Paragraph
Paragraph rh-y2fk5rdy
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-dbe7851n
- order
- bC
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אין חוץ-לארץ, כמדובר כמה פעמים. במילא פארשטייט אויך דער תינוק בן חמש שנים, אז וויבאלד אז מ'האט אים אנגעזאגט ועשו לי מקדש איז וואס וועט דעמאלט זיין, וועט דער אויבערשטער זיין ושכנתי בתוכם במילא זוכט ער ווען איז דאס מקויים געווען דעם ערשטן מאל. במילא איז דאך פא רשטאנדיק, אז ווען דארף דאס זיין? ווען ס'איז מקויים געווארן דער ועשו לי מקדש, און מקויים געווארן בתכלית השלימות, ווי א תינוק פארשטייט, און ווי ס'שטייט אויך אז תכלית השלימות איז? על דרך ווי מ'זאגט, אז דער ענין פון א מקדש ומשכן איז אויף מקריב זיין דארט קרבנות, וואס דאס איז דאך פשוטו של מקרא, אז וואו ברענגט מען קרבנות און וואס האט מען פון דעם משכן און פון דעם מקדש איז משה רבינו איז געווען דער עיקר פון ענין הנבואה און קול הוי בהנוגע צו יעדער אידן און צו אלע אידן, לערנט דער בן חמש למקרא און ווייסט שוין אויך די ענינים, אז מקריב זיין א קרבן, וואס בשעת מ'איז מקריב א קרבן איז אט דעמאלט ווערט ווי מ'דערציילט שוין בנוגע צו נוח'ן, אף על פי וואס דאס איז געווען קודם ביטול הגזירה, אז וירח הוי
- proofread
- 0