Paragraph
Paragraph rh-y0c1qrjd
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-6xey9469
- order
- f
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- סתם איז דאך דער ענין פון צדקה כדעיתא בירושלמי, אראפגעבראכט אין ספר תניא קדישא, כמדובר כמה פעמים, און אויך פארבונדן אין אן אופן פון שמחה וטוב לבב, ווי געדערמאנט פריער בנוגע צו יצחק, וואס דאס איז דאך שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש, און דאס איז דערנאך געשיינט און געגעבן געווארן צו נשיא דורנו, וואס הנשיא הוא הכל איז ער דאס גלייך ממשיך, טוב עין הוא יבורך כי נתן מלחמי לדל איז ער דאס ממשיך ביז אין אן אופן פון טוב הנראה והנגלה ותכלית השלימות, אז דאס דערגרייכט אויך צו כל השומע, אין אים טוט דאס אויך אויף בקרב הארץ, ביז אין אן אופן אז ס'ווערט נתגלה כל עבודתו אשר עבד וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט איז דאך הקיצו ורננו שוכני עפר נשיא דורנו, און דער נשיא וועגן ווערן וועגן וועלכע ס'איז באמת הילולא איז ביום חמישי במנחם אב, וואס דאס איז דאך דער אריז ל, און אין אן אופן וואס מ'זאגט דאך אויף דערויף, אז יצחק איז בגימטריא וואס באווייזט אויפן ענין פון ריבוי, שמונה פעמים הוי און אויך בגימטריא אויך אויף אן ענין וואס והרבה ארבה את זרעך, און דאס קומט דאס אראפ וויבאלד אז מ'מוז האבן דערצו די הכנה, און די הכנה דארף זיין לפני זה, איז א זיכערע זאך, אז יעדער איד באקומט די כחות ער זאל מאכן די הכנה, און דוקא מתוך שמחה וטוב לבב, וואס א שמחה פארבונדן מיט א סיום אפילו פון א מסכתא, איז דאך דאס א שמחה על פי שולחן-ערוך אין אמצע פון ימים אלו, על אחת כמה וכמה אז מ'פארבינדט דאס מיט א סיום אויפן גאנצן ענין הגלות, וואס א סיום באווייזט דאך, אז ניט די זאך ווערט בטל, נאר אדרבא, זי שטייט אין
- proofread
- 0