Paragraph
Paragraph rh-ycqschdw
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-75drn6xr
- order
- K
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ובפרט נאך לויטן פירוש פון בעל-פה, אין תורה שבעל-פה, וואס ס'טייטשט-אפ, אז נאך איידער מ'דערציילט וועגן דער בריאה, זאגט מען גלייך, אז ס'איז געווען ורוח אלקים ברחפת על פני המים טייטשט ער אפ אין מדרש, ורוח אלקים איז דאס רוחו של משיח. וכמדובר כמה פעמים, אז דאס איז דער ענין וואס משיח איז גלייך צוזאמען מיט בריאת העולם, איז ווי תורה אליין דערציילט איז ורוח אלקים מרחפת על פני המים, וואס אף על פי וואס דאס גייט דאך אויף מים הכי עליונים, קודם ווי מ'האט זיך אפגעטיילט, אבער ס'איז פארשטאנדיק אז דעמאלט האבן גובר געווען די מים עליונים, און דאס איז נאך געווען מרחפת על פני המים, וואס מרחפת בכלל איז דאך מערניט ווי נגע ולא נגע, ס'איז מערניט ווי דאס שווימט אויף דערויף דאס איז פורח על המים, וואס די מים איז דא כולל מים תחתונים און מים ראשונים, ווי זיי זיינען ביידע צוזאמען נאך קודם ההבדלה.
- proofread
- 0