transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1דעס אודיעא האט ביין רעסטאורעד ביי דזשעם.
¶2ישראל כמה וכמה פעמים עשרה, וואס חכינתא שריא, על אחת כמה וכמה אז דאס איז כמה וכמה פעמים עשרה ברוב עם הדרת מלך, איז דאך דאס נאכמער מחזק דעם ענין פון מלך זאל זיין פארבונדן מיט דבר מלכות, ובפרט נאך אז צדיקים איז דאך דומים לבוראן וואס נפשי כתבית יהבית אז דער בורא, דער אויבערשטער, האט זיך אריינגעגעבן יהבית בתורתו, איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז דומים לבוראן בכל עניניהם, עאכו כמה וכמה אין אן ענין עיקרי שלהם.
¶3ובפרט נאך, אז דאס איז געווארן אן ענין עיקרי וואס איז נתפרסם געווארן לרבים, וואס דוקא אונזער דור האט זוכה געווען, אז דאס איז אויך ארויס בדפוס, וואס דער צמח צדק האט דאך אויף דערויף געזאגט, אז אן ענין שבדפוס ווערט דאס אן ענין לדורות, וכמבואר בכמה ענינים ובכמה מקומות, אז בשעת מ'זאגט דורות לשון רבים פארבינדט מען דאס מיט לדור דור וואס דאס איז דאך אויך אין תפילת ראש השנה, און אויך די ביאת משיח צדקנו,
¶4איז דאך פארבונדן מיט מחיית זרעו של עמלק, וואס דאס איז דאך אויך אויף דערויף אויך דער ענין און דער לשון אין תורה פון לדור דור, און דאס פארבינדט מען אויך מיט אט דאס וואס די זאך און די שליחות פון א אידן איז דאך, אז ער זאל ממשיך זיין אלקות, לדור דור, אז אף על פי וואס אויבערשטער האט געוואלט אז ס'זאל זיין א ריבוי ענינים, במילא אין זמן א ריבוי דורות, איז דא אבער די נקודה היחידה וואס פארבינדט זיי אלעמען, און פון אחדים שלהם ווערט דאס אן ענין ביז אין אן אופן פון יחיד. וואס דאס איז דאך אויך דער פירוש פון א דבר נפלא, וואס אזוי איז דאך דער דין, אז ס'דארף זיין אין מוספים פון ראש-השנה עשר פסוקים, סיי בא מלכיות, סיי בא זכרונות און סיי בא שופרות. איז בנוגע צו זכרונות און שופרות געפינט מען די פסוקים, און מ'דארף זיך ניט דינגען און מ'האבן א לימוד מיוחד, דערפאר וואס ס'שטייט בגלוי דער לשון שופר אדער דער לשון זכרוב, אז ס'קומט צו מלכיות געפינט מען ניין פסוקים, און דעם צענטן פסוק זאגט מען, אז דאס איז דער פסוק פון שמע ישראל הוי'אלקינו הוי'אחד, אז דאס איז אויך אן ענין פון מלכיות.
¶5איז דאך לכאורה ניט פארשטאנדיק, דער אויבערשטער האט דאך געגעבן די תורה אין דעם נוסח וואס ער האט געוואלט, איז אין זכרונות און שופרות האט מען געגעבן פסוקים, צוזאמען מיטן ציווי, אז בראש השנה זאל זיין עשר פסוקים, וואס עשר באווייזט דאך אויף ענין השלימות, בדוגמא אויך ווי אין וועלט וואס על מילואו נברא איז בעשרה מאמרות נברא העולם. בשעת ס'איז באקומען צו מלכיות, האט מען געשריבן התשעה כתובים שטייט מלך בלשון גלוי, און דערנאך דעם צענטן פסוק, און וואס דעם פסוק זאגט מען בסיום וחותם פון די אלע עשה פסוקי מלכיות זאגט מען דעם לשון אחד און דערנאך דארף מען אפטייטשן און לערנען אין דעם, אז דאס איז אויך אן ענין פון מלכיות. איז דאך איינער פון די פירושים בזה, אז אדרבא דאס גיט ארויס דער תכלית הענין אין די אלע ענינים פון די דריי, איז דאך די כוונה פון די אלע עשר איז, אז זיי זאלן קומען צו תכלית השלימות אין די עשר עצמם, וואס דערפאר איז דאך אויך איז דאך אויסגעטיילט דער מחותמים דוקא בתורה וכו,' ווי כמה ענינים פארבונדן מיטן פסוק האחרון מיט וועלכן מ'איז מסיים, וואס איז דער תכלית און די שלימות פון מלכות איז? אז ס'ווערט אחד און דעמאלט ווי ס'קומט צו ראש השנה, וואס דעמאלט דאך, אז די ענינים זאלן ארויס מן הכח אל הפועל, שטייט דער תכלית השלימות פון מלכות אין אן אופן ובלשון גלוי, ביז אין דעם ווארט אחד. פונקט אזוי ווי דער רמז פון דעם ווארט אחד איז דאך באווייזט דאך דאס, אז דאס פארבינדט דער כל העולם כולו, תכלית השלימות, אין מקום,
¶6די אותיות פון אלף חס און דארף, אז דאס איז ד'רוחות העולם, און ז'רקיעים וארץ וואס דאס איז דער חס און דער אלפו של עולם, וואס מאכט פון זיי אלע איין און איינציקן ווארט, איז דאס איז אויך שטייט דער ענין דא ברמז, און שטייט נאכמער בגלוי אין דעם אפטייטש פון ווארט אחד באר היטב אין אלע שבעים לשון, אז מ'טייטשט אפ אחד טייטשט מען דאס אפ איז מען דאס מעתיק ומבאר היטב ווערט דאס אן ענין וואס שטייט אחדות אפילו אין שבעים לשון בגלוי. וואס דאס איז אויך בהנוגע לעניננו, איז דאך אויך דער ענין פון פותחין בדבר מלכות, בשעת מ'פארבינדט דאס מיט דעם ענין פון מאן מלכי רבנן, וואס רבנן איז דאך ענינם תורה, ווי ס'איז אויך אפגעטייטשט אין דעם ווארט רבנן דערפאר וואס זיי האבן געלערנט תורה ביז וואנענט זיי זיינען געווארן תורה, ביז וואנענט אז תורתם נקראת על שמם, איז בשעת מ'פארבינדט דאס מיט תורה שלו, ווערט דאס דער ענין פון דבר מלכות בגלוי, און דורך תורה, וואס תורה איז דאך תורה אור, ובפרט נאך וואס דער חידוש בגלוי פון תורתו פון צמח צדק איז דאך, אז דארט קומט ארויס אין א ליכטיקן אופן, ווי אזוי נשמתא דאורייתא און גופא דאורייתא און נשמתא דנשמתא דאורייתא און לבושי תורה ווערן איין זאך א תורה אחת, ביז וואנענט זיי ווערן פאראיינציקט אין דעם זעלבן דרוש,
¶7וואס דאס איז דאך, כמדובר כמה פעמים, דער חידוש אין תורתו פון צמח צדק. וואס מ'געפינט דאך ביי אלע נשיאים, איז דאך בא זיי דא ענינים של תורה בגלוי, נגלה דתורה, און ענינים של תורה פון פנימיות התורה, ביז וואנענט אז ס'איז דא איינצעלני מאמרים אין וועלכע ס'איז דא סיי פנימיות התורה און סיי נגלה דתורה, אז דאס זאל זיין אין א ריבוי עצום פון מאמרים, און אין אן אופן אז ס'זאל זיין צוזאמענגעמישט און צוזאמענגעמישט למעליותא, ווי מ'זעט דאך, אז בשעת דער צמח צדק ברענגט אט די מאמרים פון נגלה און פנימיות התורה, איז אף על פי וואס ער ברענגט זיי אין דעם זעלבן מאמר, איז דארט גופא טיילט ער פאנאנדער און בינט דאס צוזאמען, אז דאס איז נגלה ווי ס'שטייט אין דעם און דעם ארט אין נגלה, און דאס איז פנימיות התורה ווי ס'שטייט אין דעם ארט, אין פנימיות התורה, און מאכט פון די ביידע צוזאמען אן איין און איינציקע הוראה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון תורה בכלל ובפרט, וואס הוראה איז דאך אויך פון לשון אור, און אויך פארבונדן אז מ'זאגט מאור שבתורה, מאורות הגדולים, איז דאך דאס אויך פארבונדן דער שורש איז אלץ דער זעלבער שורש וואס דאס איז דער ענין פון אור, און אט דאס ווערט אין דער ריבוי עצום, אין רוב המאמרים והדרושים הנדפסים, דוקא אין פנימיות התורה, וואס דארט איז דאך עניני תורה ארויסגעגעבן געווארן אין אן אפענעם אופן, אין א ליכטיקן אופן, איז בנוגע צו נגלה דתורה פון צמח צדק, איז דארט איז ניט אריינגעמישט פנימיות התורה, ואדרבא, ווי ער שרייבט אין איינע פון שאלות תשובות שלו פארבונדן מיט מקוואות, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין התורה,
¶8תורה, מים שעה און מים חיים און קול מים חיים, דער מעיין, כמדובר ומבואר בכמה דרושים פון צמח צדק, משא-כן אבער דוקא אין פנימיות התורה אט דארטן ווערט נתגלה, ביז אין א ליכטיקן אופן, בדוגמא ומען ווי ס'וועט זיין לעתיד-לבוא דער לימוד פנימיות התורה, אין אן אופן גלוי ומפורש ומבואר בתכלית הביאור והפשטות, איז דארטן שטייען אט די אלע חלקי התורה, אנהויבנדיק פון פשט שבתורה, און דורכגייענדיק רמז און דרוש שבתורה, ביז סודות התורה, פרדות שבתורה, און ס'ווערט אין אן אופן פון מטייל בפרדס, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט ענין התענוג בפשטות, על אחת וואס נשתלשלו מהם ווי די ענינים שטייען אין אסתכל באורייתא אין תורה, און ווי די נשיאים האבן זיך געמאנט און געגעבן כח, און האבן אליין באוויזן א ביישפיל, פתח הענין, און סלף געווארן א דרך סלולה ווי אזוי מ'קען לערנען אן ענין אין תורה, און מ'דארף לערנען אן ענין אין תורה, וואס דאס זאל ווערן דערפון אן ענין אין וועלכן ער איז זיך מתענג, און אזוי אויך אין תורה עצמה, וואס תענוג שבתורה איז דאך דאס פנימיות התורה זאל ווערן איין זאך מיט פשט שבתורה, ביז אז דוקא אין פשוטו של מקרא, און ווי מ'לערנט דאס מיט א בן חמש למקרא, וואס על פי תורה איז ער נאך ניט שייך צו גילוי און עול פון פנימיות התורה אין אן אופן פון חב אד, איז אף על פי כן האבן די ר'יהם נשיאים געזאגט, אז דארט ליגט יונו של תורה. און פארבונדן דאס איז אויך מיטן מאמר שלאה הידוע, אז דאס איז נפלאות שבתורה.
¶9יום הכגרים בהוספה צו יום הולדת, איז דאך אויך דער ענין וואס דאס איז ערב ראש השנה, וואס דעמאלט ווערט דאך געבארן אדם הראשון, און על דרך זה ווערט דאס נתחדש מידי שנה בשנה איז דאך אויך דער יום הולדת פון דעם צמח צדק, כאמור, איז דאס ערב ראש השנה, בדוגמא ווי אסתכל באורייתא קומט דאס דערנאך אראפ אין וועלט לאחרי זה. במילא דארף דאך אויך זיין, פון ריבוי תורתו איז דאך דער ענין אין תורה פון א זמן גרמא ווי די הלכה איז, אז בשעת מ'האט כמה ענינים בתורה איז דעמאלט הויבט מען אן מיט דעם ענין שהזמן גרמא, וואס דאס איז דער ענין פארבונדן מיט ראש-השנה, וויבאלד אז דאס איז ערב ראש-השנה, וואס ס'האט דאך אין זיך אויך דעם אפטייטש, אז דאס איז דער ערב און הכנה און דער טרח בערב, וואס דערנאך ווערט דערפון דער יכל בראש-השנה.
¶10ביז אין אן אופן פון יכל בראש-השנה, וואס בכל ראש השנה איז דאך יכלו ממתקים ומחמדים, על אחת כמה וכמה אין יום-טוב של ראש-השנה שכל להיות בשבת, וואס דאס איז דאך דער ענין פון עונג. ביז אז דאס ווערט דער עיקר הענין פון עונג. תענוג, און דאס פארבינדט מען אויך מיט פשט ומעשה, מיטן לשון שאפרו מעשיכם. און דאס ווערט דערנאך א הוראה, צוזאמען מיט א ליכטיקן נתינת-כח, אז דאס איז בכחו של כל אחד ואחת, על ידי הליכה בדרכיו ובאורחותיו, און א הליכה אין אן אופן פון נצח סלה ועד וואס האט דאך אין זיך די ביידע ענינים. דאס איז דוקא אין גדר הזמן, אז ניט איז ניט שייך דער לשון נצח סלה ועד אין א זאך וואס איז ניט בגדר הזמן, אבער אין זמן גופא ווערט דער שלימות אין זמן, אז דאס איז א זמן פון נצח סלה ועד, וואס דאס איז דאך אויך דער תכלית השלימות אין כללות ענין הזמן ומקום, אז ס'וועט זיין דער חיים נצחיים, און כל הענינים אין אן אופן פון נצחיות, על אחת כמה וכמה אין די ענינים עיקריים, וואס דאס איז זמן ומקום.
¶11וואס דער מאמר פון צמח צדק, וואס כאמור איז שוין דא אין דרוק, במילא איז דאס אן ענין לויטן צמח צדק, פסק דין לדורות, און פארבונדן מיט ראש השנה, און פארבונדן אויך במיוחד ראש השנה איז דאך די נקודה שתבליכוני עליכם איז דאס א מאמר וואו ס'רעדט זיך וועגן ראש השנה, און וואו ס'רעדט זיך וועגן תבליכוני עליכם, און וואו ס'רעדט זיך אויך וועגן מלך על כל הארץ, און וואס ס'רעדט זיך בשבחם של ישראל, וואס שבח, ווי ער טייטשט דארטן אפ, איז דאס אויך ווי דער אפטייטש פון תענוג. און פארבונדן אויך מיט זמן ומקום, וואס דאס איז דאך דער מאמר הידוע, וואס התחלתו און דברי המתחיל שלו איז דער פסוק את הוי'האמרת היום והוי'העמירך היום, ווי שוין אפגעדרוקט אין דעם ספר וואס מ'האט אים א נאמע געגעבן דער ערשטער וואס האט מפיץ געווען אור התורה, וואס דארט איז ער מפרש, אז העמרתא און אויך העמירךא האט אין זיך ג'פירושים, וואס דאס איז דאך אויך בדוגמא און דער קשר פון ראש השנה, כללות ענין ראש-השנה שטעלט דאך אויך ארייס און אין אן אופן ליכטיקן אופן, אין ג'ענינים, וואס דאס איז מלכי זכרונות און שופרות, וואס דאס איז כולל כל עניני ראש-השנה, און די התחלה בזה איז שתמיכוני עליכם און אין וואס פאר אן אופן פרעגט מען דאך די שאלה, אז ער איז דאך געווען א מלך
¶12נאך פאר דעם, דאס וואס אידן טוען אויף, אז ס'זאל זיין מלכותו ברצון, איז ווערט דאס דורך קבלו עליהם שתמליכוני עליכם, ווי ער טייטשט אפ אויך אין דעם מאמר, אז דאס איז בדוגמא וואס מ'זאגט, אז ס'איז דאך דא די מציאות העולם בחיצוניות נאך פאר ראש-השנה, דאס וואס ראש-השנה טוט-אויף, טוט דאס אויף דער עיקר אין פנימיות העולמות, ביז פנימיות שבפנימיות, ביז עצמות ומהות, און אט דאס מאכט אויך א שינוי, ביז א שינוי עיקרי, אויך אין חיצוניות העולמות, כמבואר בארוכה אין די דרושים פון כוונת ראש השנה, בענין תקיעת שופר על פי כוונת בעל שם טוב, געדרוקט אין דעם סידור, מיט חסידות פון דעם מיטעלן רבי'ן. ווערט דאס אויך אין אן אופן, כאמור, אז ער הויבט-אן גלייך דעם פירוש, אז דער ענין הכתוב רעדט זיך דאך וועגן האמרת און האמרך האט דאס אין דערויף ג'פירושים, און די אלע ג'פירושים שטייען אין דעם זעלבן ווארט, און דערנאך איז ער אויך מחלק דער פסוק עצמו, אז ס'איז טאקע דער זעלבער היום, אבער דארט גופא איז דא צוויי ענינים, ווי האמרת און דערנאך איז דא דער ענין פון האמרך. און טייטשט דאס אפ, כאמור, אז דאס איז די ג'פירושים, אז היום בראש השנה איז ענינו איז, אז ס'זאל זיין את עבדי האמרת
¶13וואס פירוש הראשון בזה איז דאס פון לשון אתם עשיתוני, חטיבה אחת פארבונדן מיטן ענין פון תענוג, ווי ער טייטשט דאס אפ, וואס תענוג באדם אין אן אופן גלוי איז פארבונדן מיט בינה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון שופרות, לויט דער איינטיילונג אז מלכי איז זכרונות און שופרות איז דאס ממטה למעלה, ווי עבודת האדם, איז דאס דער ענין פון מלכות, און דערנאך קומט זהב, און דערנאך קומט בינה, וואס דאס איז אבער ווי בינה איז קודש הקדשים, און כולל אין זיך, דורך דערויף וואס זי ווערט אנגערופן בשם אשר וואס איז אויך כולל דעם אפטייטש פון אשר וואס דאס איז כולל די אלע דריי ספירות, כמבואר אין פרדס, אראפגעבראכט אין חסידות, און מבואר נאך מערער בכמה וכמה דרושים, אויך אין דרושים פון צומח צדק. און מ'זאגט, את העבדה האמרת היום מלשון שבח, דורך דערויף וואס חסיסוני חטיבה אחת, וואס דאס איז דוקא טוען-אויף אידן, ווי בקשת הקב."ה, און צוזאמען מיט דעם נתינת כח, האט דאס אויך דעם ענין פון אש שלמעלה און פון יתערותא דלעילא, אף על פי וואס דאס איז תמליחו ני ווערט אין דערויף די התחלה פון בקשת הקב,"ה, און אידן פועל'ן דאס אויף, און ס'ווערט את המרתה אז דער אויבערשטער נעמט דאס אן דורך דערויף וואס אידן האבן געבעטן, און זיי האבן אויפגעטאן דעם ענין פון ההאמרתא דו האסט אים געמאכט, כביכול, אננעמען אט דעם שבח, ביז דעם העכסטן שבח, וואס דאס איז מלכות ווי דאס איז בתכלית השלימות.
¶14דערנאך ברענגט ער אראפ דעם צווייטן פירוש, וואס ההאמרתא איז דאס פון לשון לבוש, אמרתו, וואס דאס איז אויך פארבונדן אז ס'קומט אראפ פון תמליכוני עליכם דארף דאך דאס דערנאך אראפקומען אין בריאות העולמות, אין מלך ביז אין אן אופן פון אין מלך בלי עם. איז דער סדר בזה איז, אז ס'איז דא דער ענין פון מקיפים וואס דאס איז דער ענין הלבושים, און ערשט דערנאך קומט דער דריטער אפטייטש אין אתהברא האמרת היום וואס דאס איז מלשון אמירה ודיבור, וואס בראש השנה, איז פונקט ווי דעמאלט איז דא דער תמליכוני עליכם דער ענין התענוג, אזוי איז אויך דעמאלט דא הוי'מלך גויות לבש וואס דורך בקשת ישראל פון תמליכוני ווערט דער אויבערשטער גויות לבש און דערנאך ווערט אויך דער בנין פון עולם הדיבור, אז מחדש ומאיקרו על ידי עצמות ומהות, וואס דאס איז דער ענין פון ראש השנה, בנין עולם הדיבור דער דריטער אפטייטש אין המרתא. וואס ווי דאס שטייט אין פשוטו, כפשטות הענינים, איז דער פירוש הכי פשוט אין את הוי'האמרת האמרך איז דאס דוקא דער ענין הדיבור, ווי כרגיל בריבוי מקומות במקרא, מיטן פירוש הפשוט בזה, און ערשט דערנאך דארף מען אנקומען און אפלערנען מכמה ענינים, טאקע אנהויבנדיק פון תרגום וכיוצא בזה, אויך דער ענין לבוש, וואס דאס איז דער אופן העלי'ממטה למעלה, און ערשט דערנאך דער דריטער אפטייטש,
¶15וואס מ'לערנט דאס גאר אפ פון תורה שבעל-פה, אפילו ניט פון תרגום, וואס דאס איז דער ענין פון חטיבה אחת, וואס דאס איז דער ענין פון תענוג. דערנאך איז ער גלייך ממשיך, אז הוי'האמירך, וואס מדתו של הקב",ה איז דאך מדה כנגד מדה, אבער כמה פעמים ככה, במילא איז דאך פארשטאנדיק, לויט אז פון הוי'האמרתא ווערט הוי'האמרךא וואס דער פירוש הפשוט בזה איז דאך, אז די אלע דריי ענינים טוט-אויף דער אויבערשטער אין אידן, און אויך על הסדר מלמעלה למטה, ווי ער ברענגט דאס אראפ אין מאמר בהתאם צו דעם פירוש אין המרתא אויך דער ענין ווי דאס איז וואס א איד איז מקבל עול מלכותו, וואס דאס איז תחילת העבודה, ביז אין אן אופן אז דאס לעבט דערמיט וואס דאס איז דאך דער מודה אני לפניך און מלך חי און דערנאך קומט דאס אויך אראפ דורך דעם אנטאן די לבושים פון טלית, און דערנאך תפילין, און בכללות לימוד התורה, און דערנאך ענין המצוות, וואס דאס איז אויך די דריי ענינים, ווי דאס איז אין הן מרחא, אז א איד האט תענוג מיט דעם ענין פון תמניחוני הלכה און וואס דער אויבערשטער האט אנגענומען די בקשה. און דערנאך התקבלו גזירותי על ידי ההקדמה פון פריסו דמלכא, וואס דאס איז מקיף את כל האדם כולו די לבושים פון מצוות, און דערנאך ווי דאס קומט אויך אראפ אין תורתך ביז אין אן אופן בתוך מאי
¶16וואס דאס איז דער ענין הדיבור והאכילה, ביז אז נעשה דם ובשר כבשרו. וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז ווי תורה זאגט דאך, אז אם בחוקותי תלכו ואת מצמתי תשמרו איז אט דעמאלט קומען-אן די אלע ברכות פון דעם אויבערשטן בתכלית השלימות שלהם, איז דאס אויך אין דעם אופן, אז דער אויבערשטער גיט אידן, צום אלעם ערשטן, אז זיי האבן א חיים של תענוג אמיתי, און דערנאך קומט דאס אזוי אויך אראפ אין פרטי חייהם, אז זיי האבן כל הענינים שלהם אין תכלית השלימות והתענוג, אבער ווי די ענינים קומען אויך אראפ אין פרטים, אנהויבנדיק פון בגד ללבוש, און דערנאך אויך לחם לחל, אבער אין דערויף גופא די לבושים אין אן אופן ווי ס'וועט זיין לעתיד-לבוא, האט מען מעין זה שוין בעולם הזה, און ווי ס'איז געווען ביי אידן בשעת זיי זיינען געשטאנען אין תכלית השלימות גלייך נאך מתן תורה, איז דאך סמלתך, לבאלתך מאלך, און אויך על דרך זה כל הלבושים שלהם, ניט נאר די סמלא, אף על פי וואס דער עיקר איז דאך די סמלא אור תאור סלמא, וואס דערפון נעמט זיך דערנאך דער גאנצער ענין השמלו שבעולם, ווערט דאס אזוינע לבושים וואס זיי איז ניט שייך, אז דארט זאל זיין דער ענין פון ואלסך פונקט אזוי ווי אין סלמה פון תורה איז בכל יום חדשים, על דרך זה ווערט אין דער תורה פון א אידן, ווערט על דרך זה, ביז אין אן אופן בזה ממש, אויך אין לבושים שלו, אז דאס איז
¶17רבושים של תענוג, במילא איז לא ואלתא וויבאלד אז דאס איז מאלך. ועל דרך זה קומט דאס אויך אראפ ביז אין ענינים של דיבור, ביז אין ענינים פון עשי דם ובשר כבשרו, אז ס'ווערט אויך בדוגמא ווי לחם מן השמים שטייט בגלוי אין דעם לחם מן הארץ, ואדרבא ביתר שאת וביתר עוז, במילא ווערט דאס א לחם וואס אין אים איז ניט שייך קיין ענין של פסלות חס ושלום, ס'איז כולו טוב, בדוגמא ווי ס'איז געווען דעם ערשטן ראש השנה, בבריאתו של אדם הראשון, איז געווען כולו טוב, ביז וואנענט אז אפילו פון דעם היפך, איז וואס שטייט בגלוי איז שטייט דער ענין אז דאס ווערט טוב מאוד, וואס דאס איז שוין געווען אלס א התחלה אין דעם ערשטן ראש-השנה, האט מען דערביי דעם אנזאג פון תורה אור אז להעלות בקודש און ווי דער אלטער רבי טייטשט דאס אפ אין אגרת הקודש הידוע, אז בכל שנה ושנה בראש-השנה ווערט דעמאלט נמשך אן אור וואס ער איז העכער נאך פון די אלע אורות וואס זיינען נמשך געווארן בראשי השנים שלפני זה, און דערנאך ווערט דאס נתפשט בכל ימות השנה, ווערט אויך די אלע ענינים האמורים אויך נתפשט אין דעם גאנצן יאר אז דאס ווערט א שנת אורה מיט אלע אותיות איז פון דעם אלף-בי,"' כמדובר כמה פעמים בפרטיות, און ס'ווערט דערנאך נמשך, אז ס'ווערט א שנת ברכה, ביז די ברכה העיקרית והפרימית, אז דאס איז א שנת גאולה, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט האט מען דאך די תכלית השלימות פון א כתיבה וכתימה טובה
¶18לשנה טובה ומסוקה, בגשמיות וברוחניות גם יחד, וואס דער יחד ווערט דאך אין אן אופן גלוי און מאיר, בגאולה האמיתית והשלימה, במהרה בימינו ממש, ובפשטות, ווארום המעשה הוא העיקר אז יעדער איד בתוך כלל ישראל, און די כלל ישראל אלס כלל ישראל, האבן א כתיבה וחתימה טובה לאלתר לשנה טובה ומסוקה. וואס דאס אויך פועל'ט אויף נאך פאר ראש השנה, אין ערב ראש השנה, עאכו כמה וכמה בראש השנה עצמה, על ידי ההכנה בערב ראש השנה, אז ס'ווערט א דירה לו יתברך בתחתונים, בדוגמא ווי ס'איז געווען עיקר שכינה בתחתונים היתה, אין דעם גן בעדן מקדם.
¶19אז דאס וועט זיין דער לעתיד-לבוא, וואס לעתיד לבוא איז דאך דא במהרה בימינו ממש, וועט זיין דער באתו לגנוני, למקום לגני, אל תקרי לגני אלא לגנוני, למקום שהי דירתי בתחילה, וואס עיקר שכינה בתחתונים היתה. ובפשטות, אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו נשמות בגופים שטייען אלע אידן צוזאמען ווי א קהל גדול, און ניט ווי א קהל גדול, מיט א כ'ה דמיון, נאר א קהל גדול ממש, און זיי שטייען אלע צוזאמען דורך מאכן ארץ-ישראל יעדערער בחלקו בעולם, איז תיכף ומיד ממש ברענגט דאס אראפ די עתידה ארץ ישראל שתתפשט בכל הארצות, ביז וואנענט אז ס'ווערט בפועל ממש ובגלוי, און אין א ליכטיקן אופן, אז אלע אידן, אז קהל גדול שטייען זיי בארצנו הקדושה, ארץ אשר תמיד עיני הוי'אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה, וואס אחרית שנה בפשטות איז דאך דאס ערב ראש השנה, און זיי שטייען דארטן אין שלימות העם און שלימות התורה, און פועל'ן אויך אויף אין שלימות הארץ, דער ירחיב הוי'את גבולך וואס דאס איז דאך תכלית השלימות פון עשר אומות, בדוגמא ווי די תכלית השלימות פון עשר מאמרות און עשרת הדברות, וכל ענינים אלו במהרה בימינו ממש, בעגלא דידן.