עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

11 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1כ' טבת תשמ'ט, אחר תפילת ארבית.

2ולל אין זיך כל התורה כולה, כעל הלכות וואס אין די גאנץ תורה, סיי תורה שבכתב און סיי תורה שבעל פה, וואס דארטן שטייען זיי בגלוי. וואס דאס איז דאך א נפלא'דיקע זאך, אז אזוי זאגט ער דאך אז דאס איז משנה תורה, בדוגמא ווי אין משנה תורה בפשטות איז דאך דא מערער מחידושים, ביז חדשים ממש לגבי די ענינים פון דעם ד' פון חמשה חומשי תורה, על דרך זה אויך, און נאך ביתר שאת וביתר עוז, איז דא אין ספר משנה תורה פון דעם רמב,"ם מערער שלא בערך וויפל ס'איז דא אין חמשה חומשי תורה צוזאמען מיטן פינפטן ספר פון משה רבינו, אפילו ווי ס'איז דא מערער ווי ס'איז דא אין תורה שבעל-פה, ווי זי איז אין ששה סדרי משנה, ווי ער שרייבט אליין אין דער הקדמה, אז ער האט אריינגענומען אין זיין ספר האט ער ארויסגעקליבן די הלכות פסוקות די וואס שטייען אין תורה שבכתב און אין תורה שבעל-פה, אין די ששה ספרי משנה, און אויך וואס שטייט אין גמרא, וואס ס'שטייט אין די שפעטער'דיקע ספרים, ניט נאר אין די פרייסדיקע ספרים פון ברייתא און פון מכילתא וכיוצא בזה, נאר אויך אין די שפעטערדיקע ספרים פון די גיונים און פאר דערויף פון די הלכות גדולות וכו כמדובר כמה פעמים בארוכה. וואס דאס קומט על פי זה אויס, אז אין משנה תורה פון דעם רמב,"ם איז שלא בערך מערער על דרך ווי דאס וואס מ'האט בגלוי, אין תורה שבעל-פה איז דאס שלא בערך מערער עלמות אין מספר, שלא בערך לגבי די הלכות און די ענינים ווי זיי שטייען אין תורה שבכתב, על דרך זה אויך אין תורה שבעל-פה עצמה איז דאך אויך דא שלבים שלבים, ווי תורה שבעל-פה האט זיך געענדיקט בזמן המשנה,

3און דערנאך ווי ס'איז געווען דער סיום פון תורה שבעל פה אין זמן הגמרא פון רבי מיט רבינא, און דערנאך אויך ווי ס'איז געווען בזמן הגאונים, וואס איז אויך געווען דערנאך דער סיום וואס נאך די גאונים איז דאך ניט שייכות אויף זיי צו אפקריגן, בפרט נאך אז ווי ס'שטייט דאך אין ספרים אז גאון איז בגימטריא ששים, דערפאר וואס בא זיי איז דא געווען די בקיאות אין די אלע ענינים וואס שטייט אין די ששים מסכתות, צוזאמען מיט די זאכן וואס מ'לערנט אפ דערמיט, וכמדובר כמה פעמים. על דרך זה זעט מען אויך אין רמב אז ס'איז לגבי די גאונים, וואס אף על פי וואס דעמאלט האט זיך שוין געענדיקט, און דערנאך איז געווארן ווייטע חלוקות, ווי דער רמב אים אליין שרייבט אין דער הקדמה, אז נאך דערויף ווי ס'איז געווען דער סיום השס, איז געווען וואס אידן זיינען נתפזר געווארן בכמה ארצות, במילא איז געווארן שוועריקייטן אויף ארויסבאקומען א הלכה פסוקה מצד די פלוגתות און חילוקי מנהגים וכיוצא בזה, און ער האט דאס אויסגעגליכן בימיו, זעט מען אויך על דרך זה דערנאך מחיל אל חיל, ווי ס'איז דאך דא די פוסקים בכל דור, ביז בדורנו די פסקי דינים פון דעם אלטן רבי'ס שולחן ערוך, וואס איז אנגענומען געווארן בכלל ישראל, ביז וואנענט ער ווערט אנגערופן שולחן ערוך הערב וואס דאס איז כולל אין זיך די שולחן ערוך פון בית-יוסף, אין די הלכות וועגן וועלכע ס'איז געבליבן דערגאנגען צו אונז, פון דעם אלטן רבי'ס שולחן ערוך על כל פנים, און על דרך זה אויך אין די הלכות שלפני זה. וואס דערפאר איז דאך אויך על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו תורה שבכתב, אז מ'מאכט א סעודה אז מ'מאכט לגמרה של תורה מאכט מען אן ענין של שמחה, וואס דאס איז סיום פון קריאה בתורה שבכתב

