English
ספרייה
kind
paragraph
order
O
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
איז דאך אויך א מצות-עשה וואס איז כולל כל המצוות-עשה, און כולל אויך די מצוה פון את הוי'אלקיך תירא וואס דאס איז דאך אויך א מצות-עשה, און וואס זי איז כולל אין זיך די אלע שאתה מצוות לא תעשה קומט דאך אויס, אז אין דעם פסוק פון ואהבת את הוי'אלקיך וואס דאס איז דאך בפשטות דער ציווי אויף אהבת הוי'האט מען אין דערויף אויך כל הציוויים כולם, סיי די מצוות-עשה סיי די מצוות לא-תעשה, כמדובר כמה פעמים. במילא, אז בשעת מ'קומט פון תפילת ערבית, וואס מ'באשטייט דאך אז לכל לראש האט מען די מצות קריאת-שמע, און דערנאך האט מען די תפילת העמידה, די תפילת ערבית, בפשטות, אבער קודם לזה איז דאך ענין פון קריאת-שמע, און די קריאת-שמע הויבט זיך אן גלייך פון פרשה ראשונה און פסוק ראשון, וואס כאמור איז דאס איז דער ציון במשפט אן ענין של הלכה, ניט א שקלא-וטריא אין תורה, וואס דאס איז דאך דא אין כמה פרטים אויך אין די פסוקים פון קריאת שמע, ס'איז דאך אבער לכל לראש איז דא דער ענין דער הלכה פסוקה שבהם, סיי בנוגע צו קבלת עול מלכות שמים, סיי בנוגע צו מצות אהבת הוי וואס זי איז כולל כל הציוויים כולם, זכר לעיל האט מען דערביי דעם ציון במשפט פדה, און דערנאך איז מען דאך אויך וכמנהג באסיפות כגן אלו, אז איידער מ'גייט זיך פאנאנדער איז מען מקיים די מצוה פון צדקה, אדער מאכן א שליח אויף צדקה, אדער מאכן זיך אליין א שליח אויף צדקה, דורך מוסיף-זיין אין די שלוחים אין די דלות וואס מ'גיט אויף געבן אויף צדקה, איז דאס גופא איז דאך אויך איז ער דאך מקיים דערנאך א מצוה, מצות הצדקה, בפרט אז ער איז נאך מוסיף פון ממון דילי אויך, ווי כרגיל ווי כגן זה האט ער דאך אויך בהוספה וואס ער איז דאס מקיים אלס א שליח, איז ער דאס אויך מקיים אלס א מצוה צדקה מצד עצמו, וויבאלד אז דאס איז ממון שלו, וואס אפילו אז פרוטה אחת איז דאך ווי ער זאגט אין תניא איז דאך היו יכול לקנות בו חיי נפשו
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים