עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

14 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1מ'האט דאך שוין גערעדט בארוכה לפי ערך דעם שבת בנוגע צו תפארת שבתפארת מלכתחילה אריבער, וואס היינט, ביום ראשון, וואס איצטער האלט מען זיך צום סוף פון יום ראשון נאך קודם חצות הלילה, אף על פי וואס דאס איז שוין לאחרי תפילת ערבית, איז דאך כמדובר כמה פעמים, איז עד חצות לילה, איז אפילו אז איז די רייתא איז דאך אפילו עד עלות השחר איז מען נאך אלץ שייך צו די קרבנות פון יום שלפני זה, אפילו מדרבנן, להרתיש את האדם איז אויך עד חצות לילה איז דאך לכל הדיעות, אפילו מדרבנן וכו כמדובר כמה פעמים, און אויך ווי יעדער ענין, כמדובר כמה פעמים, איז דאך נוגע ווי המעשה הוא העיקר אז יעדערער זאל זיך משתדל זיין בכל עניני טובה וקדושה, זאל דאס בא זיך איינפירן דער ענין פון מלכתחילה אריבער זיך ניט באגנוגענען אויף טאן ככל הדרוש, אדער אפילו ניצד על דרך בינונות, נאר אפילו ככל הדרוש אין אידיות, נאר מלכ אריבער אויך פון אידית, און דאס זאל זיין גלייך דער צוגאנג און דער אנהויבס אין אזא אופן, וואס דאס האט דאך א שייכות מיוחדה צו פסח. דער גאנצער ענין פון פסח איז דאך מדלק ומטפץ, און דערנאך איז דאך ווי סידור אינו האט דאך געזאגט, אז דער אלטער רבי בסידורו האט ניט געשטעלט נאך דער הגדה, ס'שטייט ניט דער ענין פון חסל סידור פסח, דערפאר וואס ביי אידן איז דער סידור פסח גייט דאס אויף כל השנה כולה, ניטא אין דערויף קיין חסל ואדרבא, מ'דארף נאך מוסיף זיין און גרייטן זיך, אז צו פסח הבא לאחרי פסח זה וועט נאך זיין נאך מערער און נאך מערער, ביז אין אן אופן פון אין-ערוך, וואס דאס איז דאך דער ענין פון מלכתחילה אריבער.

2עאכו כמה וכמה אז מ'דארף דאס פארבינדן מיט אן ענין פון צדקה, וואס דאס איז דאך אויך ווי מ'טרעפט זיך צוזאמען בא זיינע געלעגנהייטן, איז מען דאך אלעמאל חותם דעם צוזאמענטרעפן זיך מיטן ענין פון מאכן שליחות אויף צדקה, וואס אף על פי וואס מ'גיט זיך א סכום מוגבל, גיט מען דאך מלכתחילה אז דער סכום מוגבל האט אין זיך בכח, הלוך והוסיף ואור, ובפרט נאך, אז כל אחד ואחד וואס נעמט אויף זיך אט די שליחות איז ער זיכער מוסיף אויך מדילי, האט ער דאך דעמאלט די יכולת הכח והיכולת, אז דערנאך נאך מוסיף זיין בזה במשך כל השנה כולה, כמדובר כמה פעמים. ויש להוסיף בזה, על כל פנים בדרך רמז, אז דער ענין פון מלכתחילה אריבער זעט מען גלייך, בשעת מ'גייט צו ווי יעדערער אין אסתכל באורייתא, אז מ'זעט די התחלה גלייך פון תורה שבכתב, זעט מען גלייך, אז דער ערשטער דיבור איז געווען דעם יהי אור וואס דאס איז דאך די תכלית השלימות אין דער גאנצער בריאה, בפרט נאך, וכמדובר, אז דער ויהי אור איז דאך העכער נאך ווי דערנאך איז ויהי כן כמבואר אין תורת המגיד וכיוצא בזה, נוסף אויף דעם ענין פון תורת הבעל שם טוב, אז די בריאה איז געווען מאין ליש, און מאין ליש איז דאך ווי דער אלטער רבי איז מבאר דעם ענין די תורת הבעל שם טוב בזה, איז דאס דוקא דער וואס בכחו ובהוכלתו לברות מאין ליש, איז דאס דוקא פון עצמות הלום, וואס דאס איז מלכתחילה אריבער גלייך אין תחילת הבריאה.

3די בריאה, אפילו ווי זי איז שוין אריין אין גדר הזמן, וואס דאס איז דאך גלייך די ערשטע רגע פון דער בריאה, איז שוין געווען דער בריאות הזמן ובריאות המקום, האט זיך שוין אנגעהויבן מיט דער ענין פון ויהי אור וואס דאס איז נאך העכער ווי ויהי חן וואס ס'שטייט דערנאך ניט ויהי חן נאר ויהי אור דערפאר וואס ס'איז געווען ניט אט דער אור וואס מ'האט געזאגט והיומר אלקים יהי אור נאר ס'איז געווען אן אנדער אור, למטה בדרגא, כמדובר כמה פעמים. געפינט מען אויך אין תורה שבכתב, אז די התחלה פון תורה הויבט זיך גלייך אן מיט א בי'ת, וואס דאס באווייזט אויף דעם ענין פון ברכה, וואס לכאורה, אז מ'טרעט ערשט צו בריאת העולם, ברכה דארף דאך חל זיין אויף אן ענין וואס איז שוין דא במציאה, און אט דעמאלט איז מען מברך און ממשיך דעם ענין נאכמערער און נאכמערער. שוין דא הויבט מען גלייך אן מלכתחילה אריבער מיטן ענין של ברכה.

4בפרט נאך כמדובר, אז גלייך נאך דעם ווארט בראשית האט מען גלייך דעם ענין פון די עשרה מאמרות, בראשית נעמא מאמר הוא זאגט מען, אז דער ערשטער פון די עשרה מאמרות איז דאס דער ענין ניט פון ראשית אליין, וואס דאס אליין איז שוין מלכתחילה אריבער, נאר דאס איז ב'ראשית, ובפרט אז ב'ראשית איז דאך דאס צוויי אזונדער אין ראשית, ווי פארשטאנדיק פון פירוש פון תורה שבעל-פה, וואס רש'ברענגט אויך אראפ בפירושו על התורה, אז דאס גייט אויף ישראל, און דאס גייט אויף אורייתא, בשביל התורה ובשביל ישראל, כמדובר כמה פעמים. בפרט נאך לזה פירוש פון תורה שבעל-פה איז גלייך אין בראשית, אז מ'זאגט, אז דער ענין פון ויהי אור איז דאס הייסט שנברך ביום ראשון, כמוזכר לעיל וואס אדם מסתכל בו מסוף העולם ועד סופו, און ווי חסידות טייטשט אפ דעם דיוק, אז ניט מראש העולם ועד סופו, נאר מסופו ועד סופו, דערפאר וואס דאס איז כולל אלע עלמין דאסגליא און אלע עלמין דאיתקסין.

5ובפרט נאך לויטן פירוש פון בעל-פה, אין תורה שבעל-פה, וואס ס'טייטשט-אפ, אז נאך איידער מ'דערציילט וועגן דער בריאה, זאגט מען גלייך, אז ס'איז געווען ורוח אלקים ברחפת על פני המים טייטשט ער אפ אין מדרש, ורוח אלקים איז דאס רוחו של משיח. וכמדובר כמה פעמים, אז דאס איז דער ענין וואס משיח איז גלייך צוזאמען מיט בריאת העולם, איז ווי תורה אליין דערציילט איז ורוח אלקים מרחפת על פני המים, וואס אף על פי וואס דאס גייט דאך אויף מים הכי עליונים, קודם ווי מ'האט זיך אפגעטיילט, אבער ס'איז פארשטאנדיק אז דעמאלט האבן גובר געווען די מים עליונים, און דאס איז נאך געווען מרחפת על פני המים, וואס מרחפת בכלל איז דאך מערניט ווי נגע ולא נגע, ס'איז מערניט ווי דאס שווימט אויף דערויף דאס איז פורח על המים, וואס די מים איז דא כולל מים תחתונים און מים ראשונים, ווי זיי זיינען ביידע צוזאמען נאך קודם ההבדלה.

6אזוי איז אויך אין תורה שבעל-פה, די התחלה, הויבט מען אויך גלייך אן מיט מימתי קורין את שמה בערבין, און כידוע דער פירוש בזה פון דעם לימוד פון דעם אלטן רבי'ן מיטן מלאך, און וואס ס'האט גלייך אפגעטייטשט, אז מימתי גייט דאס אויף יראה, און יראה עילאה, און ווי פארשטאנדיק אויך פון דעם פירוש פון ר'רבשעי'דיטרניא, אראפגעבראכט אויך אין די גרויסע גמרות בהקדמת הרמב״ם אין א הערה, אז דאס גייט אויף דעם ראשית חכמה יראת הוי וואס דערפאר הויבט מען אן מיטן ווארט מאמתי און ווי דער אלטער רבי און דער מלאך האבן דאס אפגעטייטשט מיינט מען דאס יראה ילעה. און דאס איז נאך קודם אז ס'איז דא כל עניני הבריאה, וואס דער סדר הבריאה איז דאך אז מ'דארף גיין אין די ד'אותיות פון שם הוי און פאר דערויף דארף נאך זיין דער ענין פון דער בריאה ווי זי איז געווען על ידי התלבשות פון הוי,"' ין שם אלקים, ל'בי' דיבר, וואס זיי זיינען פארבונדן מיט אלקים, און דא זאגט מען, אז דאס איז דער ענין ווי דאס איז מרחפת על פני המים, וואס דאס איז אין דערויף גופא דער ענין פון מלכתחילה אריבער, ס'איז דאך נעוץ סופן בתפילתן ותפילתן בסופן, איז דערפון אויך פארשטאנדיק, אז אויך אין דעם סיום פון תורה-שבכתב פארענדיקט מען אויך מיט לעיני כל ישראל וואס דאס באווייזט דאך ווי ער זאגט פאר דערויף, אז יד החזקה און נפלאות גדולות וכו על דרך זה אויך אין דעם סיום פון תורה שבעל-פה איז מען אויך מסיים מיט הוי'עוז לעמו יתנו הוי'יברך את עמו בשלום אויך מסיים ניט מיטן ווארט

7שלום אליין, נאר בית שלום, וואס דאס איז כולל בידי שלימות, כמוזכר אויך בשבת, על כל פנים בקיצור.

8איז אויף בלשון שובע, ניט סתם א חילוק כדי צרכו, נאר ביז אין אן אופן של שובע, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט פסח, וואס נחל על השובע, און איצטער שטייט מען דאך אין די טעג וואס מ'ציילט פון יום ממחת השבת, וואס דאס גייט אויף פסח, און וואס כמדובר, איז דאס אליין איז שוין מלכתחילה אריבער, און אין דערויף גופא זאגט מען, אז דאס איז אן ענין וואס דאס איז נאך קודם לזה, און ווי פארשטאנדיק אויך, אז דאס איז אויך משביעין אותו פון לשון שבע, ווי דאס איז אין פסח, און על דרך זה אויך אין סיום פון ספר התניא פון חלק ראשון, וואס דאס איז דאך דער עיקר'דיקער, וכמדובר כמה פעמים, ווי דער אלטער רבי האט דאס סוף-כל-סוף אויסגעשטעלט, איז ער דאך אויך מסיים מיט יתברך ויתעלה, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן ניט איין מאל נאר אויך צוויי מאל כפליים לתושי וואס דער כפליים איז דאך ניט צוויי מאל אזויפיל, נאר עד אין סוף, כמדובר כמה פעמים.

9על דרך זה אויך דעמאנט מען בא יעדער אידן, און אויסגעשטעלט אין שולחן-ערוך, אז מיט וואס דארף זיין די עבודה שלו, ווי דער רמ ה'שטעלט דאס אויס מיט שויתי הוי'לנגדי תמיד זאגט מען אויך, ניט שם אלקים, נאר הוי און מ'זאגט אויך, אז דאס איז לנגדי תמיד, און דערמיט הויבט זיך אן דער הגהת הרמ ה, וואס ווערט אנגערופן די מפה וואס ליגט אויפן שולחן, מפת הרמ ה, איז שהויבט זיך אויך גלייך דער ערשטער ענין אזוי, און דאס ווערט די התחלה פון ד'חלקו פון שולחן-ערוך. על דרך זה אויך, כמדובר כמה פעמים דער שולחן-ערוך פון דעם אלטן רבי'ן, איז דאך אויך דא ווי די ביידע מהדורות און די חילוקים שביניהם, וואס כמדובר כמה פעמים איז שוין אויך דארט אויך נרמז אט די ענינים און אנהויבנדיק מיטן ענין פון מלכתחילה אריבער, און דאס זאל דערנאך נמשך ווערן בכל השנה כולה.

10אדם וואס דאס איז יפוצו מעיינותיך חוצה זאגט מען אויך גלייך אין די אלע דריי ענינים, אין אן אופן מלכתחילה אריבער, ניט דער ענין פון יפוצו וואס לכאורה, איידער ס'ווערט מפוצו דארף דאך פריער בכלל אנקומען מים העליונים, אין די מים תחתונים און דערנאך על היבשה, און דא הויבט מען גלייך אן מיט יפוצו, דערנאך זאגט מען יפוצו, הויבט זיך גלייך אן מיט מעיינות, וואס דאס איז שלא בערך פון מים אפילו מאין מקוה כשרה, אפילו מערער פון בין מים חיים, נאר דאס איז אן ענין של מעיינות, כמדובר בארוכה, און אויך אז מ'זאגט חוצה איז אויך אז ס'ווערט פארלאנגט, אז ניט מ'זאל ניט דערמיט דורכנעמען די די ביתו של האדם נאר מ'דערמאנט גלייך אין די דריי ענינים, פונקט ווי אין די ערשטע צוויי, אזוי אויך אין דעם דריטן, זאל זיין אויך ביז אין חוצה וכמדובר כמה פעמים, וויבאלד אז מ'טייטשט דאס ניט אפ, מ'איז דאס ניט מגביל, איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז ווען איז מען יוצא דעם ציווי מיט דעם נתינת-כח פון יפוצו מעיינותיך חוצה אז ס'איז ניטא קיין ספק און ספק ספיקא, אז מ'האט דורכגענומען דעם חוצה ביז וואס אין חוצה למטה הימנו ומחוץ הימנו, כמדובר כמה פעמים.

11און ויהי רצון, אז יעדערער זאל מסיר זיין כהנה וכהנה אויך אין אן אופן פון מלכתחילה אריבער, און דאס זאל דערנאך נמשך ווערן בכל הענינים, בעיקר אין כל הענינים פארבונדן מיט מעשה, און די מעשה זאל אויך זיין דער סוף מעשה, ווי דאס איז פארבונדן מיט מחשבה תחילה, וואס דער סוף מעשה איז דאך אויך פארבונדן מיט דער תכלית ושלימות המעשה, וואס דאס איז דאך דוקא ווי מעשה גדול, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט רוחו של משיח און מיט ימות המשיח און מיט משיח אליין, און מיט תורתו של משיח, אז מ'איז אויך בקרוב ממש לערנען תורתו מפיו של משיח, און אין אן אופן של ראי וואס דאס איז דאך אויך א לימוד אין אן אופן מלכתחילה אריבער, און נאך העכער תורה חדשה מאיתי תצא פון דעם אויבערשטן אליין, ביז אין עצמות ומהות, כמדובר כמה פעמים.

12ביז אין אן אופן פון למעלה מכל מדידה והגבלה, ביז אין אן אופן פון מלכתחילה אריבער, וכמודגש כמה פעמים, אז מלכתחילה אריבער איז ניט דער פירוש פון אריבער איז אז דאס שטעלט זיך אויס אין דעם העכסטן מקום דעמאלט איז דאס ניט אריבער, אריבער איז דאס דעמאלט ווען דאס איז אריבער, ולמעלה מיט א הפסק ביניהם, ביז א הפסק וואס באווייזט אויף גודל ההפסק, ביז וואנענט אז דאס איז א דבר חדש לגמרי, כמדובר בארוכה אויך ברמיזה בקיצור ביום השבת, און זיכער וועט ער דער מוסיף זיין מדילי און ויהי רצון, ער זאל דאס אויך מוסיף זיין, אין אן אופן פון מלכתחילה אריבער, און נעמענדיק אויף זיך די שליחות אויף צדקה זאל אויך זיין דערנעמען אין אן אופן פון מלכתחילה אריבער, און דאס איז דאך אויך דער ענין פון תפארת שבע תפארת וואס דאס איז ניט סתם תפארת, נאר אין תפארת עצמו דער ענין פון תפארת שבע תפארת, ובפרט נאך אז מ'האט ערשט געציילט אין ספירת העומר אויך דער ענין פון נצח, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט נצח ישראל לא ישקר ווי ער איז מבאר בזה בארוכה אין דעם המשך פון הילולא פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער,

13אריכות אין דעם המשך אויך די מסקנא און דעם חותם, אז אין עקבתא דמשיחא איז אט דעמאלט קומען די קטני הצן, דער טף, על אחת כמה וכמה אנשים ונשים, און זיי זיינען מקשר, און דעם שקר שבעולם זיינען זיי מקשר מיט די קרשים שבמשכן, ביז וואנענט אז ס'ווערט דער שקר שטותא לסבא, פון דעם שקר ווערט דער ענין פון קרשים למשכן די הכנה קרובה ממש צו דעם מקדש אדנ'כוננו ידיך, וואס ער איז דאך אויך אין אן אופן פון מלכתחילה אריבער ווי ער שטייט שוין איצטער, על אחת כמה וכמה אז אין אים קומט אויך צו די מעלה וואס ער איז יורד מלמעלה למטה, און טוט זיך אן אין דעם ירושלים שלמטה, און בתי מקדשי שלמטה, און ס'ווערט צוזאמען דער חוט המשולש, וואס דאס איז דאך פארבונדן ניט סתם דריי, נאר דאס ווערט א חוט המשולש, אן איין און איינציקער חוץ, און ער איז צוזאמענגעשטעלט פון דריי, ביז אין אן אופן אז ס'ווערט די אחדות המדות, כמובן וגם פשוט.

14און ויהי רצון, כמדובר, אז יעדערער וועט אין דערויף נעמען אין אן אופן פון מלכתחילה אריבער, און מתוך שמחה וטוב לבב, און אין אן אופן פון נצח, וואס דאס איז דאך די ספירה פון היינטיקער נאכט, און א נצח שבתיפרת, און דאס איז אויך כולל אין זיך כל הענינים שלפני זה ושלאחרי זה, און כולל אין אן אופן פון מלכתחילה אריבער. ועוד והוא העיקר, אז לא יקבן אפילו כהרף עין, און ס'ווערט גלייך דער מרוכה אלקים ברחפת על פני המים, לכתחילה פון תורה שבכתב, ווערט דאס מרחפת על פני המים, ווי ער זאגט אין מדרש אין דמרא און אין מדרש בארוכה, אז לעתיד לבוא וועט זיין כל העולם כולו מים שבמים און נשמתן של צדיקים ועמך כולם צדיקים איז מרחפת על פני המים, כמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, אז מ'שטייט דאך אין פרשה אמור, ס'זאל זיין אמור ואמרת און די אלע שבחים שבזה, חטיבו אחת האמרתה והאמרתה, וכמדובר בא קיצור על כל פנים בשבת, און זיכער האט ער דאס מוסיף געווען מיט דילי, און ס'זאל זיין בלי עיקבן, אפילו כהרף עין, אט דאס זאל זיין גלייך דער לכתחילה, אז ס'קומט די גאולה האמיתית והשלימה קומט זי גלייך אן קיינע הכנות, וואס מ'דארף נאך עפעס טאן וכיוצא בזה, נאר תיכף ומיד ממש, אפילו ניט ווארטן קיין כהרף עין, און די צדקה וועט זיכער נאכמער מזרז זיין און מקדים זיין, און ס'וועט זיכער זיין מלכתחילה אריבער די גאולה האמיתית והשלימה כל עניניו, על אחת כמה וכמה דער מלכתחילה שלה, ומתוך שמחה וטוב לבב.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions