עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-y7afte4e

kind
paragraph
order
bC
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מסביר געווען בארוכה דארף דעמאלט זיין די הנהגה ווי ס'איז געווען בא אוכלי המן, וואס דאס איז אויך די שייכות וואס מ'זאגט לא ניתנה תורה אלא לאוכלי המן אף על פי וואס דאס איז געווען מיט טויזנטער יארן לפני זה, האט מען זיך מסביר געווען און גערעדט בארוכה, אז בשעת מ'לערנט תורה דארף ער דעמאלט זיין אין דעם מעמד ומצב ווי אזוי אוכל המן, האט ער אין יענעם זמן ומקום, במילא האט ער דעמאלט קיינע דאגות גשמיים ניט, וואס זיי קענען אים אפציען ישימת לבבו, ביז וואנענט אפציען זיין רצון צו אכילה און שתי'וכיוצא בזה, דערפאר וואס ער איז די דרגא פון נאכלי המן, וואס זיי זיינען דאך געווען דער דור דעה פון משה רבינו, און וואס משה האט אויף זיי געזאגט, אז דאס איז זיין דור, און מיט זיי צוזאמען וועט ער גיין אין ערש ישראל, ועד כדי כך, אז ער איז געבליבן אין א מדבר העמים, אבי צוגיין מיט זיינע תלמידים, און צוגיין מיט זיין גאנצן דור, האנשים והנשים והטף, אף על פי וואס נשים איז דאך געווען רבות מהן, וואס נכנסו לארץ, על אחת כמה וכמה טפכם אשר המטה ולאו אזי יהי זיינען דאך לכאורה אלע אריין אין ארץ-ישראל, איז דאך בפשטות הכתובים פארשטאנדיק וגם פשוט, אז די וואס זיינען געווען בשעת מתן-תורה נאך אין א גיל פון טף, איז דאך דערנאך דורכגעגאנגען די ארבעים שנה, אדער די קדגא ארבעים שנה לאחרי זה, זיינען זיי געבליבן אויך אין מדבר, און ווארטן און צוגיין צוזאמען מיט משה רבינו אין ארץ-ישראל.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions