Paragraph
Paragraph rh-xtc5y7ee
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4x0dtfw7
- order
- d2
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ס'קומט אויך צו אין היינטיקן יאר צוויי ספעציעלע זאכן. איין זאך, וואס ראש-השנה איז דער ערשטער טאג, שכל בשבת, וואס דאס באווייזט, אז דער גאנצער יאר דארף א איד זיך משתדל זיין, זיך אנשטרענגען, אז ס'זאל זיין ניכר שבת'דיקייט אין דעם גאנצן יאר, וואס לכאורה אין זאכן וואס זיי זיינען וואכעדיק ברענגט ער אין זיי אויך אריין קדושה, וואס יעדער קדושה איז דאך פארבונדן מיט שבת, און ס'איז אויך פארבונדן דערמיט, וואס דאס קומט אויך אין צוזאמענהאנג מיט דעם וואס ענדיקט זיך ערב ראש השנה ענדיקט זיך צוויי הונדערט יאר זינט דער רבי דער צמח צדק איז געבארן געווארן, וואס דעמאלט האט מען דאך א כלל, ווי דער רבי נשיא דורנו דער שווער האט ערקלערט מערערע מאל, אז דעמאלט איז דער מזל כובד פון דעם וואס דאס איז
- proofread
- 0