עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-y90nqq7e

kind
paragraph
order
6
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מ'געפינט זיך דאך צווישן די ביידע טעג פון שני ימי הגאולה, י'ב' און י'ג'תמוז, וואס מ'זע אויף דער חילוק שביניו, וויבאלד אז ס'איז דאך פאר צוויי טעג, דארף דאך יעדערער האבן אין זיי יש בזה, מה שהם בזה, און דער עיקר איז דאך דער סיום, הכל הולך אחר החיתום, ווי ס'איז געווען דער בפועל, אז דער חופשה נטמא לו איז דאך געווען ניט ביום י'ב'ת תמוז, נאר וואס דען ביום י'ג'ת תמוז, ווי דער סיום איז געווען, ביחד עם זה מוז מען דאך זאגן, אז ס'האט אין זיך אויך די מעלה דער יום הראשון פון די שני ימים, וואס דאס איז י'ב'ת תמוז, און דערנאך קומט דאך אויך צו דער והחי יתנו לבו וואס לערנט מען דערפון אפ בנוגע צו עבודת כל אחד ואחד בכלל, בפרט אין ענינים פארבונדן, ווי גערעדט מארוכה ולפי ערך נעכטן, אין צוזאמענהאנג מיט דער עבודה וואס בעל הגאולה האט פארלאנגט, זעט מען דאס דעם חילוק און דער אויפטו פון מעשה בנוגע צו קודם המעשה. וואס דער אויפטו פון יו'ג תמוז איז געווען, אז דעמאלט איז געווארן די גאולה אין אן אופן של מעשה ס'איז געווען א כתיבת, אז מ'האט אנגעשריבן די תעודה, און מ'האט אים ארויסגעגעבן די תעודה לידו, און אט דעמאלט איז געווען הכרזה אין מעשה בפועל, בנוגע לפועל, אז חופשה ניתנה לו. משא נכן דער יום שלפני זה, איז געווען די אלע ענינים, אפילו אז ס'איז געווען בדיבור, איז אויך דער דיבור ניט געווען מיטן גאנצן תוקף, דערפאר ס'איז דאך געווען א טאג ווען די ענינים רשמיים האבן דעמאלט ניט קיין ארבעט, איז דאס אלץ געווען ניט אין אופן רסמי, ובפרט נאך אין יענער מדינה, בימים ההם, איז דאך דאס ניט סתם א חילוק פון בלתי רסמי און רסמי, נאר ס'איז א חילוק וואס ס'קענט ברענגען שינויים שלא בערך כלל, אפילו ניט קיין מעליותו, עאכו כמה וכמה אז מ'האט דאס געדארפט אראפברענגען אין פועל. וואס דא האט מען אויך גלייך וואס מ'רעדט זיך די גאנצע צייט וועגן בחי יתנה לבו,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions