עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

11 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ס'איז דאך א מנהג מכמה שנים, אפקא בלי נדר, אז בשעת התוועדות אין א טאג פון א יארצייט, איז מען דאס אויך מקשר מיט א סיום פון א מסכתא, וואס איינע פון די טעמים בזה איז, ובפרט אז ס'רעדט זיך דאך וועגן אים אדער אב, איז דאך הויבט זיך אן די שאלה וואס שטייט אין שולחן ערוך בזה וכיוצא בזה, בשעת מ'פארבינדט דאס מיט א סיום מסכתא, איז זאגט דאך דעמאלט די גמרא, אז מ'האט מסיים מסכתא עביד יומא תבוא לרבנן נוסף וואס בכלל מאכט מען דאך די התוועדות לאחרי היום, איז מען אויך וויבאלד אבער אז די התוועדות איז דאס בקשר לזה, פרעגט מען די שאלה, ס'איז דאך אן ענין ניט מתאים, נאר גאר א הפכי, בשעת מ'פארבינדט דאס מיט דער סיום מסכתא, און מ'זאגט אז די סיום מסכתא איז דוקא דערפאר כדי צו ממתיק זיין און מאכן פריילעכער דעם טאג האמור, איז דאס איז די סיבה אויף דעם סיום נעמט דאס אראפ די שאלה האמורה, על כל פנים מאכט איר שוואכער.

2אין מסכתות גופא איז דאך דא ששים המה מלאכות, ובפרטיות ס'ג'מסכתות, נוסף אז ס'איז דאך דא גאר אין פוסקים וואס זאגן, אז מ'קען מאכן א סיום אפילו אויף א מסכתא שבברייתא, אדער א מסכתא שבמשנה אליין, ביז אפילו אזוינע וואס זיינען גאר מעקל, אפילו א מסכתא אויף א פרק אחד, וכמבואר באחרונים די דעות בזה. איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'קען געפינען א מסכתא וואס זי האט א שייכות מיוחדה לזמנים אלו, איז דאך יש קדימה למסכתא זו, בדוגמא פון אן ענין שהזמן גרמא, וואס ער איז דאך קודם אז ס'קומען צוויי שאלות, פריער די שאלה שהזמן גרמא, און ערשט דערנאך א שאלה כללית, וואס ניט פארבונדן מיט זמן. וואס דער זמן וואס איז פארבונדן מיט עשרת ימי תשובה, א מסכתא שבזה, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז מסכתא יומא, וואס ווי ס'שטייט אין כמה ספרים דער טעם וואס זי ווערט אנגערופן יומא דערפאר וואס דאס איז פארבונדן מיטן יום המיוחד, ווי דער פרק פון מסכתא יום הכיפורים, וואס דאס איז דער אחת בשנה, דער יום המיוחד בשנה, אין עשרת ימי תשובה, ווי דער רמב עם זאגט, אז אף על פי וואס א תשובה איז כל השנה יפה היא, איז יפה היא ומתקבלת במיוחד אין די עשרת ימי תשובה, וביום הכיפורים, איז דעמאלט ענינו איז, אז דאס איז כס מחילה וסליחה וכפרה.

3על דרך זה אויך האט דאס אויך א שייכות, מ'זאגט דאך, אז מסתת פון צדיקים, פארשטאנדיק אויך בנוגע צו צדקניות, איז דאס פארבונדן און דאס איז בדוגמא פון סרופת בית המקדש, א מסכתא וואס איז פארבונדן מיט בית המקדש, און צוזאמען דערמיט אויך הלכה איז דא די מסכתא תמיד, אויך דא די מסכתא מדות, וואס ס'ווערט דאך אנגערופן מדות על שם וואס דאס איז מדות פון בית-המקדש, זאגט דאך אבער דער רמב אז מסכתא מדות איז דארט איז ניטא קיין הלכות, אף על פי וואס מ'דארף דא האבן אויף דערויף א ביאור, ס'איז דא כמה הלכות וואס מ'קען אפלערנען און מ'לערנט-אפ פון די משנות אין מסכתא מדות, אבער על כל פנים בנוגע צו תמיד איז דא ניטא אין דערויף וואס צו דינגען זיך, וואס די ביידע סיומים פון די ביידע מסכתות האבן צווישן זיך אויך א נקודה משותפת כפי שיתבאר לקמם, אנהויבנדיק בנוגע ווי די שאלה בזה בנגלה ובהלכה,

4דיק, ווי דער רמב זאגט בנוגע צו כל הלכות, איז ער מאריך אין סוף הלכות תמורה, אז יעדער הלכה איז פארבונדן מיט תיקון הדעות און לישר הלבבות וכו,' על אחת כמה וכמה ווען ס'רעדט זיך וועגן א גאנצע מסכתא. וואס די ביידע ענינים האבן אן ענין משותף, סיי מצד דעם בעל המעלה בעל המאמר וואס זאגט די הלכה וואס דאס איז דער סיום שבה, סיום המסכתא, סיי בהנוגע צו תוכן ההלכה, און וואס ס'איז ביידע איז אויך דא א שאלה משותפת, אף על פי וואס לכאורה רעדט זיך וועגן באזונדערע ענינים. דער סיום פון משנה פון מסכתא יומה איז דאך, אז אמר רבי עקיבא, ישראל לפני מי אתם מטהרים ומי מטהר אתכם אבינו שבה השמים שנאמר, און ווי ער ברענגט דערנאך אראפ מקוה ישראל הוי מיט דער גאנצער אריכות הדבר. על דרך זה אויך דער סיום פון מסכתא תמיד ענדיקט זיך מיט דעם שיעור שהי'הלויים אומרים ביום השבת, זמור שיר ליום השבת, ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים. וואס אף על פי וואס דא ווערט דאס געבראכט סתם, ווערט געבראכט דער זעלבער ענין אין סכתא ראש השנה, און דארט ווערט דאס געבראכט אז דאס איז א דבר וואס אין דערויף איז דא מחלוקת תנאים, אז איין תנא זאגט

5אדער אן אמורא זאגט, וויבאלד ס'איז אבער א פלוגתא מיט א צווייטן תנא איז פארשטאנדיק אז דאס זאגט אלס תנא, אז וואס איז דער מזמור שור ליום השבת? לפי ששבת, בעבר בשעת בריאת העולם, און רבי עקיבא זאגט, און איין גירסא, וחכמים אומרים, אז דעמאלט האט מען געזאגט ליום שכולו שבת, ומנוחה לחיי העולמים, זעט מען דאך, אז דער בעל המימרא אין סוף מסכתא תמיד איז דאס רבי עקיבא פונקט אזוי ווי אין דער סוף פון דער משנה ממסכתא יומא. ויש להוסיף בזה, אז די צוויי גירסא'ס, צי מ'זאגט אז וחכמים אומרים על שם העתיד, ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים, צי מ'זאגט אז רבי עקיבא אומר איז איז ווי איין גירסא איז לוי פליגה אויף דער צווייטער גירסא. בשעת מ'זאגט רבי עקיבא אומר ווערט דאך דעמאלט א שאלה, הלכה כרבי עקיבא מחבירו משא ין כמחבי רב? לויט דער גירסא וחכמים אומרים האלטן א ריבוי תנאים ווי רבי עקיבא, במילא ווערט דעמאלט הלכה כרבי עקיבא ווי דער סתם משנה אין סוף מסכתא תמיד.

6משותפת וואס ס'איז דא אין די ביידע מסכתות, אין די ביידע ענינים, בנוגע צו ענין התשובה. בשעת ר'עקיבא זאגט אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרים אז דאס גייט אויפן אויבערשטן, איז קיין שאלה איז קען מען דאס זאגן, אז דאס איז ניט קיין הלכה, נאר דאס איז א תוספת שבח ותיאור די גרויסקייט פון דער מצות התשובה, בשעת אבער ער איז דערנאך ממשיך ומי מטהר אתכם לכאורה דער ענין התשובה דארף דאס זיין דוקא דער אדם עצמו, וואס ער דארף זיין שב מידיעתו, און די שלימות התשובה באשטייט ניט אין דערויף וואס איימעצער אן אנדערער טוט, ווער ס'זאל ניט זיין דער אנדערער, נאר דוקא די שלימות התשובה שלו, וואס אין תשובה האדם איז דאך דא כמה דרגות ווי מ'איז זיי מבאר אין סיום פון גמרא פון מסכתא יומא, צי דאס איז תשובה מאיראה, צי תשובה מאהבה, תשובה שלימה וכיוצא בזה, ובלשון הידוע תשובה תטאה און תשובה עילאה.

7און דא זאגט מען, אז דער ענין התשובה איז, לאחרי ווי ער זאגט אשריכם ישראל איז דער שלימות העושר בזה איז, אז ס'איז דא א מטהר אתכם, און ווער איז דער מטהר אתכם? איז דאס אבינו שבשמים מקוה ישראל הוי על דרך זה איז אויך די שאלה, בנוגע מ'זאגט צו מזמור שור ליום השבת, און ר'עקיבא טייטשט דאס אפ, ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים, אז דאס איז א הוספה אויף דעם שבת וואס איז געווען בעבר, ווערט אין דערויף די שאלה על פי נגלה, אויף שבת איז א כלל, אז שבת מקדשא וקיימא. עד כדי כך, אז בשעת מ'זאגט אין דעם נוסח הברכה בנוגע צו יום-טוב מקדש ישראל והזמנים, ווארום ישראל עינו דקדשינהו לזמנים, למועד לימים טובים, משא נכן בא שבת זאגט מען סתם מקדש השבת דער אויבערשטער אליין דערפאר וואס מקדשא וקיימא. אויב מ'זאל זאגן, אז אף על פי וואס ס'איז דא מקדשא וקיימא, אבער ישראל זיינען מוסיף אן ענין עיקרי אין שבת, בדוגמא ווי זיי טוען אויף די גאנצע מציאות פון יום-טוב, ווערט דאך דעמאלט א שאלה, פארוואס זאל מען אין דער ברכה ניט דערמאנען אויך אט דעם שבח פון שבת, וואס ווערט צוגעגעבן נוסף אויף מקדש השבת על ידי הקב'ה אויך דער קידוש פון שבת וואס קומט על ידי ישראל, אויב דאס איז אן ענין עיקר ובערך צו מקדש השבת.

8ובפרט נאך אז מ'זאגט המענהיג את השבת, וכהדוע דער לשון בדיוק, אז ער ברענגט נאך אריין עונג אין דעם שבת, נוסף אויף דערויף וואס קראת לשבת עונג אז ער רופט ארויס און מ'איז מגלה דעם עונג וואס געפינט זיך שוין אין שבת, על דרך ווי ער איז מגלה די קדושה וואס דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין שבת, איז אויך דא דער ענינג המענהג את השבת, על דרך זה אויך האט מען דאך געקענט זאגן בנוגע צו קדושת השבת, און דעמאלט ווערט אבער די שאלה, פארוואס איז מען דאס ניט מרמיז על כל פנים אין נוסח הברכה, בפרט נאך אז מ'זעט דאך אז שבת קומט צוזאמען מיט יום-טוב דערמאנט מען ביידע זאכן צוזאמען, סיי אט דאס וואס דער אויבערשטער טוט אבער בנוגע צו שבת אליין, סיי אט דאס וואס אידן טוען בנוגע צו יום-טוב, לקדש השבת והזמני וכיוצא בזה, אדער יום הזכרון וכיוצא בזה, און אט דא דערמאנט מען קיין ענין ניט בזה. וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז שבת מקדשא וקיימא טוט זיך אויף דער עיקר הענין על ידי דערויף וואס הקדוש הקדשו קדשו בשעת ס'איז געווען דער מעשה בראשית ביום השביעי, ווערט דאך אט דא די שאלה, וואס דערנאך זאגט מען, אז בשעת די לוים זאגן דעם שיעור של יומו פון דעם יום השבת איצטער, ביז וואנענט אז ס'איז געדא א קא-סלקא-דעתך, אז דאס מיינט מען און דאס איז פארבונדן מיט הקדשו מקדשא וקיימא, זאגט ר'עקיבא, ניין, אז דאס איז דוקא וואס מיינען זיי? אט דאס וואס זיי זאגן מזמור שיר ליום השבת מיינען זיי ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים, וואס דאס וואס ער איז שולל דעם שבת שבעבר איז דאס גופא איז מדגיש, אז ס'איז דא אן ענין עיקרי וואס איז אויפגעטאן געווארן על ידי ישראל,

9ועד כדי כך, אז בשעת מ'האט מקריב געווען דעם קרבן, וואס די כוונה פון קרבן איז דאך אן ענין עיקרי אין קרבן, ביז וואנענט אז על די שם ששה דברים איז מען דאך א זרך נשחט, על אחת כמה וכמה אז מ'זאגט אז דאס איז דער גאנצער ענין פון די לוים, איז לוים בדוכנם וואס זיי זאגן דעם שיר, און אט דאס זאגט מען, אז וואס מיינען זיי מיטן שיר? זיי זאגן יום השבת מיינען זיי דעם שבת דלתיד-לבוא, און דאס ווערט דער שיעור פון דעם קרבן וואס מ'איז מקריב אט דעם שבת, ווען מ'האט געזאגט אט דעם שיעור בזמן שבית המקדש הי'קיים בבית המקדש שני ובבית המקדש ראשון. דערנאך ווערט אין דערויף דער ענין וואס ס'איז דאך לישר הלבבות וואס מ'לערנט דערפון אפ בהנוגע לישר הלבבות ולתקן הדעות אויך פון דער מחלוקת שביניהם צווישן רבי עקיבא און די וואס רבי נחמיון וכיוצא בזה וואס זאגן אז דאס מיינט מען על שם העבר, און בפרט נאך אויך, אז די גמרא פארבינדט דאס אין ראש-השנה מיט ענין הגאולה, און זאגט דארטן, אז באוואס איז דא מה ראה רבי עקיבא לחלק, אז אלע ששה ימים האט מען געזאגט דעם שיר על שם העבר, און יום השביעי האט מען געזאגט דעם שיר על שם העתיד, און דערנאך איז דא אט די וואס האלטן אז אויך דעם שיום השביעי מיינט מען דאס אויך על שם העבר, איז דאס תלוי און פליגו דר'קטינא דאס איז תלוי אן דערויף ווי וועט זיין די גאולה. וואס בא דער גאולה איז דא איין דיעה, יחיינו מיומיים, אז תרי אלפי שני הדי איז דערנאך חרוב, שיתא אלפי שני דהוי עלמא,

10דערנאך איז דא חד חרוב, און דערנאך איז דא א צווייטער דיעה, יחיינו מיומייל, תרי חרוב, לויט דער דיעה וואס מ'זאגט תרי חרוב קען מען דאך ניט זאגן אז דאס איז על שם העתיד, ווארום על שם העתיד איז ניט איין יום השבת, נאר צוויי יומות השבת שבתו, במילא מוז דער תנא האלטן, וואס ס'האלט אז חד חרוב בשעת הגאולה, אז ליום שכולו שבת מיינט מען דאס על שם העבר, וואס דעמאלט איז געווען א יום השבת, יום אחד. און ויהי רצון, אז נוסף אויף דעם ביאור בכל ענינים אלו, וואס זיכער איז ער דאך דא אין א ביאור אמיתי, ויהי רצון, אז מ'זאל צו אים צוקומען, וכפי שיתבאר לקמן מה שנראה לפי עניות דעתו, און דער עיקר, אז מ'זאל קומען פון רעדן וועגן די ענינים האמורים ליום שקולו שבת ומנוחה בפשטות, וואס דאס איז דאך דא לכל הדעות, דער ענין איז נאר צי ס'איז דא יום שקולו שבת אדער שני ימים שקולו שבת, זאל מען צוקומען צו דעם ענין בפשטות, וויבאלד נאך אז מ'געפינט זיך אין ערב שבת, באלף הששי, און דעמאלט גופא געפינט מען זיך אחר חצות היום, לאחר שכבר עברו תק'שנה, און מ'געפינט זיך אין דערויף גופא שוין קרוב לפלאג המנחה וכיוצא בזה, און א שנה וואס דער רמז שבה איז, וואס זי ווערט אנגערופן און געשריבן אין שטרות, כמדובר לעיל, אז אין שטרות קען מען אפילו ניט שרייבן די שנת האלפים, און מ'איז יוצא און ס'איז א שטר כשר, אז מ'שרייבט די מאות און עשיריות און אחדות, וואס דעמאלט שטעלט זיך דאס אויס אין דעם ווארט תסמך וואס דאס איז דאך א רמז, וואס רמז איז דאך אויך א לימוד אין תורה, ביז א לימוד פון כמה הלכות, וואס מ'לערנט זיי אפ פון א רמז, כמדובר כמה פעמים, און פון דעם רמז זאל דאס ארויס בפועל, און אין אן אופן פון וזאת הברכה אז מראה באצבעו

11והומר תסמך, אז יעדער איד זאגט א צווייטן אידן וועלכן ער טרעפט, זאגט ער אים בלשון נוכח ובלשון ציווי ובלשון הבטחה תסמך, ביז די שמחה האמיתית והשלימה בקשר אין דער גאולה האמיתית והשלימה, ובמהרה בימינו, וויבאלד אז מ'איז שוין אריין אין שנת תסמך, און מ'האט שוין אין דערויף געהאט דעם ראש-השנה בשלימותו, און א ראש-השנה וואס גייט גלייך אריין פון ראש-השנה, וביות ים חתכם אלו השבתות, און דער גאנצער יאר קומט נאך א יאר וואס ער איז שבת להוי וואס אויף דערויף גייט דאך אויך דער רמז פון וביות ים חתכם ובשנת שמחתכם וואס דאס איז דער שנת השמיטה, וואס בפשטות איז דעמאלט געווען א שמחה פאר כל העניים שבישראל, ביז אפילו בהמות וחיות הארץ, איז געווען אויף קרתא דמלכא און זיי האבן געהאט מכל הפירות ותבועות השדה ותבועות הפרי הכרן וכו'וכו און דאס זאל זיין בפשטות למטה מעשרה טפחים אחיל. ובשלימות, ובמהרה בימינו ממש. לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions