transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1דאס אטייל האט ביין רעסטאורד ביין דזשעם.
¶2עאכו כמה וכמה אין אן ענין אין א זמן וואס איז פארבונדן מיטן נשיא הדור, און אין א מעמד ומצב ווי ער שטייט בהתגלות, אין זיין ימי הגאולה, איז דאך עאכו כמה וכמה אז צום אלעם ערשטן זוכט מען אין זיינע רייד אדער אין זיינע אנווייזונגען פון וואס אנצוהויבן, אדער אין וואס זאל זיין דער אינהאלט, און דער תוכן וואס מ'רעדט זיך צוזאמען, בפרט נאך אז בנידון תידן, בא דער געלעגנהייט איז פאסט גארניט צוזאגן דעם ווארט אז מ'דארף זוכן אין דעם, וויבאלד אז דאס איז אנגעוויזן געווארן אין א קלארן אופן, דורך דעם בעל הגאולה אליין, וואס ער איז דאך דער נשיא הדור, וועגן וואס זאל זיין דער רבי'ן און ווי אזוי זאל זיין דער רבי'ן, און אז דאס זאל זיין דוקא אין אן אופן ווי מ'קלייבט זיך צוזאמען, וואס דאס איז דאך ווי דערמאנט בא די פריערדיקע טעג אין צוזאמענהאנג מיט די ימי הגאולה, אז ס'איז געווען א קלארע אנווייזונג פון דעם בעל הגאולה וואס מ'דארף ארויסנעמען און וואס דאס לערנט בנוגע צו דער אויפפירונג, און דאס איז גלייך געגעבן געווארן בא דעם ערשטן מאל וואס ער האט אנגעוויזן ווי אזוי צו פראווען י'ב'י'תמוז, און די טעג וואס זיינען פארבונדן דערמיט לפני זה, אלס א צוגרייטונג, על אחת כמה וכמה די טעג אליין, על אחת כמה וכמה די טעג וואס קומען לאחרי זה, וואס דעמאלט האבן זיי דאך די השפעה און די ווירקונג פון די ימי הגאולה, אז דאס דארף זיין פארבונדן מיט דערמאנען זיך אז לא יותי בלבד גאו הקב",ה, נאר ווי יעדער איד און אלע אידן, דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אז א איד דארף דערהערן אז ער געפינט זיך אין א מעמד ומצב פון גאולה, אז ער איז אויסגעלייזט געווארן פון די אלע ענינים וואס קענען שטערן אדער
¶3שטערן, חס ושלום, צו זיין מציאות, וואס דאס איז דאך אידישקייט, און ער איז דערפון ארויסגענומען געווארן אין דעם שטארקסטן אופן וואס ס'קען זיין, וואס דאס איז דאך ווען אלע אידן זיינען צוזאמען מיט אים, און דאס ווערט געטאן, און די התחלה בזה איז, וואס עושה על הקב'ה די גאולה פון דעם נשיא הדור, און צוזאמען דערמיט, ניט אז דאס קומט לאחרי זה, אדער אין א משך זמן לאחרי זה, נאר ווי ס'איז פארשטאנדיק פון דעם לשון, אז לא עושה בלבד גאול הקב'ה אז אין דער גאולה, ווען ער איז אויסגעלייזט געווארן, איז דאס איז אויך געווען גלייך צייטיק די גאולה פון יעדער איד און פון אלע אידן, אפילו אזא איד וואס לכא גורא דארף מען זוכן וואו איז זיין שייכות מיט דעם בן וואס ער איז נגאל געווארן, און נאך על אחת כמה אז מ'דארף גאר זוכן זיין שייכות צו א אידן, ווארום ער לעבט אין טעות, און ער ווייזט זיך אויס אז אים ווייזט זיך אויס אז בשם ישראל יכונה אז ער מיט ישראל מיט אידישקייט, איז דאס צוויי באזונדערע זאכן, וואס מ'דארף זיי פארבינדן מיט א כינוי גאר ניט מיטן א ריכטיקן נאמען, מערניט ווי אז דאס איז א צוגעטשעפעטער נאמען, א טפל'דיקער נאמען.
¶4על אחת כמה וכמה אז מ'קלייבט זיך נאך צוזאמען אין א מקום מסויים, וואס דאס איז אן ארט וואו תוריין-טי ד'אמות, וואס דער בעל הגאולה האט דארט געלעבט די לעצטע יארן בחיים חיותו בעלמא דין, און דארט געדאווענט, און געלערנט, און געהייסן געבן צדקה, און געפירט נשיאות. און מ'קלייבט זיך נאך צוזאמען, ווי דערמאנט, אין א זמן מיוחד, וואס דאס איז בסמיכות ממש צו די טעג פון ימי הגאולה גלייך אויף מארגן פון יד ג'תמוז, און אויף איבערמארגן פון יד בית תמוז, וואס ס'וועט אויך זיין יום הולדת וואס מזלו גובר איז דאך ניט שייך זאגן אויף דערויף אז מ'דארף זוכן, און דאס איז געזאגט געווארן און געגעבן געווארן אין א קלארן אופן. און דאס איז בנוגע לעניננו, אז אף על פי וואס לכאורה קלייבט מען זיך צוזאמען אלס אן אפשיט, און אלס פאנאנדערפארן זיך, איז וואס יעדערער פארט אוועק, אדער גייט אוועק, צו זיין ארט און צו זיין באשעפטיגונג און צו זיין ענין אין וועלכן ער איז אפגעטיילט פון אנדערע דארף מען וויסן זיין, אז ס'איז גלייך ארויסגעגאנדיק, געווארן און ארויסגעגעבן אין א קלארן אופן, ביז וואנענט אז אויך עמי הארץ האבן דאס אויך געזען, אדער בלשון פון זיין בריוו, חוקי המדינה, אז ס'איז אויך געווען קלאר פאר ניט אידן ווי אזוי אידן זיינען פאראיינציקט, ווי מ'האט דעמאלט געזען בפשטות, אז בשעת ס'איז געווען זיין גאולה, פון דעם בעל הגאולה, האט דאס געבראכט א שמחה אין צום אלעם ערשטן טאקע די אידן וואס האבן זיך געפונען דעמאלט אין זיינע ד'אמות, ס'איז דאך אבער אויך ווי מ'ווייס דאך קלאר באוואוסט געווארן דער זאך פון זיין מתר אויך אפילו מחוץ לגבולי המדינה, נאך פאר דער גאולה, און דאס האט דארט ארויסגערופן א פאראיינציגונג פון פארשידענע קרייזן אידן, אפילו וואס
¶5ישראל יכונה לכאורה אויף טאן אלץ וואס זיי קענען אויף אים ארויסנעמען פון דעם מעמד ומצב, ואדרבא, ווי בדרך הטבע, ס'איז דאך געווען די גאולה טאקע אין א נס גלוי, צוזאמען דערמיט האט מען דאך געדארפט גיין בדרך הטבע, צו וועמען וואס קען אין דעם טאן, אדער משפיע זיין אויף אנדערער וואס קען אין דעם טאן, איז פון די ראשים, פון די הויפט וואס זיי האבן זיך אין דערויף משתדל געווען, און ניט משתדל געווען, אז אנדערע זיי זאלן גיין און דאס זיינען אליין געגאנגען וכו איז דאס געווען אזא וואס בשם ישראל יכונה אף על פי וואס ס'ווייזט אויס, אז ער איז גאר געווען מזרע אהן הכהן, ווי ס'ווייזט אויס פון זיין שם המשפחתי, און אין דעם חלק הטבעי י, וואס האט אויפגעטאן די השתבלות אז ס'זאל קומען צו דער גאולה איז ער געווען, פון די ראשי המשתרפים ופועלים בזה איז זכרו ברוך. און ווי יעדער ענין וואס איז פארבונדן מיט אידישקייט, איז כאטש אפילו דאס איז געווען מיט א זמן לפני זה, און א ריבוי זמן לפני זה, ביז ווי אין אונזער ענין העכער זעכציק יאר צוזאמען דערמיט אבער בלייבט דאס הימים האלו נזכרים ביז אין אן אופן פון נעשהו, על דרך זה אויך אט די אלע פרטים און חלקים, און די מענטשן און די השתדליות וכו וואס זיינען דערמיט פארבונדן, ווערן זיי אויך דערמאנט אין אן אופן מיט א זכרון חזק, ביז וואנענט דער זכרון פועל'ט אויך, אז ס'זאל זיין נעשים אז דאס זאל פועל זיין בנוגע צו די עשי, כאטש אין צווישן איז דורכגעזאגן צענדליקער יארן, ווי דערמאנט פריער, איין און זעכציק יאר זינט דעמאלט, ולכאורה לראש איז דאך פארשטאנדיק, אז ווי מ'זעט דעמאלט, אז א איד וואס האט זיך געפונען אין אן אנדער מדינה, און געלעבט ימיו אין אן אנדער קרייז, און די הנהגה איז געווען אויך אין א גאנץ אן אנדער אופן,
¶6איז ער געווען פון די עיקרי המשתדלים בזה, און מ'האט געזען הצלחה בפעולותיו, במילא צום אלעם ערשטן וואס מ'לערנט פון דעם פרט אפ, אז יעדער איד דארף האבן דעם געפיל, און מיט דער זיכערקייט אז יגעת ומצאת אז בשעת צו אים דערגרייכט א ידיעה, אז ס'איז דא א איד ערגעץ וואו, וואס ער דארף האבן א הילף, ביז דעמאלט האט ער מיט דעם אידן געהאט קיין שייכות ניט, און איצטער ווייס ער נאך אויך ניט וואס איז זיין שייכות מיט אים, דארף ער זיך גלייך אריינווארפן אינגאנצן אין טאן אין דעם כדי דעם אידן ארויסנעמען פון זיין שוועריקייט אדער פון זיין מצב בלתי-רסוי, און אריינשטעלן אים, טאן כל התלוי בו ער זאל אריינגעשטעלט ווערן אין א מצב א גאולה, און פון א גאולה וואס ווערט דערנאך פארבונדן, און ווי ס'איז נאכמערער ניט נאר פארבונדן דאס ווערט די זעלבע גאולה פון כלל ישראל. וואס אזוי איז דאך אויך בנוגע לעניננו, וואס לכאורה קען מען דאך טראכטן אויף וואס אז מ'וועט רעדן און מ'וועט איינרעדן און מ'וועט אויסרעדן און מ'וועט מסביר זיין וואו קומט דא אריין כלל ישראל? איז דאס אויך אנגעוויזן געווארן אין א קלארן אופן אין אונזער תורה, וואס ווערט אנגערופן תורת חיים אן אנווייזונג אין טאג-טעגלעכן לעבן, און צוזאמען דערמיט תורת אמת, אן אמת'ע אנווייזונג. אט דאס איז וואס מ'זאגט, אז דער גאנצער ענין פון גלות איז פארבונדן דערמיט וואס ס'איז געווען פירוד צווישן אידן, און ס'איז א זיכערע זאך, אז בשעת ס'וועט ווערן דער היפך, אז ס'וועט ווערן אהבת ישראל, ביז אין אן אופן פון אחדות ישראל, ווערט בטל די סיבה פון גלות, איז בדרך ממילא ווערט גלייך די גאולה. איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'הויבט דאס אן איינציקווייז, עאכו כמה וכמה אז מ'הויבט דאס אן דורך דערויף וואס מ'טרעפט זיך צוזאמען צענדליקער אידן, סיי מענער סיי פרויען און סיי קינדער, צוזאמען, און מ'קלייבט זיך צוזאמען אין אן ארט
¶7וואס די סגולה פון דעם ארט איז, אז ס'זאל זיין כנסת, צוזאמענקלייבן אידן, און ס'זאל זיין דער מדרש וואס מ'לערנט אלע און מ'לעבט אלע לויט דער זעלבער תורה איז דאס ניט נאר א צוזאמענגעקליבן על די שעה, נאר דאס ווירקט אויך אויף דעם טאג-טעגלעכן לעבן לאחרי זה, איז האט מען גלייך דערפון שוין די הוראה בפועל, והחי'יתן אל לבו, וואס מ'לערנט-אפ פון אפילו פון א טייל פון די ענינים. על אחת כמה וכמה ווי דערמאנט פריער, אז ס'איז דא די קלארע אנווייזער פון בעל הגאולה, אז בשעת מ'פארבינדט זיך מיט י'בית-י'ג'תמוז בכלל, ובפרט אז ס'קומען די טעג, ובסמיכות צו די טעג-אט דעמאלט זאלן זיך אלע צוזאמענקלייבן, און אריינטראכטן זיך אין דערויף, אז דאס איז טעג וואס זיי זיינען פארבונדן מיט דער גאולה פון יעדער אידן און פון אלע אידן, האנשים הנשים והטף, און דאס זאל גלייך אראפגעבראכט ווערן אין עשרה שיושבים ועוסקים בתורה, אז דאס גיט נאכמערער צו אין לערנען תורה, ביז וואנענט אז דער לערנען תורה ווערט אין אן אופן פון עוסקים בתורה ווי דער בעל הגאולה האט דאס אויסגעטייטשט, אז לערנען תורה ביי א אידן, על דרך זה אויך לערנען אידישקייט ביי א אידן, וואס דאס איז דאך היינו הך, על דרך זה אויך זיין אויפפירונג, וואס ס'דארף זיין אין אן אופן אז מ'וועט לייך דערזען אז דאס איז א תורה אויפפירונג און א אידישקייט אויפפירונג וכו איז דאס איז אין אן אופן, אז דאס איז כולל אלע אידן צוזאמען, וואס זיי ווערן דאך אויפגעשטעלט און פארגעשטעלט אלס אן עדה קדושה, און מ'זאגט, אז אף על פי וואס דער עדה קדושה איז דאך לכאורה א נאמען וואס ווי דער טיטול פון דעם גאנצן אידישן פאלק צוזאמען, האנשים והטף, ווערט דאס אבער אויך פארגעשטעלט,
¶8און דער בא-כח דערפון איז בשעת ס'קלייבן זיך צוזאמען עשרה שיושבים ועוסקים בתורה, איז אט דעמאלט ווערט דאס דער פארשטייער, און אין זיך כולל, דעם גאנצן עדה קדושה פון דעם גאנצן אידישן פאלק, אנשים נשים וטף, און ווי דערמאנט פריער אין אזא מעמד ומצב, אז זיי זיינען אלע אין אן אופן שיושבים, אז דער אויבערשטער בענטשט זיי יעדערן פון זיי און אלעמען צוזאמען, אז זיי קענען שטיין אין אן אופן פון התיישבות, ווי רש'י טייטשט אפ בנוגע צום פסוק פארבונדן מיט יוסף הצדיק, וואס דאס איז דאך אויך דער ערשטער נאמען פון דעם בעל הגאולה, זאגט מען דאך אויף דערויף אויך, אז בשעת מ'זאגט דעם לשון יושב יין טוב איז מיינט מען דאס לישב בשלוה אזוי איז אויך דער עשרה שיושבין, האט מען גלייך די ביידע אנווייזונגען. די ערשטע אנווייזונג, אז א איד, וואו נאר ער געפינט זיך, און וועלכן מעמד ומצב ס'זאל ניט זיין, איז באמת ובפנימיות שלו, און דורך זיין נשמה, ווערט דאס גלייך א מספר שלם און א שלימות דאס איז צען ווי זיי שטייען אין איין און איינציקן אידן, אפילו ווען דאס איז ניט דוקא אנשים נשים, נאר אפילו ווען דאס איז א קליין קינד, האט ער שוין א חלק אלוקה ממעל ממש, און וויבאלד אז דאס איז א חלק, און ווי דער בעל הגאולה האט דאך מערערע מאל געזאגט העצם כאשר תופס בחלקו אתה תופס בכולו האט מען דעם גאנצן אידישן פאלק אין אט דעם איין און איינציקן קליין קינד, ווי דאס איז ווערט אלץ פארגעשטעלט און אויסגעשטעלט דורך זיינע עשר כחות הנפש, וואס דאס באקומט ער דאך גלייך ווי ער ווערט געבארן, אפילו נאך קודם שהגיע לחינוך ווערט ער שוין געבארן א געזונטער קינד, אן אינגעלע אדער א מיידעלע, און זי האט אלע עשר כחות הנפש,
¶9און ליישב בשלוה. און בעוסקים, און זעלבסט-פארשטענדלעך, אז זיי ווייסן אז ירידה צורך עלי אז זיי האבן אן עסוק און א שליחות וואס די נשמה דארף דורכפירן אין דער וועלט, אין עולם הזה התחתון, וואס די שליחות הויבט זיך גלייך אן ווי ער קומט אראפ אין עולם הזה התחתון, יצא לאויר העולם. און די נאכמערער דער עוסק ווערט ביי אים אין אן אופן וואס דאס איז בתורה, וואס תורה איז דאך מלשון הוראה, אז ער איז זיך אזוי מתעסק אין אן אופן אז ער ווערט, אדער זי ווערט, א לעבעדיקע אנווייזונג פאר די אלע אידן וואס געפינען זיך ארום אים, אדער ארום איר, און דורך דערויף אויך פאר דער גאנצער וועלט, ווערט דאס א תורה און אן אנווייזונג ווי אזוי די וועלט דארף זיך אויפפירן, עאכו כמה וכמה ווי אזוי מענטשן דארפן זיך אויפפירן, עאכו כמה וכמה ווי אזוי אידן דארפן זיך אויפפירן, אין אזא אופן אז די וועלט זאל ווערן א דירה לו יתברך, דוקא מצד דערויף וואס זי איז בתחתונים, איז דוקא דארטן קען מען אויפטאן דער ענין הדירה, וואס השמים ושבי השמים לא יכלכלוך,"ה זיי קענען ניט פארנעמען דעם גאנצן שטורעם און דעם גאנצן גילוי פון געטלעכקייט. וואו שטייט דאס מיט דעם גאנצן גילוי? שטייט דאס ביי א אידן אין זיין טאג-טעגלעכן לעבן, ווארום ער פירט זיך זיכער אין א אידישן אופן. און נאך מערער דאס הויבט זיך אן גלייך ווי ער האט די עשר כחות הנפש, ומרדה און נתגלה בעולם הזה התחתון שטייען זיי דעמאלט אין אן אופן וואס יושבין, און נאכמערער עוסקים, און נאכמערער בתורה, און נאכמערער שנאמר אז דאס ווערט אין אן אופן וואס דער אויבערשטער ווערט דארט נתגלה, ווי ער איז מבאר בארוכה אין דעם מאמר, אז כאטש אפילו ווען א יחיד
¶10בתורה איז אויך אבוא אליך וברכתיך, ס'איז אבער שלא בערך לגמרי, ווען דאס ווערט געטאן וו ען דער יחיד שטייט אין אן אופן פון עשרה שיושבין ועוסקים בתורה-איז אט דעמאלט ווערט דאס א דת וואס אין עדה פחותה מעשרת ווערט א דת און א ון דאס ווערט דעמאלט ישפוט, אז ער ווערט דעמאלט דעמאלט דער בעל-הבית, און דער שופט, און דער אנפירער אין די אלע עשרה, און דורך דערויף אין דער גאנצער וועלט, וואס זי איז דאך אויך בעשרה מאמרות נברא העולם, דורך דערויף וואס ער לעבט אין איינקלאנג, און לויט די אנווייזונגען, פון די עשרת הדברות, ווי גערעדט מערערע מאל בא די לעצטע טעג, נוסף ווי ס'האט זיך גערעדט מערער אמאל, ובמיוחד אין די מאמרים און אין די שיחות פון דעם בעל הגאולה.
¶11און יהי רצון, אז דאס זאל אויך פארבונדן ווערן, ווי ס'שטייט דאך בכמה ענינים, אז בכלל איז דאך די וועלט, בעשרה מאמרות נברא העולם, און ווי אזוי האט זי דעם קיום, ווי ער זאגט אין זהר, דערפאר וואס עשרה עשרה הקב זי האלט זיך אויף די עשרת הדברות, וואס דאס איז דער ענין התורה ומצוותי', און די ביידע עשרה גייען צוזאמען. ווערט אויך אין דערויף אויפגעטאן, ווי געזאגט, אז פון די עשרת הדברות נעמט דאס א איד און ער ס'ווערט ביי אים א לעבעדיקע עשרת הדברות דורך זיין טאג-טעגלעכן לעבן, ער ברענגט דאס אזוי אראפ אין האנשים והנשים והטף צו וועלכע ער קען דערגרייכן, און נאך אין א גרעסערער מאס, בשעת מ'געפינט זיך, ווי געזאגט, בסמיכות פון ימי הגאולה עצמם,
¶12ימי הגאולה גלייך אויף מארגן, און מ'קומט אויך צוזאמען אין בית הכנסת ובית המדרש, און אין אן אפענעם אופן, אז מ'זעט דאס אויך בעיני בשר איז דאך פארשטאנדיק, אז אט דעמאלט ווערן די אלע ענינים ביתר שאת וביתר עוז, ובמיוחד ווי דערמאנט שוין ביי א נחטיקן רעדן, אז דאס איז דאך פארבונדן א ענין וואס איז נתחדש געווארן, און דורך דעם שיעור פון היינטיקן יאר, וואס הויבט זיך אן פון י'ב'י'ג'תמוז, וואס דעמאלט איז דאך דער מזמור פון קאפיטל אין תהלים פארבונדן מיט דעם בעל הגאולה איז דאך דער מזמור קט, און אין אים איז דער פסוק שלשים, וואס דארטן זאגט מען עדי הוי'מאוד בפי
¶13רבים, אהללנו אויך גלייך אונטערשטראכן דער ענין פון רבים, און אויך בא די רבים ווערט דאס אן ענין פון אהללנו, וואס דאס איז דורך תורה און תפילה און מעשה הצדקה, און פאר דערויף גלייך די התחלה איז עדי הוי'מעט ובפי ווי גערעדט נעכטן בארוכה, אז א איד שטייט אין א מעמד ומצב וואס ער איז די שטענדיקע הודאה און דאנק דעם אויבערשטן פאר די אלע ברכות וואס ער זעט אויך בעיני בשר מידי ביומו, וואס דאס איז דאך אן ענין וואס איז נתחדש געווארן, און געווארן א שיעור יומי, און ס'ווערט אזוי נמשך אויפן גאנצן יאר, ווי געזאגט, דער ענין פון רבים, בדוגמא ווי דער לימוד התורה ברבים, אין אן אופן פון יושב ועוסק. וואס דאס ווערט דאך אויך א הכנה קרובה, א צוגרייטונג און א הקדמה, אבער ניט סתם א צוגרייטונג, נאר אין אן אופן פון א הייליקע צוגרייטונג, בסמיכות ממש, אז דאס ווערט די הכנה תוקף פון מיד, ווערט דערנאך דער עדי הוי'מאוד בפי ובתוכי רבים מהללנו די הודעה מיטן גאנצן שטורעם, וואס דאס איז דאך אין דעם בית-הכנסת, דעם אמת'ן בית-הכנסת, וואס דארט איז אויך דער עדי הוי'בפי איז דאך דאס בעיקר אין דעם בית-המקדש, אנהויבנדיק פון עשו לי מקדש ושכנתי בתוכם ווי דאס איז אין משכן משה, און דערנאך אין מקדש ראשון און משכן שני, ובקרוב ממש אין דעם מקדש השלישי, מקדש אדנ-כוננו ידיך שיבנה במהרה בימינו ממש, וועט דעמאלט זיין בא יעדערן פון אונז, בתוך כלל ישראל,
¶14והקיצו ורננו שוכני עפר דער בעל הגאולה, מיט אלע צדיקים וואס זיי זיינען אין עולם האמת, על אחת כמה וכמה צדיקים וואס זיינען יתנו יחיים בעלמא דין, על אחת כמה וכמה אויך די צדיקים וואס זיינען דערוויילע נאך ניט ירדין למטה, קומען זיי אויך און זיינען זיך אויך משתתף אין דעם עדי הוי'מעוד בפי, וואנענט אז ס'ווערט ובתוכי רבים, א הללנו, דער רבים אין דעם גרעסטן אופן, וואס דאס איז דאך דעמאלט וואס כל ישבי'עלי,"' און אט דעמאלט איז דאך אויך, ווי דערמאנט כמה פעמים, האט מען די ברכת כהנים און די הללנו אין בית המקדש השלישי בתכלית השלימות, צוזאמען מיט די חמשה דברים וואס קערן זיך אום בשלימות, מיט די הללנו פון די כהנים, און כל ישראל, ווי דערמאנטן נעכטן מער בארוכה, אז יש לומר לעתיד לבוא, איז דאס וואס מ'זאגט כשפי שאני נכתב כך אני נקרא גייט דאס אויף יעדער אידן, ובחיי היום יומים, ווי דער רעדט נעכטן, על כל פנים בקיצור.
¶15און יהי רצון, אז וויבאלד אז ס'וועט זיין וקיצו ורנם ושוכני עפר, און וואס הויבט זיך דאך אן פון צדיקים, ווי ער זאגט אין זהר, על אחת כמה וכמה פון דעם נשיא הדור, וואס מ'מוז דאך אים האבן גלייך בתחילת גאולת הדור, ווי ווארער אז הנשיא הוא הכל, וועט מען דאך גלייך האבן אויך דעם בירור בזה, און דער בירור אין אן אופן פון אור צוזאמען מיט נר מצוה, אין אן אופן אז דאס ווערט א נר להאיר אויך חשכת העולם, אז דאס ווערט אזא חושך אויף וועלכן מ'זאגט ישות חושך סשוי אז דארט איז דער סתר פון דעם אויבערשטן אין די העכסטע דרגא, ביז אין דער גאנצער שלימות, על דרך ווי ס'איז געווען אין קודש הקדשים, אין בוחות הברית, מיטן ארון בשלימותו, וואס דאס איז דאך פון די אלע ענינים וואס קערן זיך און תוקף ומיד, ובתחילה, צוזאמען מיטן מקדש השלישי כולו, ובכל פרטיו, עאכו כמה וכמה בכל כלליו, און דאס גופא וואס מ'קלייבט זיך צוזאמען מיט א החלטה גמורה אויף מאכן נאכמערער תוקף אין אהבת ישראל, ביז אין אן אופן פון אחדות ישראל, וואס איינע פון די ענינים בזה איז דאך אויך די מצות הצדקה, וואס זי מאכט איין זאך, פון דעם נותן הצדקה מיטן מקבל הצדקה, על אחת כמה וכמה אז דאס ווערט געטאן ברבים ועל ידי רבים און צוליב רבים, מיט אלעם עילוי שבזה דער עשרה, סיי בנוגע צו דעם מקבל סיי בנוגע צו נותן סיי בנוגע צו דעם נותן האמיתי, וואס בשעת מ'גיט צדקה טוט מען דאך א שליחות פון דעם אויבערשטן, וואס ער איז דאך דער זן ומפרנס לכל על אחת כמה וכמה אצדקה ושפל רוח אשכון אז אויב אלעמען איז ער זן ומפרנס לכל על אחת כמה וכמה דעם אויף וועכן ער איז מען אז ער איז אשכון ביי אים,
¶16ווארום יענער איז א דקה ושפל רוח, און וואס דערפאר זאגט מען דאך אויף דערויף, אז דאס איז אן ענין פון מילות חסדים וצדקות, דאס איז פארבונדן מיט אמו, מיטן אויבערשטן אליין. און יהי רצון, אז די אלע ענינים זאלן נאכמערער צוהיילן, אז יעדערער פון אונז, בתוך כלל ישראל, וועט זען אויך בעיני בשר, אז לא יכנף עוד מוריך, והיו עיניך רואות את מוריך אז מ'זעט, אויך מיט עיני בשר און הורי'מוחשית, על דרך ווי ס'איז געווען בשעת מתן תורה, ווי אזוי מ'איז איין זאך מיט עצמות ומהות, אף על פי וואס מ'געפינט דאך א נשמה בגוף, און דער גוף איז אדער פון אנשים אדער פון נשים אדער פון טף, ביז אפילו קטני-קטני נין, ביז אפילו אזא וואס איז ערשט געבארן געווארן. און מ'געפינט זיך אלע צוזאמען בארצנו הקדושה, וואס זי איז אין א מעמד ומצב פון ירחיב הוי'את גבולך ווי דערמאנט פריער בהנוגע צו עשרה שיושבים ועוסקים בתורה אזוי אויך ירחיב הוי'את גבולך ארץ פון עשרה אומות, און דארטן גופא, אין ירושלים ירושלים עיר הקודש, וואס גאנצע ארץ ישראל איז דאך מקודשת מכל ארצות, און אין ארץ ישראל עצמה איז דאך אויך דא עשר קדושות, קדושה למעלה מקדושה, ביז וואנענט אז מ'דערגרייכט די קדושה פון ירושלים עיר הקודש, און דארטן עצמה אין די קדושה פון הר הבית און בית המקדש און קודש הקדשים, מיט די גאנצע ענינים ווי זיי שטייען בגלוי, און מ'זעט דאס אויך בעיני בשר. און דאס קומט נאך מיט א רגע לפני זה, וויבאלד אז כרגיל איז מען דאך מסיים וחותם מיט די שליחות-מיצוה פון צדקה, וואס צדקה איז דאך מקרבת את הגאולה און מזרזת את הגאולה, ביז וואנענט אז לא עיקבם אפילו כהרף עין
¶17און ס'קומט גלייך די צדקה פון דעם אויבערשטן, די גאולה האמיתית והשלימה פון בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו בארצנו ובירושלים, בארצנו הקדושה, ובראשלים עיר הקודש, ובבית המקדש, און דארטן גופא אין קודש הקדשים, ולא עיקבם אפילו כהרף עין.
¶18ושבין בשובה ונחת תושעים לשא בשלוה, נאך אין די לעצטע רגעים פון גלות, און גלייך בשמחה ובטוב לבב, און שמחה נצחית, ושמחת עולם על ראשם פון אנשים ונשים וטף, ובפרט נאך אז דאס איז דאך א שנת תסמח און תסמח און א שנת הקהל את האנשים ואנשים וטף, און אין אן אופן פון זריזות הכי גדולה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון צדקה, און זריזות הכי גדולה אין דעם ענין העיקרי, אז די גאולה קומט אן אין אן אופן פון זריזות הכי גדולה, ביז וואנענט אז תוקף ומיד ממש, ובפשטות ממש, ולמטה מעשרה טפחים, ובשמחה ובטוב לבב.
¶19וואס בפועל, אז בפועל אז בפועל, אז בפועל אז מלך דורך און דערנאך, איז דערנאך איז דער ספר תורה, און דערנאך איז דערנאך איז דער ענין.