4און דערנאך זאגט ער אויף, דער אלטער רבי ברענגט אראפ פון כתבי האריז ל, פון כמה מקומות, בסידורו השוה לכל נפש, אז בשעת מ'קומט אין אן ארט, וואס אף על פי וואס ער האט שוין געפראוועט די שמחה פון גמרא של תורה, בנוגע צו חמשה חומשי תורה בשמחת תורה איז דארף ער נאכאמאל ישמח עמהם און אזוי איז דער מנהג, אין וויפל ערטער ס'זאל ניט קומען במילא דארף ער נאכאמאל טאן, און טאן דאס מעצמו מובן, וויבאלד אז דאס איז פארבונדן מיט תורה, וואס תורה זו לא תורה מוחלפת, און מ'זאגט אפילו אז ס'דארף זיין בכל יום יהיו בעיניך חדשים, על אחת כמה וכמה אין סיום התורה, במילא מיינט מען דאך אויך די שמחה פון שמחת תורה און סיום פון תורה-שבכתב, אויך מיטן גאנצן שטורעם, ווי מ'האט דאס געמאכט דעם ערשטן מאל. ואדרבא, ווי מ'זעט דאך בא שמחה, אז שמחה ישנה איז ניט קיין אמת'ער תוקף השמחה, מ'דארף האבן ס'זאל זיין א פנים חדשות, במילא דארף מען האבן על כל פנים א סברא חדשה, עפעס וואס א התחדשות, אדער ס'קומען צו בפשטות פנים חדשים נייעם מענטשן וואס זיינען ניט געווען בא דעם פריעמדיקן סיום, וואס דעמאלט דארף מען מאכן די שמחה גדולה.

5על דרך זה איז דאך אויך פארשטאנדיק, בפרט נאך אז מ'האלט אין דעם טאג פון דעם הילולא פון דעם רמב בם, איז דאך דעמאלט איז דאך כל עבודתו אשר עבד במשך ימי חייו איז דאך פועל פעולות, ביז ישועות בקרב הארץ, כמדובר כמה פעמים.

6בפרט נאך לויט ווי מ'זאגט, אז בשעת ס'איז א יארציקט, אז דעמאלט איז אן עלי'שלא בערך, איז דאך פארשטאנדיק אויך בהנוגע צו עיקר עניניו, וואס דאס איז דאך לימוד התורה און הבנה והסברה אין תורה, ביז אין אן אופן פון כל התורה כולה איז דאך דא ביתר שאת וביתר עוז אין יום ההילולא שלו, עאכו״כ אז מ'האט דאס אין בית הכנסת און אין בית המדרש פון נשיא דורנו, פון דעם רבי'ן דעם שווער, איז דאך דעמאלט מעצמו מובן וגם פשוט, אז מ'דארף נאכאמאל מסיים זיין דעם רמב",ם און מסיים זיין אים בדיוק בלשון הרב, על כל פנים די לעצטע הלכה פון די ספרי האחרון, הארבה עשר, מספר יד החזקה, דאס איז דאך אויך דער סיום פון חמשה חומשי תורה אויך דער לשון יד החזקה, פארשטאנדיק אויך דער תוכן פון יד החזקה, אזוי אויך בהנוגע צו ספרו של הרמב,"ם, בנוגע צו ספרי היד, און דארט גופא די הלכה האחרונה, על כל פנים מצד טרחא דציבורו, אויף נאכאמאל איבערזאגן, און על כל פנים בקיצור מערניט ווי דעם לשון אף על פי וואס מ'האט דאס שוין געטאן נעכטן, און זיכער האט מען שוין אויך געטאן היינט בכמ מ מו סיי בין רץ הקודו סיי יז עו כמ וכמ ין טברי וו ס רט יז ך ער ענין פון זיין תמון, וו ס ט מען ך רטן ין זיין גוף, וו ס ין עם וף יז ך ופא יליין יו ביי יעדער י ן, עו כמ וכמ ביי י ן וו ס ער יז כולל כל התורה כולה, און געוו רן א מורא דרך אויף כל הדורות כולם, כמדובר כמה פעמים. במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז די גאנצע טורעם מיט די גאנצע ענינים זיינען דא בשלימות, ואדרבא ביתר שאת וביתר עוז, אז ס'קומט-צו נאך א סיום, ובפרט נאך אז דאס קומט צו בהמשך צו די סיומים וואס מ'האט געמאכט בכמה מקומות, און אויך אלס א הכנה צו די

