עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-xsxa4dbe

kind
paragraph
order
V
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ביז אין אן אופן פון יכל בראש-השנה, וואס בכל ראש השנה איז דאך יכלו ממתקים ומחמדים, על אחת כמה וכמה אין יום-טוב של ראש-השנה שכל להיות בשבת, וואס דאס איז דאך דער ענין פון עונג. ביז אז דאס ווערט דער עיקר הענין פון עונג. תענוג, און דאס פארבינדט מען אויך מיט פשט ומעשה, מיטן לשון שאפרו מעשיכם. און דאס ווערט דערנאך א הוראה, צוזאמען מיט א ליכטיקן נתינת-כח, אז דאס איז בכחו של כל אחד ואחת, על ידי הליכה בדרכיו ובאורחותיו, און א הליכה אין אן אופן פון נצח סלה ועד וואס האט דאך אין זיך די ביידע ענינים. דאס איז דוקא אין גדר הזמן, אז ניט איז ניט שייך דער לשון נצח סלה ועד אין א זאך וואס איז ניט בגדר הזמן, אבער אין זמן גופא ווערט דער שלימות אין זמן, אז דאס איז א זמן פון נצח סלה ועד, וואס דאס איז דאך אויך דער תכלית השלימות אין כללות ענין הזמן ומקום, אז ס'וועט זיין דער חיים נצחיים, און כל הענינים אין אן אופן פון נצחיות, על אחת כמה וכמה אין די ענינים עיקריים, וואס דאס איז זמן ומקום.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions