עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-yek95gt5

kind
paragraph
order
jp
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס איז כולל כל המספרים כולם, בדוגמא ימי'ברכות זיינען כולל אין זיך כל הברכות, כמדובר לעיל. און וואס דען? דערביי באווארנט מען אים, אז דו דארפסט וויסן זיין, אז צום אלעם ערשטן דארפסטו זען, אז בא דיר זאלן זיין אידן יהי'בני ישראל אדער בני ביתך בני ביתך און זיי זאלן זיין אין אזא מעמד ומצב, אז זיי זאלן מאכן דער בית מלא תורה און בית מלא תפילה און בית מלא מילות חסדים, אפילו ווען מצות התפילה און התורה דארף דאך זיין הוי גולל אין קום תורה און תפילה דארף זיין אין הבית תפילה דוקא תפילה בציבור, איז דאך דאס ניט שולל, חס ושלום, ואדרבא דאס פארשטארפט נאך מערער, אז אויך בביתו הפרטי, אפילו אין וואס פאר א בית ס'זאל ניט זיין, האט ער אויך אן ענין של תפילה ושל תורה ושל צדקה, על אחת כמה וכמה אויף צדקה פושקע, כמדובר בארוכה, ביז אין אן אופן אז דאס ווערט א חילוק פון דעם בנין. אט דער בנין דארף אבער נאכמערער אויפשטורעמען, אז מ'זאל בויען בנינים הכי גדולים טאקע אין אן אופן מסודר, און אין אן אופן אז זיי זאלן זיין ניט א בנין סתם, נאר בנין וואס ער זאל האבן אין זיך א תכלית אין דעם אופן פון לשבת יצרה במילא איז פארשטאנדיק, אז בשעת מ'רעדט וועגן א הויכקייט פון א בנין דארף דאס זיין אין אן אופן ער זאל דאס קענען נוצן אלס בנין, און אויב דאס איז ווי דער רמב'ם רעדט דא דירה של אדם דארף ער גלייך נעמען אין חשבון, אז בשעת ס'קומט שבת, איז דא מצד עונג שבת מעג ער גיין אויף דרגות אויף טרעפלעך ביז א מספר מסויים וואס ער וועט אים ניט פארמאטערן, און העכער דערפון דארף ער אהינצו ניט גיין שבת, דערפאר וואס דאס איז ניט קיין ענין פון עונג שבת וכיוצא בזה, במילא איז גלייך בשעת מ'בויט א בנין, ווי ער זאגט נאך בפרט אין די דרושים פון ראש-השנה, שטעלט מען דאך אויס א נקודה כללית וואס באצפעקט ער מיט אט דעם בנין.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions