עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-y4wj09wz

kind
paragraph
order
S
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
זאגט מען, אז דער שנת העיבור האט א צוגרייטונג פון א יאר וואס דאס איז תשמח און תשמח, א צוגרייטונג פון א יאר וואס דאס איז א יאר פון הקהל, אז יעדער אידיש קינד ווייס, אז אלע אידן איז קהל גדול אנשים נשים וטף, שטייען מיט אים צוזאמען ארויסהעלפן אים אין אלע זאכן וואס זיי זיינען פארבונדן מיטן אויבערשטן און מיט זיין תורה, און מ'נעמט דאס מיט, ווי געזאגט, מ'גרייט דאס צו אין דעם אופן א גאנצן יאר לפני זה, איז דאך פארשטאנדיק דער שטורעם און דער נצחון וואס יעדערער פון אייך האט, אין די אלע ענינים האמורים, אנהויבנדיק פון די זאכן פון וועלכע ס'רעדט זיך אין די י'בית פסוקים אין מאמרי רז'ל, כולל אויך די ספעציעלע זאכן פארבונדן מיט דעם יאר פון שנת העיבור, און אויך פארבונדן מיט דעם טאג, ווי מ'וועט שפעטער רעדן, אז זיי זאלן זיין מיט א שמחה גדולה יותר, במילא איז אויך דער נסחון גדול יותר, מיט א קהל גדול, גאר א גרויסער צוזאמענקומפ פון א סך קינדער צוזאמען, און אלע צוזאמענשטייען מיטן זעלבן תנועה, מיט דער זעלבער מטה, ווי איר האט ערשט-א געזאגט �מעי ישראל הוי'אלקינו הוי'אחד, וואס דעמאלט איז דאך פארשטאנדיק די הצלחה מיט די שמחה און מיט דעם תשמח וואס איר זיינט משמח אלע ארום זיך, אנהויבנדיק פון די עלטערן און די ברידער און שוועסטער און די משפחה ביז כלל ישראל, ביז מ'איז משמח דעם גאנצן קהל פון אלע אידן, און מ'גרייט זיי אלעמען צו צו די גאולה האמיתית, וואס דעמאלט וועט זיין דער קהל גדול ישובו הנה אין ארצנו הקדושה.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions