English
ספרייה
kind
paragraph
order
X
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ס'זאל ניט זיין, איז אט דעמאלט איז דאס מדגיש די מעלה פון א הארת הנשמה ווי זי קומט אראפ אין בירא עמיקתא דוקא, און דארטן גופא אין א גוף גשמי, ביז וואנענט אז זי האט שוין בכח, אז זי זאל על ידי עבודתה אויפהויבן און פועל זיין ביז אין דער נשמה עצמה, ביז אין עצם הנשמה, כמובא לעיל, ובארוכה אין די דרושים ווי ס'איז געדרוקט. וואס דאס איז נאך ביתר שאת וביתר עוז בשעת ס'קומט נאך אין א פרייטאג, וואס ס'איז אויך דער פרייטאג פון פרשה במדבר, וואס דעמאלט האט דאס פנימיות התורה מגלה געווען אין אן אופן וואס מיני יתפנשן, וביחד עם זה איז דאס אויך אין שנת תסמח ותשמח, און אויך אין א שנת פון הקהל, אנשים ונשים וטף, וואס ביי א טף איז נאכמערער דער פארבונד מיט די אות הלידה, ווארום ביי אנשים ונשים לאחרי שגרבה איז דאך דורכגעגאנגען כמה שנים מת לאדתם, משא'כן ביי א טף, ווער רעדט נאך די טף וואס איז די הדגשה אין הקהל, גאר קטני-קטנים, איז ביי זיי איז פארבונד במילא איז אויך לייכטער פארבינדן דאס און אראפברענגען דאס אין מעשה, וואס דאס איז דאך דא אויך ביי א קטן, וויבאלד אז ס'איז דורכגעגאנגען א מיעוט זמן גשמי, על אחת כמה וכמה א מיעוט זמן חומרי וואס איז מפסיק בינתיים, על אחת כמה וכמה אז מ'פארבינדט דאס אויך ווי דעם ענין פון נתינת הצדקה, וואס צדקה איז דאך כמדובר כמה פעמים זי פון למטה מטה ביותר, נאך אין נידעריקע אין בירא עמיקתא עצמה איז דאס מעמינו של אדם שמעמידו על רגליו במילא שטייט דאך דאס נאך נידעריקער פון רגלו האדם, און דאס ווערט מעמידו על רגליו אין אזא אופן, ווי געזאגט אין דעם מאמר, אז דאס הויבט אויף די נשמה וזי'למעלה צוזאמען מיטן עצם הנשמה.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים