Paragraph
Paragraph rh-yj1h4hrs
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-09z5ektb
- order
- 6C
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- עאכו כמה וכמה אין אן ענין אין א זמן וואס איז פארבונדן מיטן נשיא הדור, און אין א מעמד ומצב ווי ער שטייט בהתגלות, אין זיין ימי הגאולה, איז דאך עאכו כמה וכמה אז צום אלעם ערשטן זוכט מען אין זיינע רייד אדער אין זיינע אנווייזונגען פון וואס אנצוהויבן, אדער אין וואס זאל זיין דער אינהאלט, און דער תוכן וואס מ'רעדט זיך צוזאמען, בפרט נאך אז בנידון תידן, בא דער געלעגנהייט איז פאסט גארניט צוזאגן דעם ווארט אז מ'דארף זוכן אין דעם, וויבאלד אז דאס איז אנגעוויזן געווארן אין א קלארן אופן, דורך דעם בעל הגאולה אליין, וואס ער איז דאך דער נשיא הדור, וועגן וואס זאל זיין דער רבי'ן און ווי אזוי זאל זיין דער רבי'ן, און אז דאס זאל זיין דוקא אין אן אופן ווי מ'קלייבט זיך צוזאמען, וואס דאס איז דאך ווי דערמאנט בא די פריערדיקע טעג אין צוזאמענהאנג מיט די ימי הגאולה, אז ס'איז געווען א קלארע אנווייזונג פון דעם בעל הגאולה וואס מ'דארף ארויסנעמען און וואס דאס לערנט בנוגע צו דער אויפפירונג, און דאס איז גלייך געגעבן געווארן בא דעם ערשטן מאל וואס ער האט אנגעוויזן ווי אזוי צו פראווען י'ב'י'תמוז, און די טעג וואס זיינען פארבונדן דערמיט לפני זה, אלס א צוגרייטונג, על אחת כמה וכמה די טעג אליין, על אחת כמה וכמה די טעג וואס קומען לאחרי זה, וואס דעמאלט האבן זיי דאך די השפעה און די ווירקונג פון די ימי הגאולה, אז דאס דארף זיין פארבונדן מיט דערמאנען זיך אז לא יותי בלבד גאו הקב",ה, נאר ווי יעדער איד און אלע אידן, דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אז א איד דארף דערהערן אז ער געפינט זיך אין א מעמד ומצב פון גאולה, אז ער איז אויסגעלייזט געווארן פון די אלע ענינים וואס קענען שטערן אדער
- proofread
- 0