7יומא וואס מ'וועט נאך מאכן לאחרי זה, מצד חילוק הזמנים בפרט, איז דאך דא כמה מקומות וואס מ'וועט געשט מאכן דעם סיום אין זמן בפשטות, לאחרי דעם זמן איצטער בפשטות, אף על פי וואס מצד די הלכות, די הליכות למעלה, איז דאך ווי ער זאגט אין אלטן רבינ'ס שולחן ערוך, איז דאך קומט דארטן ארויף די זמנים כלו יעדערע, בתי ובזמנו, ס'איז דאך אבער ביחד עם זה בפשטות, וועט דאס קומען די סיומים ערשט לאחרי ווי געמאכט די סיומים דא פריער, און מ'מאכט דעם סיום אויך איצטער. ויהי רצון, אז פון די אלע ענינים פון סיומים זאל שוין בפשטות ווערן דער סיום פון גלות, צוזאמען דערמיט אויך דער סיום פון העלמות והסתרים אין ענינים פון הבנה והשגה בתורה, ווארום לא סתמן לא רמינהו ולא מחלוקת וכו ווי דער אלטער רבי ברענגט אראפ אין אגרת הקודש פון ראי' מהימנא בנוגע צו תורה בכלל, און דארט גופא בנוגע צו פנימיות התורה, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'וועט זיין אויך דער לשון ווי ער זאגט אין רמבום ובאותו הזמן וועט דאס ווערן אט דער זמן ממש, וואס אותה איז דאך אויך באווייזט אז מראה אצבעו ואומר הן, און מ'זאגט בעושי הזמן באווייזט יעדערער באצבעו אז דאס איז דער זמן, לא יהי'שם לא רעב ולא מלחמה בפשטות, ס'וועט אבער זיין דער רעב לדבר הוי און דער צמא לדבר הוי ומלחמה ומלחמתה של תורה, וואס דאס וועט דאך זיין אויך לעתיד-לבוא אויך, על דרך זה אויך ולא קנאה ותאחרות, וועט אבער זיין מערניט קנאה ותאחרות אין תורה, אף על פי וואס יש עוד לומר, אז לעתיד לבוא וועט זיין דער אופן הלימוד, על דרך ווי אין תלמוד ירושלמי, דערפאר וואס ס'וועט דאך זיין אלע בירורים אין אן אופן פון ווי על דרך ווי ס'איז אין ירושלים, ירוש שלום, וועט זיך דעמאלט ניט דארפן אנקומען צו דעם סדר הלימוד, נאר ס'וועט זיין ווי תלמידי חכמים פון ירושלים און פון ארץ ישראל בכלל, איז דאך מענימים,

8זה לזה בהלכה דארף מען ניט האבן קיין קנאה ותאחרות און רב ומלחמה, אדער מ'זאל זאגן אז דארט איז אויך דא די ענינים.

9לדעת את הוי'בלבד, דאס מיינט דאך דאך כל העולם, די גאנצע וועלט, ולפי כך איז אויך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז אידן זיינען דאך אתה בחרתנו בכלל, ובפרט נאך לעתיד לבוא, שטייט דאך דאס בגלוי זאגט מען, אז לפי כך מוז זיין ביי אידן א יתר שאת וביתר עוז, וויבאלד אז כל העולם איז האט מערניט ווי לדעת את הוי'בלבד מיט אלע פרטי הלשונות, נדיק, אז יי ישראל חכמים גדולים ויודים דברים הסתומים ואבינו דעת בוראם כפי כח האדם, שנאמר ומלאה הארץ דעה את הוי'כמים לים מכסים מיט אלע פירושים בדבר, און דער עיקר אז כמים לים מכסים אז ס'ווערט דער ביטול אין דעם מים, מי הדעת הטהור אין תורה, וואס דורך דערויף ווערט אינגאנצן איין זאך מיט ישראל, דורך אורייתא, איין זאך מיט קוב ה, און ס'ווערט אין אן אופן מכסים, אז מ'זעט זעט מען מערניט ווי עצמות ומהות, מ'ווייס אבער אז דארט איז דא און ס'איז אויפגעטאן געווארן על ידי מעשינו ועבודתינו.

10און בפרט נאך אויך ווי געזאגט, אז ס'איז דאך דא א שקלא וטריא צי די ווערטער לאחרי זה קומען אויך פון רמב בם, אבער בכל אופן איז דאך דאס ווערטער הראויים למקום זה ולספר זה, ווארום זיי זיינען דאך אפגעדרוקט געווארן דורך גדולי ישראל, עאכו כמה וכמה אז ס'קען גאר זיין אז דאס איז דער לשון הרמב״ם עצמו, זאל זיין דער ענין בפשטות, אז נשלימו די הלכות מלכים והלכות מלכים והחיבור כולו, ברוך שאמר והי'העולם בפרטי ובכללי. און אויך, ס'איז דאך אויך א שאלה, אז דאס איז דעם רמב'ס לשון, און בכל אופן איז דאך דאס א לשון פארבונדן מיט מנהג ישראל בכל מקום, און א לשון וואס איז כולל אין זיך, הטל, ווערט דער טעם ונשלם שבח לכל בורא עולם. און ס'זאל זיין בפשטות, אין אן אופן, אז ס'ווערט ונגלה כבוד הוי'בראו כל בשר יחדיו ווערט דאך דאס דעמאלט די תמימות, ובפרט אז דאס איז שנה תמימה, און ס'ווערט אויך דער ונשלם אין אן אופן פון שלימות, און די אידן האבן נאכמערער דעם כח אויף נאכמערער מוסיף זיין אין דעם שבח לכל, בורא עולם, אז זיי זיינען נאכאמאל ממשיך מחדש אז דער אויבערשטער איז בורא עולם נאכאמאל מחדש, אין דער דוגמא ווי תורה חדשה מאיתי תצא, אויך דער בורא עולם, דער עולם חדש מאיתי תצא. און דאס ווערט אפגעטאן בפשטות למטה מעשרה טפחים, כמדובר כמה פעמים.

11און ס'ווערט אויך דער יהוא העיקר די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, און מ'לערנט תורה פון דעם רמב",ם דערנאך צוזאמען מיטן רמב",ם צוזאמען מיט תורה חדשה, מיתי תצא, פון דעם אויבערשטן אליין, און דאס ווערט אין אן אופן מיט א יחוד נפלא, ווי ער זאגט אין תניא, כמדובר בארוכה על כל פנים בערך, ווען מיט א טאג אין אנהויבס פון דעם יום הילולא, און אזוי זאל אויך זיין די התחלה חדשה על כל השנה כולה, און ס'זאל זיין א שנה חדשה אין דעם אמת'ן חידוש די גאולה האמיתית והשלימה בתיכף ומיד ממש, און גיין מחיל אל חיל ביז יראו אל אלקים בציון מיט אלע פירושים בזה, והוא יכננע קליון עליון, און דערפאר איז אויך אויף מסיים זיין מיט אן ענין הכלל הכל, וואס דאס איז דאך דער ענין הצדקה, וואס ציון במשפט תפדה ושבי'בצדקה זאל אזוי זיין בפשטות, ותוקף ומיד ממש, לא יקרים כהרף אים, בפרט אז דאס איז אין אן אופן פון מחולש, החוט המשולש, צוזאמען מיטן בית המקדש השלישי, מיט די גאולה השלישית, ועוד והוא העיקר, תוקף ומיד ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions