Paragraph
Paragraph rh-xpdaswke
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-a1jkfder
- order
- 6C
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווארום פרנסה גיט דער אויבערשטער, און ער גיט אויך די הצלחה און די פעיקייטן, ווי אזוי צו באקומען די פרנסה, און דאס בשעת מ'זעט אז דער אויבערשטער האט איינעם מצליח געווען, און ער האט א פרנסה בריווח, ביז וואנענט אז ער קען געבן אויך צדקה בריווח, און מוסיף זיין אין דעם פון צייט צו צייט באווייזט דאך דאס, אז ער האט א באזונדער זכות, אז דעם אויבערשטן ער זאל אים געבן א ברכה מיוחדה, און זיכער איז דאך איינער פון די זכותים פארוואס מ'פארדינט עס ביים אויבערשטן, דערפאר וואס דער אויבערשטער ווייס און איז זיכער אז מ'וועט אויסנוצן אט דאס וואס מ'באקומט דורך דעם אויבערשטן מערער געלט און מערער מעגלעכקייטן אויף טאן גוטות, וועט מען דאס אויסנוצן ניט אויף זויפיל פאר דעם אייגענעם נוצן, אדער אפילו פאר דעם נוצן פון דער ענגער משפחה, נאר אויסנוצן דאס פאר דעם נוצן פון כלל ישראל, ס'דארף דאך אבער אויך זיין א טובה פאר פרטים בישראל, פאר אידן מיוחדים, אלס פרטיות'דיקע מענטשן, אויסנוצן פאר גאר א גרויסן צאל פון די מענטשן צו וועלכע מ'קען דערגרייכן, און טאן דאס מיט דעם באוואוסטזיין אז מ'איז ממלא דורך דערויף א שליחות פון דעם אויבערשטן, ווארום דער אויבערשטער איז אן און מפרנס לכול איז אדרבא ניט דאס וואס מ'העלפט ארויס דעם צווייטן איז דאס זיכער א גרויסע זאך און א וויכטיקע זאך, און גאר א גרויסע מצוה, ביז וואנענט אז דאס איז פארבונדן מיט א מצוה פון ואהבת לרעך כמוך וואס דאס איז כולל כל התורה כולה, דאס קומט אבער ניט צו דער טובה וואס מ'באקומט דורך דעם אידן, וועמען מ'האט געטאן א טובה, וואס דורך אים האט מען די מעגלעכקייט אויף ערפילן דעם אויבערשטנ'ס שליחות, וואס אנשטאט וואס דער אויבערשטער זאל געבן יענעם
- proofread
- 0