עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-xyhec0z9

kind
paragraph
order
NF
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דאס איז דאך דער ביתי בית תפילה דעם אויבערשטנ'ס א הויז, און דער אויבערשטער זאגט ושכנתי בתוכם בתוך כל אחד ואחת מישראל אז דער אויבערשטער זאגט, אז ער קומט מיט דער שכינה און מיט אלע גוטע זאכן, אין יעדער אידישער הויז און דאס ווערט זיין אמת'ע הויז, על דרך ווי ס'איז געווען דער מקדש פארן גאנצן אידישן פאלק, אזוי ווי יעדער אידישער הויז, א מקדש מעץ פאר יעדער פריוואטער פעמידה מיט די קינדער און קינדס-קינדער וואס געפינען זיך אין דער הויז, אז ס'זאל זיין ושכנתי בתוכם מ'זאל זען אין יעדער ווינקל פון דער הויז ווי אזוי דארט רוט געטלעכקייט מיט אלע ברכות פארבונדן דערמיט, אנהויבנדיק פון דער הויפט ברכה, אז דאס איז א אידישער הויז אין אלע אירע פרטים, און נאך מערער, דאס איז א חסיד'ישע הויז, וואס אט דעמאלט האט מען אויך לפנים משורת הדין, אז ס'איז ניט נאר על-פי דין און ניט מערער, חס ושלום, נאר דער אויבערשטער גיט, ווי דערמאנט פריער, פון זיין ברייטער האנט, ווארום אידן פירן זיך אויך אין זאכן פון אידישקייט אויך אין א ברייטן אופן, במילא איז דאס לפנים משורת הדין און מדת חסידות, און ווי דערמאנט מערערע
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions