עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-y45qbkts

kind
paragraph
order
Ww
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
על דרך זה אויך אין יעדער זאך פון אידישקייט, בשעת מ'פלאנצט דאס איין אין ארץ חפץ, אין א אידישער נשמה, סיי אנשים, סיי נשים, ביז אפילו קינדער האט דאס דער כח, יעדער איד איז די נשמה, אז זי זאל מאכן פון דעם קרנדל, אז דער קרנדל זאל ווערן א גאנצע אילן עושה פירות, און די פירות זאלן האבן אין זיך קערנדלעך, און ווי דערמאנט כמה פעמים, אז מ'דארף ניט זוכן וואס איז דער דוגמא און דער נמשל דערפון, דאס איז גאר איינפאך, אז יעדער פרוי און יעדער טאכטער וואס גרייט זיך, אז בקרוב וועט זי דער אויבערשטער מצליח זיין, אז זי וועט אנפירן מיט א בית שלה, און דארט וועט זי זיין עקרת הבית דארף זיין צוגעגרייט ווי צו פירן איר הויז, זאל זי זיין צוגעגרייט אויף אירן איר הויז, אז ס'זאל זיין אנגעפילט מיט זאכן מיט אמת'קייט און מיט לעבעדיקייט און מיט הייליקייט און מיט געטלעכקייט, דורך דערויף וואס די הויז ווערט אויפגעפילט לויט די יראות התורה, און ווי די תורה ווערט בכל יום חדשים, אז דאס איז מיט א נייער לעבעדיקייט און מיט א נייער שטארקייט און מיט א נייער הייליקייט, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז ער האט א נייע ענערגיע, אדער זי האט א נייע ענערגיע, אויף טאן אין די אלע זאכן, און מתוך שמחה וטוב לבב, וואס דעמאלט איז דערטאן אין אזא מין אופן ווי דערמאנט פריער, ווי מ'האט ערשט געזאגט אין דעם שבת וואס ס'איז געווען ערב פון היינטיקן צוזאמענטרעפן זיך, חזק חזק אז מ'טוט דאס אין א שטארקן אופן און מיט א לעבעדיקן אופן, ביז וואנענט אז מ'זאגט דאס דריי מאל נאכאנאנד, און מ'מגנוגנט זיך ניט דערמיט וואס מ'טוט דאס אין פערזענליכן לעבן אין פערזענליכן הויז, נאר מ'זאגט אויס און דערמיט איז מען מסיים, ווי בא יעדער אידן איז די הנהגה, אז ער איז ואהבת לרעך כמוך כלל גדול בתורה ווערט פון חזק חזק פאר זיך,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions