עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-y6pydda5

kind
paragraph
order
K
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דיק, ווי דער רמב זאגט בנוגע צו כל הלכות, איז ער מאריך אין סוף הלכות תמורה, אז יעדער הלכה איז פארבונדן מיט תיקון הדעות און לישר הלבבות וכו,' על אחת כמה וכמה ווען ס'רעדט זיך וועגן א גאנצע מסכתא. וואס די ביידע ענינים האבן אן ענין משותף, סיי מצד דעם בעל המעלה בעל המאמר וואס זאגט די הלכה וואס דאס איז דער סיום שבה, סיום המסכתא, סיי בהנוגע צו תוכן ההלכה, און וואס ס'איז ביידע איז אויך דא א שאלה משותפת, אף על פי וואס לכאורה רעדט זיך וועגן באזונדערע ענינים. דער סיום פון משנה פון מסכתא יומה איז דאך, אז אמר רבי עקיבא, ישראל לפני מי אתם מטהרים ומי מטהר אתכם אבינו שבה השמים שנאמר, און ווי ער ברענגט דערנאך אראפ מקוה ישראל הוי מיט דער גאנצער אריכות הדבר. על דרך זה אויך דער סיום פון מסכתא תמיד ענדיקט זיך מיט דעם שיעור שהי'הלויים אומרים ביום השבת, זמור שיר ליום השבת, ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים. וואס אף על פי וואס דא ווערט דאס געבראכט סתם, ווערט געבראכט דער זעלבער ענין אין סכתא ראש השנה, און דארט ווערט דאס געבראכט אז דאס איז א דבר וואס אין דערויף איז דא מחלוקת תנאים, אז איין תנא זאגט
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions