עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

24 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1אזוי איז דאך כרגיל ומונהג מכמה שנים הויבט מען אן בברכה, ברכה המתאימה, צו מוצאי יום-טוב, און ווען דערנאך קומט חול המועד מיטן לשון דוד מועד, וואס דאס פארבינדט גלייך מיטן פסק דין פון דעם אלטן רבי'ן אין שולחן-ערוך, אז ושמחת בחגך און שמחת המועדים איז מן התורה אויך אין ימי חול המאוד, און די הגהה אהרה הידועה אין אנהויבס פון הלכות שבת, און דערנאך דער עיקר בארוכה אין הלכות יום-טוב, וכמדובר כמה פעמים בזה. ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז לכל לראש דארף מען רעדן וועגן דעם ענין החידוש שבדבר, ס'איז דא אין דעם חלמי צוכות לגבי חלמי צוכות פון שאר השנים, וואס דאס איז א שנה מעוברת, במילא ווערט אנגערופן אין חומש א שנה תמימה אז דער גאנצער יאר ווערט אנגערופן תמימה נוסף אז דער חודש הנוסף איז א סימן פון שנת העיבור, כמדובר בארוכה לפני זה, איז דא דער דיוק שנה תמימה, אז דער גאנצער יאר ווערט א תמים שוין גלייך אין חודש הראשון שלו, ובפרט נאך אז דאס איז א חודש פון לשון ראש, וואס דאס איז דאך תשרי אותיות ראשית און ראש, איז דאך פארשטאנדיק, אז דארט איז דאך ביתר שאת וביתר עוז, וויבאלד אז פון דעם ראש ווערט ער דערנאך נמשך לכל ענין וענין במקומו, אזוי אויך אין חודש אדר במקומו, הנוסף פון דעם עיבור במקומו, ווען ס'קומט במקומו ובזמנו, מהאיר בזה, אז דער חודש וואס ס'איז דאך צו אויסגלייכן שנת הלבנה מיט שנת החמה, האט דאך געקענט זיין דער אויסגלייכ, לכאורה, באיזה חודש שיהי, האט

2האט מען אויך אויסגעקליבן מיט א חודש וואס א גאנצער חודש איז נהפך להם לששון ולשמחה, א גאנץ חודש אדר איז דאס א חודש וואס בכל חדשי השלה איז ער אויסגעקילט דערמיט וואס ער איז א חודש שמח, און ניט סתם א שמחה, נאר שמחה אשר נהפוך הוא, און מ'זעט דאך אז כיתרון האור מן החושך ועל דרך זה פון שמחה פון היפך השמחה, ומרירו למיתקו איז דאך דעמאלט די שמחה גדולה יותר, כמובן וגם פשוט, ובפרט על פי הביאורים אין דברי רבותינו נשיאינו בשיחות שלהם. במילא ווערט דאך די גאנצע שנה א שנה תמימה, און לכל לראש דארף מען א קוק טאן אין דעם אושפיז פון היינטיקער נאכט, פון היינטיקן טאג, יום ג'דסוכות, וואס דאס איז דאך דער אורח, ולאחריו קומען אלע זעקס אורחים שלאחריו, שבאמו אבער וואס קומען אחריו, במילא איז ער דאך דער עיקר בזה, און דער עיקר איז דאך ווי בא יעדער אידן, על אחת כמה וכמה בא די אושפיזין, איז דאך ענין התורה של אשר הם במילא איז דאך אנא נפשי כתבית יהבית במילא איז דאך לכל לראש דארף מען קוקן און זוכן ביז אסתכל באורייתא, וואס אסתכל באווייזט דאך, אז דאס איז ניט סתם א ראי נאר אן אסתכלות בעיום וכו ביז ווי דאס איז נוגע אויך אין עניני הלכה, וואו ס'שטייט אז אסור לאסתכל איז דאס דוקא אן

3א ראי'בהתבוננות ובעיון, משא'כן בכמה מהם איז א ראי'שטחית מאכט גאר ניט אויס, ואדרבא ס'איז גאר דא אמאל א תועלת בדבר וכו ווי דאס איז ווי שוין מדובר כמה פעמים. וואס די אושפיזין פון היינטיקן מעת לעת, אנהויבנדיק פון דער נאכט, איז דאך כמובא בזהר איז דאס פון די אושפיזין פון זהר, על דרך זה אויך די אושפיזין פנימיים, די אושפיזין פון פנימיות התורה, ווי נתגלה געווארן נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער בשם אביו, וואס ער איז געווען זיין ביחד זיין ממלא מקומו, ווי זיי זיינען מבאר דעם ענין פון תמימות. וואס בנוגע צו יעקב'ן דארף מען ניט זוכן צו אויבן אויפיק, אז מ'גיט א קוק וואס די אושפיזין איז דאס יעקב און דער רבי'ן נשמתן און דער אלטער רבי איז דאך זעט מען דאך גלייך בנוגע ווען ס'רעדט זיך וועגן יעקב און הויבט זיך גלייך אן ווי ער איז געבארן געווארן, אז יעקב איש תם וואס תם איז דאך דאס פון דעם זעלבן שורש און דער זעלבער תוכן פון תמימות, ווי מבואר אין מפרשי המקרא, ומבואר אין פשוטם של כתובים, אז נאר אט דער ווי ער זאגט אין דער אושפיזין, אין דעם חסיד'ישן אושפיזין, אין לקוטי תורה פון פרשה נצבים פון דעם אלטן רבי'ן, וואס דארטן זאגט ער, אז ס'שטעלט זיך גאר אויף א פסוק פון שופטים אף על פי וואס דאס איז א סעיף אין א דרוש פון פרשה נצבים, שקורין תמיד לפני ראש השנה, כמוזכר לעיל כמה פעמים, און גלייך נאכן אנהויבס

4אז אראפברענגען דעם פסוק פון תמים תהי'עם הוי'אלקיך פון שופטים איז פארשטאנדיק גלייך דער ביאור פארוואס ער רעדט וועגן דערויף אין פרשת נצבים, ווארום ער איז גלייך ממשיך אויף במה דברים אמורים ווען ער האט מקיים געווען דעם תמים תהי'עם הוי'אלקיך. אויב אבער ס'איז געווען חטא ופגם ועבר את הדרך וכו אט דעמאלט זאגט מען גלייך אין פרשה נצבים, כי המצוה הזאת לא רחוקה היא ולא בשמימים ווי די גאנצע אריכות, ווי ער איז דערנאך מבאר, און ער ברענגט אראפ ביז בסוף סעיף זה, וואס איתא ברמב ן, אז ווי ס'שטייט דא המצוה אזוי סתם מיינגט מען דאס מצות התשובה, וואס דאס איז פארבונדן מיט פרשה נצבים, און פארבונדן מיט חודש אלול בכלל, ווען א מלך איז בשדה, און מקבל פנים שוחקות, די אלע וואס ווענדען זיך צו אים, און ווארט אויף זייערע בקשות, ווארום ער ווייס אז זיי האבן וואס צו מבקש זיין און זיי דארפן מבקש זיין, און ער האט שוין מלכתחילה אפגעמאכט, אז ער וועט געבן זיי בשנים שוחקות באופן דמוסיף והולך ואור, און אין דערויף גופא איז דאך אויך די הדגשה, אז אף על פי וואס ס'איז דא דער ענין פון תמים תהי'עם הוי'אלקיך איז דאס א און דאס הויבן הויבט מען דאך אן מיטן קיום הענין, ס'איז דאך ערשט לאחרי א המשך קען ער קומען צו חטא ופגם ועבר את הדרך, ווארום אז ער געפינט זיך גלייך אין דרך איז גלייך משביעין אותו תהי צדיק ואל תהי רשע געפינט ער זיך שוין אויפן דרך, נאר דארטן קען זיין ופגם במילא ווערט דאס א שינוי אין דער תמימה, דארף מען האבן מעין עבודת פון עיבור, וואס עיבור איז אויך וואס די לבנה האט משנה געווען, און זי איז טאקע געמיינט לטובה, על דרך ווי אפילו דער יצר-הרע, ווי ער זאגט אין זהר, אראפגעבראכט אין תניא, איז אויך כוונתו לטובה, על אחת כמה וכמה בנוגע צו נפש הבהמית פון א אידן, כמדובר,

5כמה פעמים, אבער האט מען אויך אין דערויף, אז אין תמיד תהי על דרך זה פארשטאנדיק בנוגע צו יעקב, און אף על פי וואס גלייך ווי ער איז געבארן געווארן איז ער געווען יעקב איש תם איז אף על פי כן זאגט ער דערנאך מעטבה ראוי מהי'ימי און ער האט געדארפט אויף דערויף האבן אן ענין פון וישב יעקב בארץ מגורי אביו ביקש לא שב בשלוה, וואס דאס האט געדארפט זיין דער תיקון אויף דערויף, און דערנאך איז געווען דער תיקון בפועל, דורך דערויף וואס ס'איז געווען ויכי יעקב בארץ מצרים שבעה עשרה שנה, ווי אפגעטייטשט און מבואר בארוכה אין חסידות, אז דאס איז דער ענין וואס דעמאלט איז געווען די ימים טובים, און מתקן געווען דער מעט ורעים, ביז אין אן אופן פון טוב, כיתרון פון דעם היפך הטוב, פון ראויים, וואס דאס איז דאך דער ענין התשובה, אז מ'נעמט ארויס דעם יתרון. און דאס איז אויך דער ענין, ווי געזאגט, דער קשר מיוחד צו שנת העיבור, אז דורך דערויף וואס די לבנה האט ווי ס'שטייט דער בשן בכמה מקומות קיצרוגא וואס דאס איז דאך היפך ענין פון זכות, און דערנאך איז געווארן דערפון א גאנצע שקלא-וטריא, און דערנאך איז גע די סיוע מלמעלה, דער לכי ומעתי, וכידוע דער דיוק בזה, אז דאס איז אן ענין של הליכה, ביז הליכה וואס דער אויבערשטער נוצט דעם לשון, איז דאך פארשטאנדיק אז דאס איז א הליכה אמיתית, וואס דאס איז דוקא דעמאלט און דאס איז שלא בערך, וואס ס'זאל זיין שלא בערך פון אלע דרגות הקודמות לפני זה מוז מען האבן א דילוג וקפיצה, בשעתא חדא וברגעא חדא וביומא חדא, וואס דאס איז דער כללות ענין עבודת התשובה.

6נאר כללות הנקודה בזה איז, אז אין תמימה גופא, אין תמין תהי איז גלייך זקן ווען, אז ס'איז דא די מעגלעכקייט, דאס גופא וואס ס'איז דא א מעגלעכקייט פון חטא ופגם, דאס אליין באווייזט, אז די תמימות דארף מען נאך האבן א שלימות אין די תמימות עצמה. על ברך ווי מ'געפינט אויך בנוגע צו יעקב'ן, אז אף על פי וואס בשעה שנולד גלייך דערנאך איז געווען דער נאמען זיינער האט מען גלייך אויף אים געזאגט דעם תואר ויעקב איש תם אף על פי כן, איז לאחרי זמן, ווארום זיי פריער איז דאך געווען איש תם יושב אוהלים בהאהלו של שם און אין אהלו של אבר, געווען די מעשה מיטן מלאך וכו און ערשט דערנאך איז געווארן, אז מ'האט אים א נאמען געגעבן ישראל וואס א נאמען מאכט דאך א נייע מציאות, כמדובר ומובן וגם פשוט, ביז וואנענט אויך, אז דא איז גאר ניט סתם א נייע מציאות, נאר א הפכות'דיקע מציאות פריער האט ער געהייסן יעקב מלשון הקו, ווי דער פסוק טייטשט דאס אפ אין פשוטו של מקרא, און דערנאך האט מען אים א נאמען געגעבן ישראל דוקא מלשון ראש, וואס דאס איז פונקט דער היפך, ס'איז ניט נאר ס'איז העכער פון עקב, נאר דאס איז דער היפך פון דעם עקב, כמדובר כמה פעמים. און בהנוגע לעניננו, וואס דאס איז אויך דער ענין פון עיבור, כמדובר אויך לעיל, אז בשעת מ'מאכט אן עיבור, איז ניט נאר מ'איז משלים דעם חסרון און ס'ווערט אויסגעגליישט אין שנת החמה, נאר ס'ווערט נאך א הוספה יותר פון שנת החמה, ועד כדי כך אז דאס ווערט א הוספה וואס זי איז משלים כמה שנים, אפילו אזא שנה וואס ס'איז נאך ניט דא אין מציאות איז דאך דא, כמדובר בארוכה, ובפרט אין ספרו וואו ס'רעדט זיך וועגן חשבון העיבור וכיוצא בזה, אז ס'איז דא כמה שנים וואס דער חודש העיבור איז משלים,

7א חסרון פון א שנה וואס איז נאך ניט בעולם, ואת א שנה וואס וועט זיין לאחרי זה איז מען שוין משלים דעם חסרון וואס איז אין איר דא לגבי שנת החמה, וואס דאס איז נאכמערער מדגיש סובב גוור דער יעוד פון לעתיד-לבוא, וואס ס'איז דוקא אין דעם לעתיד-לבוא וואס קומט על ידי וואס משיח עתיד לאתבא צדיקייא בתיובתא. ו. וואס דאס איז אויך דער לימוד פון ואחי יתונה לבו פון די אושפיזין פון היינטיקן טאג, וואס דאס איז, כאמור, יעקב, און דערנאך אויך פון די פנימיות'דיקע אושפיזין איז דאך אויך אנהויבנדיק פון אושפיז וואס בראש פון יום זה ולילה זה, איז דאך דער כללות האושפיזין, אברהם יצרק יעקב און דערנאך משה ואהרן און יוסף ודוד. על דרך ווי די חסיד'ישע אושפיזין על הסדרן איז דאך אויך דער בעל שם טוב און דער מגיד און דער אלטער רבי און דער מיטעלער רבי און דער צמח צדק און דער רבי מהרש און דער רבי נשמתו עדן, און נוסף דערנאך כולט כל הענינים, נשיא דורנו יוסף כנגד שמיני עצרת, כמדובר לעיל. און דער אאשפיז פון היינטיקן מעת לעת, אנהויבנדיק פון דער נאכט, איז דאס דער ענין און די לימודים וואס מ'נעמט ארויס פון ענינו וחייו, פון יעקב איר שנקרא גם כן ישראל אף על פי כן איז החזירי הכתוב, און ער האט אויך א לימוד ווי ער שטייט אין מעמד ומצב פון יעקב כמדובר כמה פעמים, הלימוד ביז התורה נצחית, הלימוד בכל יום ויום, ועל דרך זה אויך אין דעם חסידישן אושפיז, וואס דאס איז דער אלטער רבי, וואס האט אויך אויסגעטיילט דערמיט וואס ער האט אויך צוויי נעמען, און נאך מערער על דרך החילוק מן הקצה אל הקצה ווי ס'איז יעקב'ס נעמען, אז דאס איז עקב און דאס איז ראש,

8על דרך זה איז דא אויך מן הקצה אל הקצה, אז דער ערשטער נאמען זיינער איז דאס שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש, און דער צווייטער נאמען זיינער איז דוקא א נאמען גענומען חוץ פון לשון הקודש, מ'זוכט נאר אין אים דעם קשר, אז זלמן איז אותיות לזמן, כמדובר כמה פעמים בארוכה, אין דערויף גופא איז אויך מודגש דער קשר און די שייכות צו עיבור במיוחד, וכידוע פון סיפורי רבינו נשיאינו בהנוגע צו דעם אלטן רבי'ן, ווי אזוי נאך איידער ער איז נתפרסם געווארן און ווען ער איז נאך געווען סמוך על שולחן חותמו, איז שוין דעמאלט איז ער געווען א מומחה און א גדול אין חכמת התכונה און חשבונות פארבונדן מיט כוכבים והשמש וכו'וכו כמובא אין די סיפורים, וואס א סיפור פון א נשיא איז דאך אויך א הוראה לכל הדור, וויבאלד אז הנשיא הוא הכל, וואס דאס איז דאך א סיפור איבערגעגעבן געווארן, און געהייסן מפרסם זיין, על ידי מסידורינו.

9אויך ביים אלטן רבי'ן, כאמור, איז אויך דא דער ענין, אז דערנאך דארף מען האבן בדוגמא פון תשובה בדקות, אז מ'זאגט אין לכתחילה א נאמען שניה זלמן, און דערנאך זאגט מען, און מ'איז מחדש בזה, און ס'ווערט דערפון א הוראה, אויך א הוראה בנוגע לפעולה, למעשה בפועל, וואס דאס איז הוא העיקר, אז זלמן איז דאס אותיות לזמן. וואס בפשטות איז דאך דאס, אז די שני מאורות, וואס בכללות איז דאך דאס דער תורה-שבכתב און תורה שבעל-פה, און נאכמער בשייכות בהד גשה צו דעם אלטן רבי'ן, איז דאך דאס דער ענין פון נגלה דתורה און פנימיות התורה, נוסף אויף דעם ענין אויך וואס איז אין נגלה, אז ס'איז געווען עניני א ריבוי אור אין תורה אור אין לימודי לימוד התורה שלו, און דערנאך איז אויך געווען א ריבוי וואס דער מגיד האט אים אויסגעקליבן פון אלע תלמידים, אז ער זאל זיין דער וואס וועט מאכן דעם שולחן ערוך, וואס א שולחן ערוך נעמט ארויס דער ענין ווי המסקנא, און המסקנא וואס איז נוגע למעשה, ניט די מסקנא ניט די אריכות ווי דאס איז אין יגדיל תורה ויאדיר, אין פלפולי דאורייתא און אורייתא סתם, און חולי דאורייתא, נאר ווי דאס איז ארויסגענומען אין שולחן-ערוך, וואס ווי דער שולחן-ערוך מתחילתו פון בית-יתר איז גאר בכלל בתניא ניט אנגעוויסן, דער אלטער רבי האט אבער אין דערויף אויך אריינגענומען און געמאכט דערפון אויך אן עיקר מוסיף געווען די טעני ההלכות, כמדובר כמה פעמים, און אויך מרומז אין די הקדמות בני המחבר, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס ווערט אויך א חי היתן אל לבו און א הוראה לכל אחד ואחת, האנשים והנשים והטף, כמדובר כמה פעמים, אז שנה זו טיילט זיך אויס לכל לראש בעניניו, וואס דאס איז שנת העיבור, במילא איז דאס פארבונדן מיט שנת התשובה במיוחד, און פארבונדן מיט כמה ענינים, כמדובר

10לעיל בארוכה, האט אבער אויך אין זיך דעם המשך און די מסקנא, ואדרבא די מסקנא בתוספת הוספה ועלי'בקודש פון די שנה שלפני זה, וואס דאס איז שנת תשמח ותשמח והקריל את האנשים והנשים והטף, אז מ'נעמט זיי אלע אריין אין די ענינים פון דער שנה, פון תשמוט ידיך וואס אין דערויף אויך איז דאך אויך מרומז דער ענין התשובה, אז מ'זאגט תשמוד תשמיד ידיך איז דאך דאס גופא מדגיש, אז ס'איז דא א זאך, א מציאות, און אט די מציאות דארף מען איר משמד זיין. וואס דאס איז דאך דער ענין השמיטה, און ס'דארף דאך זיין בסבר פנים יפות, ו על יורה לבבך על דרך ווי תשובה שלימה דארף זיין דוקא מת שמחה, און דוקא מתוך תורה, וואס דאס איז דאך די אושפיזין פון היינטיקן מעת לעת, און בפרט פון היינטיקע נאכט, סיי דער אלטער רבי אין ענין התורה, סיי בא יעקב אין ענין התורה, יהלו של שם און יהלו של אבר, וואס דאס איז דאך תורה שבכתב און תורה שבעל-פה, ביז מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש איז דאך אלץ נכלל אין דעם, על אחת כמה אז דאס איז כולל פנימיות התורה, צוזאמען מיט נגלה דתורה, אבער אין אן אופן אז דאס זאל שטיין בגלוי, וואס דאס איז דאך עיקר ענין התורה, אז ס'זאל זיין תורה אור און אין אן אופן אז זי זאל נוער-זיין דעם גאנצן ארום, ועד כדי כך, אז בנוגע צו זמן איז תורה מגנה ומצלא, ניט נאר באידנא דער עסיק בה, נאר אפילו לאחרי ווי ער פארנעמט זיך מיט א דבר טוב, אבער ניט דער ענין פון תורה איז זי אויף אים מגין ומציל, און ממשיך אין המשכות כל הברכות וההצלחות, און אין אן אופן ווי ס'קומט אין א דריטן מאל, וואס דעמאלט איז דאך דא דער ענין החזקה, וואס דאס איז דאך אויך דער אויפטו און דער חידוש פון שמחת בית השואבה בלילה זה, און דער חידוש פון ושמחת בחגך בלילה

11במותלות זה, וואס דאס איז שוין צום דריטן מאל, במילא האט דאס א חוזק פון חזקה און על פי הלכה און על פי תורה, און א חוזק אויך פון יום השלישי פון דער הנהגה, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט הכפל בו כי טוב וואס שטייט אין צוזאמענהאנג מיט יום השלישי, און מבואר אין מדרשים, אין תורה שבעל פה, אז דאס ווערט נמשך אין כמה ענינים וואס זיי זיינען שלישים, ועד כדי כך, אז דער רצם ווארט שליש, שלישים על כולו, איז דאס אליין באווייזשט זיין, אז דאס האט אן עילוי און א שבח, וואס דאס איז דאך דער אפטייטש פון שליש. ונוסף וכמדובר, דער עיקר דארף מען דאך דאך לומעט זיין פון דעם דבר חדש פון קביעות שנה זו, וואס אין קביעות שנה זו לייבט מען זיך גלייך אריבער התחלה פון יום השלישי, פון ימי הסוכות, איז אויך דער יום הרביעי, וואס דעמאלט איז די ענינים בשלימות הכי גדולה, און אויך א שייכות מיוחדה צו שנת העיבור, וואס עיבור און פארבונדן מיט יום הרביעי, וואס דעמאלט איז געווען די שני המאורות הגדולים, און דערנאך איז געווען דער המשך הענינים וואס ס'האט זיך אויסגעלאזט כדי ס'זאל זיין אן עלי'הכי גדולה, ביז ניט כובד וסובב גבר כמדובר לעיל בארוכה. וואס דאס איז אויך די שייכות מיוחדה, און דאס דארף זיך גלייך אויסדריקן, כמדובר, המעשה הוא העיקר, ובפרט אין דער מעשה שהזמן גרמא, און אין זמן גרמא אין דעם מעת לעת עצמו, איז דאך וואס אויך דאך מחולק לכמה זמנים, ביז וואנענט זמנים מחולקים על ידי התפילה שלהם, ידיעה שלהם און די קרבנות שלהם וכו ובכללות ארץ ובביקר וצה הראים, וואס דאס איז תפילת מנחה, כמדובר כמה פעמים, איז דאך גלייך הויבט מען גלייך אן מיטן שטורעם פון דעם חידוש שבדבר. וואס כאמור, אז דאס איז שנת העיבור, מיט כל הלימודים וואס איז דערמאנט פריער, און דאס איז אזא קביעות וואס דער יום השלישי

12איז צוזאמען דערמיט אויך א יום הרביעי בשבוע, במילא האט ער דאך די אלע ענינים טובים, אויך פון יום הרביעי, וואס בכללות איז דאך ווי די גמרא זאגט אז ג'דת איז דאס גומל דלים, וואס דאס איז דאך כללות ענין פון גאנץ סדר השתלשלות והבריה, איז דאך דאס דער ענין פון צדקתו של הקב,"ה, און דאס קומט דערנאך אראפ אין התלבשות, אין זמן ומקום. וואס דאס איז דער ענין פון יום השלישי און דער יום הרביעי, און ביידע זאכן צוזאמען, דער גובר אבער איז דאך פארשטאנדיק, נוגע לשבוע איז דאס מערניט ווי יום הרביעי, און אויך בנוגע ווען ס'איז דא כללות הענינים, איז דאך דער לעבן מיט דער צייט, מיט די שיעורים פארבונדן, איז דאך די שיעורים ווי מ'האט קובע געווען פון דעם אלטן רבי'ן, וואס דאס איז דאך זיין היינט איז דאך זיין אושפיז, איז דאך שיעורים אנהויבנדיק פון דעם שיעור פון חומש ווי ער איז פאנאנדערגעטיילט אין חלקים, און דער יום השלישי פון חג הסוכות בשנה זו האט ער דאך דעם חלק אין חומש פון רביעי, פון רביעי ביז חמישי. וואס דער חלק האט אויך א שייכות מיוחדה בשנה זו מיט א לימוד מיוחד לשנה זו, איז דאך יום שלישי בסוכות קען דאך האבן א חלק אין תורה מאיפנים שונים, ובשנה זו האט דאך דעם חלק אין פרשה וזאת הברכה, מראה באצבעי ואומר זאת און אין דערויף גופא זאגט מען אויך פון רביעי ביז חמישי וואס בשעת מ'גיט א קוק אין פשוטם של כתובים זעט מען גלייך דעם שייכות צו דעם אלטן רבי'ן בלפני זה, צו יעקב'ן

13ועדות ביעקב ותרת שם בישראל, וואס ענינם איז התורה, כמדובר לעיל, אזוי איז אויך דער שיעור אין חומש הויבט זיך גלייך אן מיט ענין התורה, און שני אופנים שבתורה דער אופן אין תורה וואס איז פארבונדן מיט מעשה, און דער אופן אין תורה וואס איז פארבונדן מיט יגדיל תורה ויאדיר. וואס יש לומר, אז דאס איז דער חילוק פנימי אין ישכר עצמו, צווישן ישכר און זבולין שוין ישכר. ווי איז דא אין דערויף אט דער חלק אין התורה, וואס ס'איז דער חלק הזבולין שבישכר ווי ס'איז פארבונדן דער לימוד התורה מיט מעשה בפועל, וואס כללות ענין המעשה איז דאך אן ענין פון מסחר, און אן ענין וואס מ'גייט ארויס פון לימוד התורה און יגדיל תורה, און מ'גייט אריין אין לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא כמדובר כמה פעמים, ועד כדי כך אז מ'זאגט אז דאס איז גאר קדם און גלייך דערמיט הויבט זיך אן פון שמח זבולן ביתתך און ערשט דערנאך יששכר בו עליך און דערנאך איז מען אויך מצרף דערצו דעם ענין פון גד די ברכה פון גד. וואס אין דערויף גופא איז מען אויך מדגיש אין פשוטם של כתובים דער ענין התורה, מ'זאגט, די מעלה פון גדן איז, דער סיום הברכה איז די מעלה פון גדן דער ענין פון שם חלקת מחוקי כספון וואס דאס גייט דאך אויף תורה, וואס משה קיבל תורה מסיני און האט דאס איבערגעגעבן עד סוף כל הדורות. נאר אין דערויף גופא דארף דאך אויך זיין א לימוד פון דעם אויפטו פון שנה זו, אז ס'איז פארבונדן דער יום השלישי והחזקה מיט די דריי ענינים, פון זבולון און ישכר און גד, וואס דאס איז דריי אופנים אין לימוד התורה, כמדובר לעיל, אז יש לומר ר'יש שכר עצמו, וואס ישכר איז דאך עניני תורה, איז אין אים עצמו דא דער חלק הזבולון שבו, דער מעשה שבו, און דער המסחש שבו, וואס קומט ארויס בנוגע ווי מ'זאל זיך פירן אין וועלט, און דערנאך אויך דער חלק התורה שבתורה

14שבו, און דערנאך איז דא אויך אין תורה דארף מען דאך האבן, ווי די גמרא זאגט, אז דאס איז אן עיקר גדול, אז ס'דארף זיין ברכו בתורה תחילה, וואס דעמאלט איז די תורה אין אזא אופן, אז די תורה איז מתאים ווי אין רצונו של הקב'ה, במילא ווערט אויך דער מגלה פנים בתורה כהלכה, ביז א הלכה וואס זי ווערט הליכות עולם לו זי פירט אן און ווערט די אנפירערין פון דער גאנצער וועלט. וואס דאס איז דער דריטער ענין אין תורה, אן אותה וואס ס'איז דא דער לימוד התורה, און דער לימוד התורה לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, און דערנאך דער תמכין דאורייתא, וואס ער זאגט גאר אין זהר, אז זיי זיינען גאר א ראש, נאך קודם הלימוד, קודם פון די לומדים, על דרך ווי אויך אין פסוק הויבט זיך אן מצמך זבולון, איז מערשט דערנאך דערמאנט ער ישכר דארף מען האבן אין דערוי� בתורה תחילה אז מ'איז ממשיך, און ממשיך אין אן אופן אז דאס ווערט א ברכה פון דעם גאנצן לימוד, במילא ווערט דער גאנצער לימוד דורכגענומען מיט דער ברכה. אין וואס באשטייט די התחלת הברכה? אז ער איז זיך מוסר נפשו אויף דער שליחות וואס מ'האט אים איבערגעגעבן. וטרף זרוע אף קדקי וואס בפשטות איז דאך דאס אן ענין של מלחמה, פארבונדן מיט מסירת-נפש ווי על פי דין איז אין רמב",ם אין הלכות מלכים ומלחמותיהם, אז דעמאלט דארף זיין מסירת נפשו ורצונו, אז ער טאר ניט טראכטן וועגן קיינע ענינים המבלבלים, און די איינציקע זאך וואס ער דארף טראכטן איז דאס וועגן נצחון המלחמה, על דרך זה אויך דארף דאך זיין דער לימוד התורה, אז בשעת ער לערנט תורה, איז אט דעמאלט, ווי נשיא דורנו האט

15מסביר געווען בארוכה דארף דעמאלט זיין די הנהגה ווי ס'איז געווען בא אוכלי המן, וואס דאס איז אויך די שייכות וואס מ'זאגט לא ניתנה תורה אלא לאוכלי המן אף על פי וואס דאס איז געווען מיט טויזנטער יארן לפני זה, האט מען זיך מסביר געווען און גערעדט בארוכה, אז בשעת מ'לערנט תורה דארף ער דעמאלט זיין אין דעם מעמד ומצב ווי אזוי אוכל המן, האט ער אין יענעם זמן ומקום, במילא האט ער דעמאלט קיינע דאגות גשמיים ניט, וואס זיי קענען אים אפציען ישימת לבבו, ביז וואנענט אפציען זיין רצון צו אכילה און שתי'וכיוצא בזה, דערפאר וואס ער איז די דרגא פון נאכלי המן, וואס זיי זיינען דאך געווען דער דור דעה פון משה רבינו, און וואס משה האט אויף זיי געזאגט, אז דאס איז זיין דור, און מיט זיי צוזאמען וועט ער גיין אין ערש ישראל, ועד כדי כך, אז ער איז געבליבן אין א מדבר העמים, אבי צוגיין מיט זיינע תלמידים, און צוגיין מיט זיין גאנצן דור, האנשים והנשים והטף, אף על פי וואס נשים איז דאך געווען רבות מהן, וואס נכנסו לארץ, על אחת כמה וכמה טפכם אשר המטה ולאו אזי יהי זיינען דאך לכאורה אלע אריין אין ארץ-ישראל, איז דאך בפשטות הכתובים פארשטאנדיק וגם פשוט, אז די וואס זיינען געווען בשעת מתן-תורה נאך אין א גיל פון טף, איז דאך דערנאך דורכגעגאנגען די ארבעים שנה, אדער די קדגא ארבעים שנה לאחרי זה, זיינען זיי געבליבן אויך אין מדבר, און ווארטן און צוגיין צוזאמען מיט משה רבינו אין ארץ-ישראל.

16וואס דאס איז אויך, כאמור, והוא העיקר, אז יעדער איד און אלע אידן דארפן וויסן אז זיי געפינען זיך מיט משה רבינו צוזאמען, בפרט נאך לויטן ביאור אין תניא, וואס דאס איז דאך היינטיקער אושפיז, כמוזכור לעיל, אז משה רבינו איז דא אין יעדער אידן אין אזא אופן אז ער איז פועל פעולתו, ניט סתם אז ער איז דארט דא אין פנימיות נפשו וכיוצא בזה אין אן אופן של מקיף, נאר כמדובר כמה פעמים, ס'רעכנט אויס בפירוש, אז דערפאר טוט ער כמה ענינים של מעשה, על אחת כמה וכמה של דיבור, על אחת כמה וכמה של מחשבה, און אט דאס ווערט דערנאך אויך נמשך, בפרט אין אן אופן וואס ס'איז פורץ גדר אין שמחת בית השואבה, וואס כמדובר כמה פעמים ווערט אויפגעטאן אין שמחת בית השואבה, אין סוכות גופא, וואס איצטער פראווען דאך שמחת בית השואבה כל השואבה שבע ימים, כמדובר לעיל, ווערט דאך אבער אויפגעטאן אין דעם ערשטן טאג פון חלמוד, דער ערשטער נאכט פון חלמוד ובפרט ווי קביעות שנה זו, אז דאס איז ניט ביום השבת, אז גלייך דעמאלט איז שמחת בית השואבה באשטייט אין דערויף א שמחה בלי הגבלות, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'איז כולל אין דער שמחת בית השואבה דער ארויספארן מחוץ לעיר, פרוייספארן מיט א שמחה גדולה פון שמח און תשמח, און דארט וואו מ'קומט זאל דארטן זיין הקהל את האנשים והנשים והטף. און מ'זאגט אז דאס איז שייך ווי שמחת בית השואבה איז טאקע דא חילוקים, ס'איז דא אזוינע וואס זיינען מרקדים און זוקים, אבוקו של ער, הרבעה אדער שמונה, און ס'איז דא אזוינע וואס עומדים ורועים, אבער בכללות זיינען אלע אין דערויף משתתף, וואנענט אז ס'קומט לפועל און מ'מאכט א טומל, אז וויבאלד אז די שמחת בית השבט צום דריטן מאל, וואס דאס איז א חזקה, איז דאך א דבר פשוט אז א חזקה איז ער אויך בכלל, און ס'איז א דבר פשוט, אז וויבאלד אז מ'קען ארויספארן דארף מען ארויספארן. הויבט אן שרייען, דער וואס איז פארבונדן מיטן אושפיז פון איינציקן טאג, וואס דאס איז אן ענין ובפרט נאך אז ער איז נאך א נא�

17איינציקן טאג, און ער הייסט גאר שניהר זלנין, און הויבט אן און שרייער, היתכן, אז מ'הייסט אים פארן מחוץ לעיר בשעת ער האט צו-טאן און דארף זיצן און לערנען תורה, און האט צו-טאן מיט א רגל וכיוצא בזה, און שמחת בית השואבה פארלאנגט, אז מ'זאל טאנצן מיט אים מיט דעם רגל. ועל דרך זה אויך בנוגע וואס דאס איז דער חסיד'ישער אושפיעס, ועל דרך זה בנוגע צו יעקב, מ'הויבט אן שרייבן ר'יעקב, היתכן, אז בשעת ער האט אויף זיך ענינים ציבורים פון כל העיר כולה, און ער דארף זען אז אלע ארום אים זאלן פראווען שמחת בית השואבה, וועט מען אים מיטאמאל זאגן, אז ער זאל אפלאזן די ענינים ציבורים, וואס ווי דער אלטער רבי ברענגט אויך אראפ, שולחן ערוך שלו, איז עסקנות בצרכי ציבור באמונה איז דוחה אפילו תלמוד תורה, על אחת כמה וכמה אז ער האט אויך אין זיך די קביעות עתים בתורה בכל יום ויום, אנהויבנדיק פון שיעורי חתת, וכמדובר כמה פעמים, ודרך אגב, אויב אפילו מאיזו סיבה שתהי'האט ער ניט, איז דאך דאס ביז איצטער טאקע געווען תמים תהיום הוי'אלקיך, און דערנאך דארף מען ערשט האבן דעם ענין התשובה, איז דאך אין לך דבר העומד בפני התשובה קען ער מכאן ולהבא איינפירן בא זיך דער ענין פון שיעורי חתת, איינפירן אין אזא אופן אז ס'וועט זיין נרות להאיר, איינפירן אין אזא אופן ווי תורה לערנט, אז ס'דארף זיין אן ענין פון טוב עין הוא יברך אזוי דארף ער זיך נוהג זיין אין די אלע ענינים ער האט געלערנט אין תורה, אז דאס זאל אנקומען צו די אלע ארום אים, און ווי דער אלטער רבי ברענגט אויך אראפ אין שולחן-ערוך, ילח און תלמוד תורה, אז יעדערער איז מחוייב אויף לעמוד תורה די אלע צו וועלכע ער קען דערגרייכן, על אחת כמה וכמה די וואס זיינען בנים און תלמידים, קרויין, בנים, וכמדובר בארוכה כמה פעמים, ובארוכה ובפרטיות,

18מצלו חכם ויחכם עוד אז מ'וועט א קוק טאן אינעווייניק. וואס דאס איז אויך דער כללות הענין בהנוגע למעשה בפועל, וואס דאס איז אן עיקר, אז דאס איז אן ענין וואס דאס איז די דריטע שמחת בית השואבה בשנה זו, און די גאנצע שנה איז שנת העיבור, וואס ענין עבודתו איז אין אן אופן פון תשובה און ממלא זיין ניט נאר דעם חסרון, נאר אויך זאל צוקומען שלימות און א שלימות גאר שלא בערך פון א שנה אחת, נאר פון שני שתי שנים, און נאך מערער ווי שתי שנים, מ'איז דאך מוסיף א חודש שלם, און דער חסדון אין שלימות איז מערניט ווי יו ד ימים און כפלשעות, כמדובר כמה פעמים בארוכה, און פועל און כולל זיין בזה אויך דעם ארויספארן מחוץ לעיר, וואס בשעת מ'קומט מחוץ לעיר הויבט ער אן טענה'ן ווער וועט אים דארטן צוגעבן די שטארקי בשעת ער געפינט זיך אין אן עיר אמיתית, וואס דאס איז עיר אלקינו איז אט דעמאלט איז דער אויבערשטער אליין איז אים מסייע, אז תורה זאגט אים, אז ער פארט ארויס מחוץ לעיר אלקינו, און דארטן איז ניט נאר ער דארף רעדן וועגן עניני תורה און שמחת התורה, ושבתו מים בששון אין מים אלא תורה, כמדובר כמה פעמים, ווער וועט אים דארטן באשיצן מחוץ לעיר? זאגט מען אים גלייך, אז מיט אים פארט מיט גד, וואס בטרף זועה אף קדקוד, אז אויב איימעצער איז געקומען צוגיין וועט אים זאגן א סברא און א שכל פון קדקוד פארוואס ער האט געדארפט זיצן ביי זיך אין דער היים און עסן סעודת יום-טוב מסוכה ושמחת בחגיך און ניט ארויספארן מחוץ לעיר און זיך מפלפל זיין, אף על פי וואס ס'איז מותר על פי שולחן ערוך, ס'איז דאך אבער טילטו די גברא על אחת כמה וכמה וכל שכן איז טילטו די נשי און טף, וואס אויך זיי נעמען דאך אויך אן איינטייל אין שמחת בנית השואבה, כמדובר לעיל, זאגט מען, אז ס'האט גלייך אויף דערויף די באשיצונג פון טרף זרועה אף קדקי אז דער וואס וועט אים וועלן מונע זיין וואס ער וועט אים אפהאלטן מיטן האנט, אפילו אט דער ווא�

19אתם אף קטות וועט ער זאגן א סברא שכלית, און אים מסביר זיין, אזוי ווי ער איז דאך א שכל'דיקער מענטש, און בפרט נאך אז ער האט געלערנט תורה, האט ער דאך אויך די הסברה פון תורה, איז וואס מיטאמאל לאזט ער זיך ארויס פון דער סוכה, וואס זי איז א סוכה שלם, ווי מ'האט געזאגט צוויי מאל אין די ימי היו-טוב, און מ'איז אויך ממשיך דערנאך פון די סוכה שלם על כל הסוכות כולם, על אחת כמה וכמה פון די סוכות בימי חג הסוכות, די סוכות כפשוטם, כמדובר כמה פעמים, זאגט מען, אז מ'האט גלייך דער ענין של גד, און גד האט אין זיך סיי אזוי און סיי א קד-קד, ער וועט אים אויך מסביר זיין בשכל פארוואס איז דוקא ער דארף ווארן, און דוקא אים דארף מען נעמען פאר די האנט, ואדרבא ער נעמט גאר פאר די האנט די אידן ארום זיך, נעמט זיי מיט מיט זיך, און פארט מיט זיי צוזאמען אויך מחוץ לעיל, על אחת כמה וכמה וואס בדרך המתה ההלוך אדער וחזר, אדער בא ביידע מאל טוט ער אויך אויף אין די ערטער וואו ער פארט דורך, אפילו ווען ער שטעלט זיך דארט ניט אפ איז ער דורכפארן און א קוק טאן אויף דארטן, און זאגן מה נאה אילן זה ומה נאה מושב זה וואס דארט פראווענט מען שמחת בית השואבה דורך אנדערע אידן, אבער אויך אלע אידן זיינען דאך אין חבל יעקב איין פאלק, עם אחד, און אין יעקב און אין ישראל, כמדובר כמה פעמים, ווי אויך ווי דער אלטער רבי האט מדגיש געווען כמה פעמים, אז די שני אור שלו, איז פונקט אזוי ווי דער שולחן-ערוך, איז דאס א שולחן-ערוך המקובל, אנגענומען על כל ישראל, און אדרבא אלע רופן אים אן, און די וואס זיינען גאר ניט חסידים רופן אים אן שולחן הרב, משא'כן בא חסידים איז ניט קיין טיטול אויפן אלטן רבי'ן אז דאס איז שולחן-ערוך הרב, וואס ער האט א גרעסערער טיטול, און בכלל מסיים האט ער אויך די מנה, כמדובר כמה פעמים האט ער אין זיך אויך די הוראה בכל ענינים אלו, סיי בנוגע צו הפצת התורה סיי בנוגע צו דער שמחה, אז בכל עניני תורה ומצוותי

20עאכו כמה וכמה מיט ובנה בחרת מכל עם ולשון ווי דער אלטער רבי איז מפרש אלס א הלכה אין שולחן ערוך שלו, אז בכל יום ויום, וואס דאס זאגט מען דאך בכל יום ויום אין ברכות קריאת-שמע, דארף ער דעמאלט מכוין זיין ובנה בחרת מכל עם ולשון לענין פון מתן תורה איז דאך פארשטאנדיק דער גודל השמחה וואס ער האט דעמאלט, און אט דעמאלט ווערט דאס אויך, כמדובר, א נשיא, א שמחת בית השואבה, צום דריטן מאל וואס הוי חזקה צוזאמען דערמיט איז דאס אויך דער יום הרביעי, אין אן אופן של איבור, און וואס בקביעות שנה זו איז דאס דוקא ביום הרביעי, מיט אלע מעלות האמורים לעיל, אנהויבנדיק פון ג'ד'גו'דלים ער פארט און גייט פראווען שמחת בית השואבה מיט אזעלכע וואס אין דעם ענין זיינען זיי דלים, ס'איז טאקע זיי פראווען ס'אין חוץ בית השואבה, אבער ער פראוועט דאס אין אזא אופן פון יוצא-וועגן, ועד כדי כך, אז כל הרועות זעט אז ער איז טאקע פריילעך, ס'איז אבער א פריילעכקייט וואס ער האט קנאפ די אייגענע באק, במילא ווערט די באק רייטלעך, רעדט ער זיך איין, אז דאס איז מצד השמחה ניט ניט צו דעם קלייטן, זאגט אים תורה, אז מ'דארף ניט האבן דעם קלייטן זיך, מ'ט צייך זיין, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיטן שיעורי רמב,"ם פון ימים אלו, ווי אראפגעבראכט דער לשון אין אלטן רבי, וואס דאס איז זיין אושפיז, און דער רמב,"ם זאגט דאס אויך בארוכה, און ווי גערעדט כמה פעמים, אז די התחלת הלכות אין רמב,"ם איז דאך לכאורה מערניט ווי די התחלה פון דער הלכה, איז ביים רמב,"ם איז דאך יעדער ענין בדיוק און יעדער ענין מסודר. און בשעת ער האט דאס געשריבן, האט דאס געוואלט אז מ'זאל דאס לייענען און לערנען על הסדר ווי ער האט דאס געשריבן, ביז ווי דאס איז נוגע בהלכה. איז דער סדר אין רמב״ם איז, אז פאר יעדער הלכה ברענגט ער פריער אראפ די אלע מצוות פארגן וועלכע ס'רעדט זיך אין דער הלכה, און רעכנט זיי אויס בפירוש, און אויך אין א לשון סחה ובר

21אז מ'זעט א קלארע זאך וואס דאס איז. אזוי איז אויך, במילא איז דאס כולל אין זיך, די אלע שיעורים וואס דערנאך זאגט מען במשך כמה ימים זיינען זיי גלייך נכלל, און נכלל אין א לשון סך הוא ברורה אין דעם שיעור וואס דעמאלט האט מען די התחלה פון דער הלכה. וואס על דרך זה איז אויך בנוגע צו הלכות אלו, שטייט דארטן גלייך, אז יעדער ענין און יעדער גוף האדם, עאכו כמה פון א אידן איז דאס אן ענין וואס דאס איז קנינו של הקב,"ה, און דער דיוק הלשון בזה קנין וואס דאס באווייזט דאך אויף אן ענין של חביבות במיוחד, מלשון המשנה, וואס אויך לשון סך און ברורה, חמשה קנינים, אדער א צווייטער ענין, אירסא און משנה, וואס ס'שטייט ארבעה קנינים, און א דריטער וואס ס'שטייט דארטן שלשה קנינים, וואס דאס איז נאכמערער הדגשה וקשר מיט יום זה. ועוד והוא העיקר, אז מ'טוט די ענינים בפועל, און מ'טוט דאס אין אן אופן, כאמור, ווי תשובה און איבור מאנט אויף, אז דאס איז ביתר שאת וביתר עוז, און מ'נעמט מיט מיט זיך אין חוץ לארץ, אין חוץ פון די ד'אמות פון בית הכנסת ובית המדרש פון נשיא דורנו, אבער מיט פון זיין יוסף און פון זיין שמחה, וואס דאס איז דאך דער שמו השני, יצחק, אז כל השומע יצחק לי דער ענין של שמחה, ביז וואנענט אז מ'נעמט מיט פון שמח און תשמח, און מ'פועל'ט אויף האנשים והנשים והטף בכל מקום וואו מ'פארט, און מ'פארט דארטן, צוזאמען מיט כל דיבורים האמורים, על כל פנים די נקודות שבהם, און מ'גיט דאס איבער אין אן אופן פון א נקודה וואס זי ווערט דער עיקר און דער שורש והתחלה, ביז נקודת התמצית, אז זי איז אויך א סך הכל פון כל הענינים שלפני זה, על דרך ווי אין רמב,"ם, איז בהתחלת כל הלכה רעכנט ער אויס גלייך אלע מצוות שבכל הלכות אלו, און רעכנט זיי אויס מיט לשון סחא וברורה, ווי מ'זעט דאס בפשטות, סיי אנשים

22סיי נשים, אפילו טף, וואס פארשטייען שוין לשון קודש, פארשטייען דאס אויך ווארום דאס איז בלשון צחה וברורה, און ס'ווערט און והוא העיקר א חזקה בכל העולם כולו, אז אידן דארפן שטיין אין א מעמד ומצב פון שמחה, און א שמחה של שמח ותשמח, און א שמחה גדולה ביותר, ועד כדי כך אז דאס פועל'ט אין אלע זיינע שמחות, ווארום ראה שמחת בית השואבה איז אט דעמאלט איז ער רואה שמחת מימיו כל משך ימי חייו, האט ער ימים שמחים, ווארום דאס איז פארבונדן מיט התורה, וואס זי איז דאך צוזאמען וואס תורת הוי'תמימה איז אויך צוזאמען דערמיט מסמחת לב, און אויך וויבאלד אז תורה איז אין לה גבול, ארוכה מערער תמידה, איז דאך איר שמחה האט אויך בלי גבול ומדידה והגבלה, ועל דרך זה אויך בנוגע צו ווי דאס איז ביים אלטן רבי'ן און אין ספר התניא פון קרוב אליך הדבר מאוד, וואס בשעת דער אלטער רבי איז מבאר דער ענין פון תמין תהי'מא הוי'אלקיך פארבינדט ער דאס גלייך, ווי אפגעדרוקט אין לקוטי תורה בארוכה ובפרטיות, אז דאס איז דער תיקון לזה און דער המשך לזה און די שלימות בזה מיט קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו, תוכן פון ספר התניא פון דעם אלטן רבי'ן, און דאס איז דער טייל פון שער בלעטל וואס איז געשריבן פון דעם אלטן רבי'ן אליין.

23יעקב'ן, אז ער דערגרייכט ביז אין עקב שברגל, איז אט דארטן ווערט אויך דער יווד בגלוי, ואדרבא דער ראשי-תיבות פון דעם עקב איז דאס אן ענין פון דער יווד שבו. בפרט נאך ווי דער אלטער רבי, דער אושפיז פון היינטיקן טאג און נאכט, איז מאריך בוי'בארוכה אין תורה אור, ווי אזוי איז יעקב איז דער יווד איז ממשיך דערנאך אין עקב, ביז וואנענט ס'ווערט עשרי עשרי נלך כמדובר כמה פעמים בארוכה. און דאס איז אויך איז ער ממשיך דערנאך אין אן אופן, ווי בא יעקב'ן איז געווען סיי עלו של שם סיי עלו של עבר און מקום א מטה שלימה, אז די אלע מושפעים זיינע, וואס זיי ווערן דאך אנגערופן בשם בנים ובנות, זיי ווערן אין אן אופן אז דאס איז מטתו שלימה, ער האט נחת פון זיין השפעה, ווארום ער גיט א קוק אויף די משפעים, זעט ער ווי אזוי זיי טאנצן אין שמחת ברית השואבה מיט אן אמת'קייט און מיט א פריילעכקייט, און אין אן אופן פון נרות להאיר, כמוזכר ומדובר כמה פעמים. און דאס ווערט דערנאך אויך נמשך אין שני אור, סיי בנגלה פון יעדער אידן, סיי אין פנימיות פון יעדער אידן, ביז אין חלק המעשה פון יעדער אידן, און ס'ווערט אויך נמשך לזלמא, נוסף לזמן, אין זמן ומקום פון יעדערן פון זיינע מושפעים און פון אלע זיינע מושפעים, ויהי רצון, והוא העיקר, אז די אלע ענינים זאלן ארויס במעשה בפועל, וואס דאס איז דאך דער עיקר אין תורה סיי פון יעקב'ן און סיי פון דעם אלטן רבי'ן, איז דאך בדוגמא ווי ביי דעם אלטן רבי'ן, לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא און דער שולחן ערוך שלו, אויך אין תורה איז דאך גדול לימוד שמביא לידי מעשה אין דערויף באשטייט דער גדלות פון דעם לימוד זאל דאס אויך אראפ און ארויס בגלוי, סיי בפנימיות און סיי בגלוי, והוא העיקר, ביז אין מעשה בפועל, אין די שמחת בית השואבה, אין אן אופן וואס בג'פעמים האוה חזקה, און דאס ווערט געטאן בחוזק, און דאס ווערט א חזקה על כל השנה כולה, אז דאס איז א שנת

24תורה, און א שנת מצוות, און א שנת פון שמח צי שמח, און א שנת פון הכל האנשים והנשים והטף, און מ'גייט אלע צוזאמען, צוזאמען מיט משיח צדקנו, וואס ער איז דאך אויך איינער פון די שבעה אושפיזין פון זהר, ובדוגמא לזה אויך די כל האושפיזין פון פנימיות התורה זיינען דאך אלע פארבונדן מיט הפצת המעיינות חוצה, וואס דעמאלט איז דאך אתי מר דא מלכא משיחא, דוד מלך המשיח, ועוד ועיקר, כמדובר, די אלע ענינים במעשה בפועל, ומתוך שמחה וטוב לבב, און ממשיך זיין על כל השנה כולה.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions