Paragraph
Paragraph rh-ya0qdekf
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-b9r4bxqf
- order
- Z2
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- עושה חסד למשיחו, לדוד וזרע עד עולם איז מען דא מזכין דוד'ן אלס משיח, און דאס איז מען מזכין ווען א פשוט'ער איד, אנשים, נשים וטף, עסט, ואכלת וסלטה דארף דאס זיין וברכת און מ'גיט אים כח אויף דעם, און ער איז מברך בכח ומקור כל הברכות איז ער גלייך מברך, אז דאס איז ווי דוד מלכא משיחא כמדובר לעיל. וואס דאס איז אויך דער קשר צווישן די ביידע ענינים, לימוד התורה איז דאך פארבונדן מיט קבלת עור מלכי שמים, אף על פי וואס יחכ מתכם ובינתכם דארף דאך דאס זיין ברכה בתורה תחילה וואס דערויף דער ברכה באווארנט ער, ווי דער ר'ן זאגט אין עדרים, אז ס'זאל ניט קענען דערפון ארויס אן ענין בלתי רצוי, על ידי וואס ער איז מקדים בהודעאה, און דאס נעמט אים אינגאנצן דורך, אז דאס איז נתן לנו את תורתו איז דאס פארשטאנדיק וואס פאר א ביטול ס'פועל'ט ביי אים, וביחד עם זה וואס פאר א תוקף דאס פועל'ט ביי אים, ביז בדוגמא פון דעם תוקף פון מלכות בית דוד, וואס בא זיי איז אויך געווען די ביידע הפכים, אז ס'איז געווען דער ביטול בתכלית און דערמיט איז פארבונדן, וואס דאס איז דער תוקף בתכלית, וואס דאס איז דאך דער תוקף דוקא פון מלכות בית דוד, אף על פי וואס מלכות על פי הלכה איז דאך אויך שייך בא כל שבטי ישראל, כמבואר אין רמב",ם אין הלכות מלכים, אבער א מלכות וואס האט אין זיך גלייך מתחילתו אז דאס איז א מלכות נצחית, במילא איז בתחילתו הוא ארוך און גלייך בתחילתו ווערט דאס א פעולה נצחית, איז דאס דוקא מלכות בית דוד, ולזרעו אחריו, וכמדובר לעיל ווי מ'זאגט גאר אין א פשוט'ן ענין פון ברכת המזון, לדוד ולזרעו און ונאמר אמן. וואס דאס איז מאשר אז דער ענין קומט ארויס בפועל.
- proofread
- 0