Paragraph
Paragraph rh-yhm3vx5f
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-y46c9fhx
- order
- mR
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אין אן אופן, אז יעדער טאג וועט דאס זיין נאכמער לעבעדיקייט און נאכמער שטארקייט, דערפאר וואס ס'וועט זיין נאך א טאג מערער ווי שכנתי בתוכם, אין איר הויז, פונקט ווי ס'איז געזען ביי איר מוטער, צוט זי נאך ביתר שאת וביתר עוז, ווי מ'זעט דאך אויך בטבע, אז בטבע פון מענטשן איז, אז בשעת ס'רעדט זיך וועגן א זון איז טוט ער כל התלוי בו ער זאל זיין אן אמת'למדן אין תורה, נאך מער למדן ווי זיין פאטער איז, על דרך זה אויך בנוגע צו א טאכטער, טוט זי אלץ וואס זי קען אויפטאן אז זי זאל מאכן נאכמער ליכטיקייט און נאכמער אידישקייט, ווי איר מוטער האט געטאן, און ס'איז דאך דא אלעמאל פלאץ און ארט אויף צוגעבן אין אידישקייט נאך מערער און נאך מערער, וויבאלד אז דאס איז בלי הגבלה, דאס איז במצוותיו פון דעם אויבערשטן, וואס ער האט ניט קיין באגרעניצונג. און טאן אין די אלע ענינים מתוך שמחה וטוב לבב. וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון נרות שבת, פארבונדן מיט דעם יום שמחתך אלו השבתות, על אחת כמה וכמה נרות יום-טוב,
- proofread
- 0