עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-y8ncqv0n

kind
paragraph
order
NF
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווי מ'זאגט גלייך אין דעם המשך פון דעם שיר, בקרב מחנך, ניט נאר אז דער אויבערשטער געפינט זיך מיט יעדערן אייך און פון אונז, נאר ער גייט ארום ממש צווישן אונז, און העלפט יעדערן ארויס, און זיצט מיט יעדערן אויף זיין בענטש, און גייט מיט יעדערן אין זיינע ענינים, וואס זיכער טוט ער דאך אלע גוטע ענינים, בשלח ווי מ'זאגט קריאת שמע, בלכתך בדרך ובשכבך ובפומך גייט דער אויבערשטער אין בקרב נחמך, ביז אין אזא אופן אז ער העלפט אים ארויס להצילך, ולעשות אויביך בידיך, ווי דערמאנט פריער, און ס'שטייט א גאנצע מחנה צוזאמען אין צבאות הוי און מ'ווערט אויף אזויפיל אפגעהיט, און אויף אזויפיל אפגעהיט, דעם מקיים זיין אלץ וואס דער אויבערשטער זאגט איז מסיים אין דעם שיעור אז מוצא שפתיך תשמור אז יעדער זאך וואס דער אויבערשטער האט געזאגט איז דאס געווארן מוצא שפתיך ווארום ער האלט אין איין לערנען דעם אויבערשטנ'ס תורה, דעם אויבערשטנ'ס דבר הוי וואס דער אויבערשטער האט געזאגט, חזר'ט ער דאס איבער, און במילא איז אויך תשמור, היט ער דאס אפ אין דער פוסטער מאס, ביז אין אן אופן אז ס'קומט אויך ארויס בפשטות, אז וויבאלד ער איז אפגעהיט אין זיין רעדן אויף נוצן אים נאר אויף גוטע זאכן און נאר אויף איינע זאכן און אויף אידישע זאכן איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'ווערט אויך דער פירוש הפשוט, אז יעדער זאך וואס ער מאכט א נדר, אדער אן עמלעכע זאך, היט ער דאס אפ און איז דאס מקיים, און ווי יעדער ענין וואס תורה הייסט זאגט אים אן, בשמחה ובטוב לבב. ובפרט נאך אז מ'האט אין דעם אלעם די הילף פון דעם אויבערשטן, אין צוגאב, ווי דער אויבערשטער איז פריער, ונתנו בידך און דערנאך נאכמערער, מתהלך בקרב מחנך מיט דעם
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions