragraph rh-yp2y7vv1
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-xkrm7nns
- order
- d
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דאס איז פארבונדן מיט ארויסנעמען אן עבד פון גלות, איז דאך ידוע פדיון שבועים איז דאס א מצוה רבה, און דוחה כל המצוות כולם איז פארבונדן מיט דער פינחס בן יאיר, וואס דאס איז דאך געווען זיין עבודה בפשטות, ובפרט נאך די ריבוי סיפורים שבזה, און דאס איז פארבונדן אויך מיט דער פינחס בן יאיר ברייתא, וואס זי איז געבראכט סיי אין בבלי און סיי אין ירושלמי, אויך אין א סיום פון מסכתות, וכמוזכר לעיל. וואס ס'איז אויך בהמשך, הויבט זיך אויך אראן פריער דערציילנדיק וואס אידן האבן שוין אויפגעטאן, סיי אין דער ענין פון טהרות סיי אין דער ענין פון פרישות, און דערנאך פסק'נט ער גלייך אפ אין אט דער משנה און אין דער ברייתא, אז לויט אלע נוסחאות איז אלץ אין אלע נוסחאות אויך אט דא אט דער ענין, אז ס'איז דא דער ענין פון פרישות, און דא דער ענין פון טהרה, און דא דער ענין פון רליהו הנבוא זכר לטוב און תחיית המתים, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט גאולה האמיתית והשלימה, מיטן ענין פון שיר חדש, כמדובר כמה פעמים.
- proofread
- 0