transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1משלמא ווערב תשעה באב, וואס תשעה באב איז דאך דער יום הולדת פון משיח צדקנו, כמבואר במדרשים ובכמה מקומות, וואס דעמאלט איז דאך מזלו גובר, על אחת כמה וכמה אז אויך די קביעות פון שנה זו
¶2תשעה באב, איז דאס אין פרשה ואת חנם פון רבי'אן, וואס דארטן הויבט זיך גלייך אן דער ענין פון די עשרת הדברות. אין די עשרת הדברות עצמם איז דאך דער ערשטער דיבור איז דאך אשר אנכי הוי'אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים, וואס דאס איז דאך די התחלה פון אלע גאולות, איז דאך געווען די ערשטע גאולה, גאולת מצרים, ווי מ'זאגט דאס אויך אין דער הגדה, און דערמאנט גלייך, אשר גאולנו וגאולת אבותינו און דערנאך כהן יגיאנו, און דערנאך איז מען אויך מסיים מיטן ענין פון שיר חדש וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט דער גאולה האמיתית והשלימה, ובמהרה בימינו ממש, ממש, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז דאך אויך גלייך בשעת מ'זאגט אין דעם ערשטן דיבור אשר הוצאתיך מארץ מצרים איז דאך ומבואר, אז דעמאלט האט דער אויבערשטער קונה אבד דיבור כקונה אדון לעצמו, וויבאלד אז פון דעם פסוק לערנט מען דאך אויך אפ, אז שיבודי קדם ווען איז געווארן דער שיבוד? ווען הוצאתיך מארץ מצרים
¶3איז דאך וואס דער שיעבוד איז דאך כמוזכר, אז דאס איז ככונה אדון לעצמו, איז במילא, בשעת דער עבד זאגט, און זאגט בתוקף, אז כלו כל הקוצין ואין הדבר תלוי אלא בתשובה, און תשובה איז תורה אליין מעיד, אז מ'האט שוין געטאן תשובה, און ניט איין מאל נאר מערערע מאל, און ניט נאר ביום הכיפורים, וואס דאס איז דער טאג המיוחד לו תשובה, נאר במשך כל השנה כולה, ובכל יום ויום, כולל אויך דעם היינטיקע טאג אינדערפי וואס מ'האט דאך געזאגט אויך די ברכת התשובה, סיי אין תפילת ערבית פון נעכטן ביינאכט, און סיי אין תפילת שחרית פון היינט אינדעפרי, און סיי אין תפילת מנחה פון היינט בייטאג, און סיי אין תפילת ערבית הבאה לאחרי זה, איז דאך דאס איז כסד השוה שבהן איז דאך דער ענין פון די ברכת התשובה, און ווי דער אלטער רבי זאגט אין אגרת התשובה, וכמדובר כמה פעמים, איז וויבאלד אז מ'זאגט און מ'מאגט אויף דערויף א ברכה, און מ'זאגט דאס בברכה, און דערמאנט אויך דעם אויבערשטן, איז אט דעמאלט איז א זיכערע זאך, אז וויבאלד אז מ'זאגט די ברכת התשובה,
¶4איז מיד הן נגאלין. וואס דערפאר איז דאך אויך ווי די ברכה הסמוכה לזה איז דאך אויך פון סלח לנו, און דערנאך אויך דער ענין פון ברכת הגאולה, וכמדובר כמה פעמים. על אחת כמה וכמה אז זיכער האט מען זיך מכריז געווען כמחדת סיומים בכל יום ויום, און על דרך זה בכמה מקומות אין דעם מספר הולך ומתפשט, ועל דרך זה אויך די החלטות טובות פון מאכן א סיום אויך אין שמונה באב, נוסף אויפן סיום פון שבעה באב, אויך אין שמונה באב און אויך אין תשעה באב, וכבדובר כמה פעמים, אז וויבאלד אף על פי וואס אחכה לו בכל יום שיבוא קומט ער דאך אין שמיני באב, איז אף על פי כן איז אויך די זמן המתאים אויף צו מאכן די סיומים סיי אין שמיני באב, עאכו כמה וכמה אין תשעה באב, ובפרט וואס וויבאלד אז ער קומט בשמיני באב איז דאך דעמאלט שוין תשעה באב איינע פון די גרעסטע ימים-טובים פון כל הימים טובים כולם, כלשון הכתוב לימים טובים ולמועדים והאמת והשלום אהבו, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז דאך אויך וואס מ'איז מצרף אין דערויף אלע אידן, ווי די עשרת הדברות ענדיקן זיך מיט וכל אשר
¶5רעך און הויבן זיך אן מיט אנכי הוי'אלקיך און ווי רש'איז מפרש אין מסכתא שבת, איז רעך איז דאס אויך כולל פון דעם אויבערשטן, דעם אנכי הוי'אלקיך און כולל אויך ווי רש'איז מפרש אין שבת, אז דאס איז פארבונדן מיט דער מצוה פון ואהבת לרעך כמוך, וואס אין דערויף איז אויך די ביידע פשטים, ווי רש'ברענגט דארט אראפ, וואס דאס איז דאך אויך די מצוה וואס זי איז אינגאנצן מבטל און עוקר מעיקרא דעם ענין פון סיבת הגלות, וויבאלד אז ס'איז דא די מצוה, די ציווי און דער נתינת-כח, צוזאמען מיט דער הבטחה, אז ס'איז א זיכערע זאך איז ואהבת לרעך כמוך מיט אלע פירושים שבדבר, ביז דעם פירוש העיקרי, וואס דאס איז פשוטם של דברים, וכמדובר כמה פעמים האט מען דאך אויך אויך, וכל אשר לרעך אז מ'ווערט א איד ווערט א באלעבאס אויף כל אשר לרעך וואס דאס גייט אויפן אויבערשטן, און ועמך כולם צדיקים איז מען גוזר, אז משיח צדקנו מוז קומען, צוזאמען מיט דער גאולה האמיתית והשלימה, תיכף ומיד אין התחלת פון יום השמיני לחודש אדר, ולחודש מנחם אב, אפילו ניט ווארטן אויף דער קריאת-שמר של המטה, אפילו ניט אויף דער המשך שלאחרי זה, ושמר
¶6שלפני זה, כמדובר כמה פעמים, נאר וויבאלד אז דאס ווערט א יום הגאולה, איז דאך פארשטאנדיק, אז דעמאלט איז דאך ווי דער לשון פון פסק-דין הרמב״ם, ומיד הן נגאלין אז מיד ווי ס'קומט דער יום השמיני וחודש מנחם אב, וואס דער מיד הויבט זיך דאך אן אין דעם ענין איז דאך לילה כיום יאיר וואס דאס ווערט ווי דער גאולה האמיתית והשלימה, במילא איז דאך אויך די הכנה לזה, אז ס'קומט ק גאנצן שטורעם ווי דאס איז אין יום-איז די רגעים הראשונים פון ליל שמיני בעב, וואס שמיני האט דאך א שייכות מיוחדה צו עניני הגאולה, ספירת השמינית און ספירת הבינה, און דעם אמת טומא, כמדובר כמה פעמים, ועוד והוא העיקר, אז פון רעדן אין די אלע ענינים וואלט שוין אראפקומען ווי דער פסק-דין אז המעשה הוא העיקר דער מעשה בפועל, ובפרט אז די גאולה האמיתית והשלימה איז דאך בשוה צו אנשים נשים וטף, און ביי טף האט מען דאך דעם פסק-דין, המעשה איש להו, און די מעשה האט מען פרט, און דעם גאנצן תוקף, ואדרבא, ווי ס'איז נוגע לעניננו נאך מערער, אז כנער ישראל ואוהבה, און ווי שטייט אין א דרגא פון א קטן על ידי הביטול, בפרט נאך אז דער ביטול איז גאר געמאכט געווארן שלא מרצוננו
¶7אויך דורך דעם קושי הגלות און אורך הגלות, מיט כל הענינים המדוברים בזה, איז דאך א קטן האט דאך בשעת ער איז מעשה איסלאך ובשעת ער איז קונה, הענין ווערט דאס זיין אין אזא אופן, אז דאס מוז בלייבן זיין אז גטול האט די ברירה, אז ס'איז געווארן זיינער, און דערנאך רעדט מען אים איין און מ'רעדט אים איבער וכו'וכו קען מען ביי אים פועל זיין אמאל אז ער זאל דאס אפגעבן, משא'כן אז קטן הא� ניט קיין כח אויף מקנה-זיין צו א צווייטן, אף על פי וואס ער האט דעם פון כח על ידי מעשה שלו ווערט דאס זיינע, אבער דערנאך בלייבט דאס זיינע, במילא אויך על דרך זה, אז מ'האט אין די עשרת הדברות די הבטחה פון כל אשר לרעך ווערט אויף דערויף א אידע בעל-הבית, און מ'זאגט בתחילת עשרת הדברות, אנכי הוי'אלקיך אשר הוצאתיך בארץ מצרים, איז אין דעמאלט בעצם האט א איד מיט גלות קיין שייכות ניט, ווארום דער אויבערשטער האט אים משחרר געווען, און א דין איז בעני ודברי, אז אפילו אדון שלו קען אים ניט מכריח זיין ענינים וואס ער וויר ניט באמת, ובפרט ער זאגט דאס בפירוש ובתכלית ומיט א ברכה דפני'לאחרי אז דאלוי גלות, און מ'וויר ניט קיין גלות און מ'דארף ניט האבן קיין גלות, וכלו כל הקיצין
¶8וכמדובר כמה פעמים, און שאין כלו כל הקיצין ואין הדבר תלוי אלא בתשובה, און די תשובה איז שוין געמאכט געווארן בתכלית השלימות און אין א ברכה, וכמדובר כמה פעמים, און נזכור לעיל, בכל תפילה ותפילה פון תפילת העמידה, וואס דעמאלט איז מען דאך מדייק אין יעדער ווארט אז ס'זאל זיין באמת, כידוע דער דיוק אין די ווערטער אין די לשונות פון תפילת העמידה ביתר שות ווי בשאר ענינים. און יהי רצון, אז מ'זאל אפילו רעדן אין די אלע ענינים, כמדובר כמה פעמים, ובפרט אז מ'איז זיך מסיים דורך מאכן יעדערן אויף א שליח פון צדקה, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט שבי'בצדקה ווי געזאגט אין דער הפטורה פון שבת חזון, בפרט נאך אז מ'האט שוין אויך דעם ענין פון ציון במשפט תפדה די הלכתא, וואס דאס איז דאך דער ענין פון קריאת-שמע, וואס מ'האט ערשט געזאגט אין תפילת ערבית, וכמדובר לעיל, כמדובר, אין ימים שלפני זה, אז דאס איז ענינים פון הלכות פסוקות, שטייען זיי אין א קלארן אופן, אין אנהויבן פון א סגנון בפשטות, פון הלכה פסוקה אין קריאת-שמע וכמה ענינים, אנהויבנדיק פון ציון במשפט תפדיא ושננתם לבניך איז דאס א הלכה פסוקה, על דרך זה אויך בשבי'ביז צדקה,
¶9דאס איז פארבונדן מיט ארויסנעמען אן עבד פון גלות, איז דאך ידוע פדיון שבועים איז דאס א מצוה רבה, און דוחה כל המצוות כולם איז פארבונדן מיט דער פינחס בן יאיר, וואס דאס איז דאך געווען זיין עבודה בפשטות, ובפרט נאך די ריבוי סיפורים שבזה, און דאס איז פארבונדן אויך מיט דער פינחס בן יאיר ברייתא, וואס זי איז געבראכט סיי אין בבלי און סיי אין ירושלמי, אויך אין א סיום פון מסכתות, וכמוזכר לעיל. וואס ס'איז אויך בהמשך, הויבט זיך אויך אראן פריער דערציילנדיק וואס אידן האבן שוין אויפגעטאן, סיי אין דער ענין פון טהרות סיי אין דער ענין פון פרישות, און דערנאך פסק'נט ער גלייך אפ אין אט דער משנה און אין דער ברייתא, אז לויט אלע נוסחאות איז אלץ אין אלע נוסחאות אויך אט דא אט דער ענין, אז ס'איז דא דער ענין פון פרישות, און דא דער ענין פון טהרה, און דא דער ענין פון רליהו הנבוא זכר לטוב און תחיית המתים, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט גאולה האמיתית והשלימה, מיטן ענין פון שיר חדש, כמדובר כמה פעמים.
¶10און ויהי רצון, אז ס'זאל מקויים ווערן די תפילות וואס אין התחלה פון ואת חנן פון פרשה ואת חנן פון פרשה שבוע זה, וואס דאס איז דאך די תפילה פון משה רבינו בפשטות, במילא ווערט דאס אויך די תפילה פון דעם משה רבינו וואס געפינט זיך אין יעדער אידן, ועד כדי כך, אז לויט דעם משה רבינו שבתוך כל אחד ואחת מישראל טוען זיך אויך ענינים אויף במעשה, וואס אין דערויף איז דאך אויך דא דער ענין פון אנשים ונשים, און אויך פון טף, על אחת כמה וכמה אז דאס רעדט זיך וועגן אן ענין כללים פארבונדן מיט פיקוח נפש, און פארבונדן מיט הכל תלוי בזה. וכמדובר כמה פעמים דער שינוי עיקרי וואס ווערט דורך דער גאולה האמיתית והשלימה א שינוי באין-ערוך לגבי ווי דער מעמד ומצב לפני זה, אפילו ווי רגע לפני זה, על אחת כמה וכמה אין דער המשך שלאחרי זה, על אחת כמה וכמה, כמדובר, אז מ'שטייט שוין נאך תפילת ערבית, און מ'שטייט שוין נאך די ברכה און
¶11די תפילה פון דרלינו לשבח, וואס ענדיקט זיך מיט הי'הוי'למלך על כל הארץ בהם מהו יהי'הוי'אחד ושמו אחד, און דערנאך זאגט מען דאך אויך די דריי פסוקים כמובן, כפשוט, און מובן אויך, אז מ'איז דאך מסיים מיט אך צדיקים יודיו לשמיך גושבי ישרים את פניך וואס דאס גייט דאך דאס אין דארט וואו ס'איז דא די פניך, וואס דאס איז דאך בארצנו הקדושה, און דארטן גופא ירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש, ובבית המקדש, וואס דארט איז דא פניך בפשטות, און דארט איז דא דער אך צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך תיכף ומיד ממש, ולא ייכבום אפילו כהרף עין, ובפרט אז יעדערער נעמט אויף זיך די סליחות אויף געבן אויף צדקה, והוספה מדילי בתיכף די החלטה תיכף ומיד ממש, איז דאך זיכער אז דאס היילט נאכמער דערצו, ביזבאלנט הלא עיקבן אפילו כהרף עין און ס'ווערט נאך איידער ס'קומט אן דער טאג פון מזלו גובר, יום הולדת פון משיח צדקנו, איז דאך מ'געפינט דאך בנוגע צו יום הולדת איז שוין אין דעם יום שלפני זה, איז שוין דא די אלע הכנות, כמדובר כמה פעמים, על אחת כמה וכמה וואס משיח איז דאך בר נפלא
¶12דארף מען דאך האבן הכנות מיוחדות, וכמדובר כמה פעמים. און והוא העיקר, אז נאך כהנים תשעה באב, נאך אין שמיני באב, וכמדובר השמיני דער ענין פון דער גאולה, מיט א מים סתומה האט מען אויך תיכף ומיד ממש, וכמדובר בהתחלת פון דער מית-לעת פון יום השמיני באב, און ס'ווערט דעמאלט דער יום השמיני במנחם אב, נאך קודם לפני זה איז דאך אויך וואס מ'דארף זיך טרייסטן אויף די ג'שבועות אויך אין די מיין טעג, די זיבן טעג, וואס זיינען שוין דורכגעגאנגען אינגאנצן, און אויך א התחלה פון שמיני באב, שמיני במנחם אב, און זאל זיין נאך תיכף ומיד, כמדובר, דער מנחם בפשטות, וואס דאס איז דאך שמו של משיח, אמרה באצבעו ואומר זה, הני משיח צדקנו בן דוד בא און גייט אריין אהערצן אין בית-מדרש, און דערנאך אין בית הכנסת ובית המדרש, ותיכף ומיד עם ענני שמיא איז בנערינו ובזקנינו במנינו ובנותינו מיט נשיא דורינו, וואס האט דאך אויך כהנו משיח בן דוד בראשנו, גייט יעדערער פון און צוזאמען מיט אים און מיט אן אופן של א ריקוד הכי גדול, וואס דעמאלט
¶13ווערט דער מקפץ על הגבאות, און די הגבאות, און די הרים און גבאות, און מדלק ומקפץ מיט אלע פירושים שבדבר, כמבואר אין לקוטי תורה אין די דרושים על כתובים אלו. ועוד והוא העיקר, אויף ס'רעדט זיך וועגן דער ענין ווי דאס איז בפשטות ממש ובגשמיות ממש, אז תיכף ומיד האט מען די גאולה האמיתית והשלימה, צוזאמען משיח צדקנו, משיח גיול ראשון וגיול אחרון, משה רבינו און דוד מלכא משיחא, און הקיצו ורננו שוכני עפר, ובנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, טאנצט מען דעם אמת'ן ריקוד, עם ענני שמיא און זיי טאנצן מיט, ירננו און די גאנצע סדר השתלשלות, על אחת כמה וכמה דער מין המדבר, על אחת כמה וכמה אין אתם קרויים אדם על שם אדמה לעליון, ועוד והוא העיקר תיכף ומיד ממש.