עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-xqn5myqr

kind
paragraph
order
F
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און דערנאך ווי ס'איז געווען דער סיום פון תורה שבעל פה אין זמן הגמרא פון רבי מיט רבינא, און דערנאך אויך ווי ס'איז געווען בזמן הגאונים, וואס איז אויך געווען דערנאך דער סיום וואס נאך די גאונים איז דאך ניט שייכות אויף זיי צו אפקריגן, בפרט נאך אז ווי ס'שטייט דאך אין ספרים אז גאון איז בגימטריא ששים, דערפאר וואס בא זיי איז דא געווען די בקיאות אין די אלע ענינים וואס שטייט אין די ששים מסכתות, צוזאמען מיט די זאכן וואס מ'לערנט אפ דערמיט, וכמדובר כמה פעמים. על דרך זה זעט מען אויך אין רמב אז ס'איז לגבי די גאונים, וואס אף על פי וואס דעמאלט האט זיך שוין געענדיקט, און דערנאך איז געווארן ווייטע חלוקות, ווי דער רמב אים אליין שרייבט אין דער הקדמה, אז נאך דערויף ווי ס'איז געווען דער סיום השס, איז געווען וואס אידן זיינען נתפזר געווארן בכמה ארצות, במילא איז געווארן שוועריקייטן אויף ארויסבאקומען א הלכה פסוקה מצד די פלוגתות און חילוקי מנהגים וכיוצא בזה, און ער האט דאס אויסגעגליכן בימיו, זעט מען אויך על דרך זה דערנאך מחיל אל חיל, ווי ס'איז דאך דא די פוסקים בכל דור, ביז בדורנו די פסקי דינים פון דעם אלטן רבי'ס שולחן ערוך, וואס איז אנגענומען געווארן בכלל ישראל, ביז וואנענט ער ווערט אנגערופן שולחן ערוך הערב וואס דאס איז כולל אין זיך די שולחן ערוך פון בית-יוסף, אין די הלכות וועגן וועלכע ס'איז געבליבן דערגאנגען צו אונז, פון דעם אלטן רבי'ס שולחן ערוך על כל פנים, און על דרך זה אויך אין די הלכות שלפני זה. וואס דערפאר איז דאך אויך על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו תורה שבכתב, אז מ'מאכט א סעודה אז מ'מאכט לגמרה של תורה מאכט מען אן ענין של שמחה, וואס דאס איז סיום פון קריאה בתורה שבכתב
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions