English
ספרייה
kind
paragraph
order
9B
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
זיך, ווארום אט דאס איז דאך די שליחות פון יעדער אידן, אנהויבנדיק פון אידישע קינדער, אז זיי זאלן אריינברענגען די ליכטיקייט פון אידישקייט אין דעם צימער אין וועלכן זיי עסן און טרינקען און שלאפן, און דורך דערויף צוגעבן נאכמערער אין דער גאנצער דירה, אפילו אז דארטן איז דא נאך ברידער אדער שוועסטער אדער די מוטער און די פאטער און זיי אלע צוזאמען, יעדערער פון זיי גיט זיך צו אין אריינברענגען ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור אין דער הויז, איז דא א ספעציעלע שליחות צו יעדער אידישן קינד, אז דורך דער נשמה שנתת בי, וואס זי איז טהורה היא זאל מען אריינברענגען ליכטיקייט אין דער הויז, און נאך מערער, אז די הויז זאל לייכטן אין דער גאנצער שטאט, אפילו ווי מ'געפינט ווען מ'געפינט זיך אין גלות און אין א שטאט וואס אידן זיינען דארט ניט דער רב פון די איינוואוינער, איז אפילו אז מ'לעבט אין א אידישע שכונה, איז דאך דאס אבער א טייל פון דער גאנצער שטאט וואס דארט זיינען דער רב ניט-אידן, וואס ניט-אידן, איז דאך צווישן זיי קען זיין אויך אזוינע
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים